א טראגעדיע - זשערסי סיטי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

א טראגעדיע - זשערסי סיטי

שליחה דורך אמת45 »

עס זיצן מאמעס, טאטעס, בחורים, פארפאלק, מיידלעך, און קינדער, עס זיצן טויזנטער אידן אין טויזנטער שטובער, מיט אן אראפגעלאזטע שטימונג, א ווייענדע הארץ, א צוטומלטע געמיט, צוקלאפט.

מ'פרובירט א וויץ, א שמועס, א געדאנק אבער די קאפ איז נישטא, די הארץ איז פארטוהן, פארלאשן.

פון א קאכעדיגע נייעס אין די מילדע דינסטאג שטונדן, וואס האט צוערשט אויפגעלעבט דעם כלל מיט כסדר'דיגע באריכטן פון איבערקערעניש, האט זיך עס ביסלעכווייז פארוואנדלט אין שרעק, ביטערע בשורות איינע נאך די צווייטע.

די פארנומענע ארבעט'ס פלעצער, די ווירבלענדע גאסן, די גערויש פון א שטאט, איז געקומען צו אפשטעל און מיט צאפלענדע הערצער געהאפט אויף א גוטע בשורה.
מענטשן וואס מ'קען נישט, קולטור וואס מ'פארשטייט נישט, א געגנט פונדערווייטענס, מען ווייסט גארנישט פון זיי, אפילו א משפחה נאמען,
אבער ס'שטייען רבבות ביי די ארבעט, איבער א גמרא, אין א זאל, אין גראסעריי, ביים דאקטאר, און ווי אימער, און זארגן ווי פאמיליע מיטגלידער, ווי פריינט, ווי נאנטע.

די געדאנק איז אפשר קלישעי שוין צו זאגן, אבער ס'יעדעס מאל ווען א צרה באטרעפט דעם פאלק, וואס די געפילן ביי כלל ישראל קומען ארויס מיט אלע קאלירן אויף א שטוינענדן פארנעם.

קיין איין היימישע איד אין ניו יארק האט היינט נישט געהאט קיין גוטן טאג. יעדע היימישע איד צווישן אונז, האט אין פאַקט, געהאט היינט א שרעקליכן טאג.

נישט קיין טעראר האט דערשראקן, נישט קיין האס און אנטיסעמיטיזם, בלויז די פּיין פון א צווייטע איד, א פרעמדער איד, א איד פון א פרעמדע סעקטע, א אנדערע קולטור, א גענצליך אנדערע וועלט. בלויז יענעם'ס פּיין, האט דערקוטשעט.

אידן האבן ווארשיינליך געשלאסן שידוכים היינט, געמאכט מיליאנען, געפלויגן קיין פלארידא, פון פלארידא, שפאצירט אין אייראפע, געליעסט נייע קארס, אבער א ביטערן טאג פארט געהאט.

מיר זענען פאמיליע, און מיר קלאגן איצטערט אלע ווי פאמיליע.

מ'קען זיך נישט צוזאמנעמען.

צייט מישט דעם בלעטל שנעל, מ'פארגעסט. מיר גייען אי"ה פארגעסן די מאמענטן. די מאמענטן פון אריינרוישנדע אינפארמאציע איבער פלוצים'דיגע טויטע, די האפענונג מעסעזשעס, די קוילן גערודער, די פאניק, און די רעאליטעט. די מאמענט וואס אלעס איז געקומען צו א שטילשטאנד, אלע גערופּעס, אלע שוהלן און גאסן, אלע סטאטוס'ן - אין טרויער איבער די ווייבעלע, א מאמע פון פרישע יתומים, א ווייב פון א פרישע אלמן, אין טרויער איבער א יונגער בוים, א בחור מיט לעבן, א בחור מיט א לעבן – טרוימען, שטרעבונגען, א וויזיע פון א צוקונפֿט, האפענונג, א זוהן פון א טאטע מאמע וואס האבן זיך פון אים קיינמאל נישט געזעגנט.
צייט וועט מאכן פון דעם פיינפולער נעפּל א ריאליטעט און עס וועט זיך אין זיכרון לייגן.

עס איז געזונט פאר אונז אז די זין וועט נאכאמאל שיינען און א לעכט וועט זיי געדענקען.

אבער, די מאכטפולע ליבשאפט וואס האט פארטונקלט דעם טאג, און ברענגט די טויטע געפילן וואס רייסט, וועט שטענדיג פארבלייבן.

תהא נשמתם צרורה בצרור החיים.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר