וואו זענען זיי ווען מ'דארף זיי?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

וואו זענען זיי ווען מ'דארף זיי?

הודעהדורך טראכטכמוני » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 2:12 am

אין ליכט (פינצטערניש?) פון די ברוטאלע אטאקע אין דזשערסי סיטי, האב איך באמערקט מערערע נייעס קוועלער וואס האבן באצייכנט די געמיינע שיסער ווי "גאנמע"ן" GUNMEN בלשון זכר. פרעגט זיך א פראגע, אוואו זענען די אלע פעמיניסטן וואס אלס וואס זיי זעען/הערן גייט דורך די שטרענגע פילטער פון פעמיניסטישע ברילן/הערינג-עידס. וואו זענען די אקטיוויסטן וואס ווילן אוועקרייסן פון אינזער זשארגאן אזוינע ווערטער ווי "MAN"KIND, MAIL"MAN", און - עוד מעט - "WO"MAN. ווי קענען זיי דען צולאזן אז מ'זאל באצייכענען ביידע מערדער מיט די געמיינע מיסאגיניסטישע סאפפיקס ווען נאר איינער פון זיי פאסט אריין אין דעם קאטעגאריע? עס איז אן אימגעהויערע אומרעכט פאר די מעמארי פון די מערדערין מעי שי רעסט אין העלל עם חברתה.
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 3:25 am

מענין לענין האבן די נייעס סטאנציעס זיך אפגעהאלטן פון לייגן די פרצופים פון די נעכטיגע רוצחים. כמעט איבעראל האבן זיי נאר געהאט די וויקטעמס און נישט זייערע מערדער. והלא דבר הוא.

און די סיבה איז פשוט, ווייל עס איז געטון געווארן דורך טונקעלע אוממענטשן וואס זענען אויך ווי געווענליך דעמאקראטיש געשטימט, און נישט קיין ווייסע סופרעמיסיסטן. דאסמאל קען מען נישט טייטלן אויפן פרעזידענט אלס שולדיגער, וויבאלד זיינע קעגנער האבן עס געטון.

אברהם פרידמאן פון די צייטונג וועט שוין האבן אן אנאליז נעקסטע וואך אז דאס איז געקומען אין רעזולטאט פון די פילע טראמפ וויילער ביים היימישן ציבור וואס דאס רעגט אויף די שווארצע, ממילא ווילאנג מען איז אין גלות טאר מען נישט שטימען פאר טראמפ און אויפרעגן די שווארצע מערדער.

איי, אפשר פארקערט?
מפיל קינד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 161
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 11:03 am

האב איך דען נישט געוואוסט אז דאס גייט קומען?

די באקאנטע מכשיפה אנטיסעמיטישע קאנגרעספרוי ראשידא טאליב ימ"ש האט געטראפן דעם שולדיגער אינעם רציחה.

כאטש וואס אויבן אויף זעען די מערדער אויס ווי שווארצע, איז פארשטענדליך אז פון א שווארצער קען נישט קומען אזא רציחה, דאס מוז זיין א ווייסע סופרעמיסיסט, והא ראיה דער געשאסענער איז א ווייסער!

און איינער איז נאך מסופק אויב מ'דארף אימפיטשן דעם פרעזידענט...

אן אמת'ער טוויט פון איר, די איינציגע איבער דעם מאסן-שיסעריי.
בייגעלייגטע פיילס
Screen-Shot-2019-12-12-at-10.04.27-AM-742x1024.png
מפיל קינד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 161
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 11:26 am

מפיל קינד האט געשריבן:אן אמת'ער טוויט פון איר, די איינציגע איבער דעם מאסן-שיסעריי.

אינטערעסאנט ווי דו ערווארטסט פון איר נישט צו מאכן קיין טעות, אבער דו טוסט נישט דיין ריסויטש פאר'ן איר באשולדיגן.
בייגעלייגטע פיילס
sdfsd.JPG
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10019 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 11:59 am

ליידער איז יעדער ברוגז אויף די אידן, מילד גערעדט.

די רעפובליקאנער זענען ברוגז אויף דעם וואס צוויי פרייע אידן זענען פון די פראמינענטסטע אימפישטמענט פירער, זשערי נאדלער פון ניו יארק, און אדאם שיף פון קאליפארניע.
די דעמאקראטן זענען ברוגז אויף דעם וואס א מערהייט פון אידישע וויילער דעפעקטירן מאסנווייז פון די דעמאקראטישע פארטיי און שטיצן דעם פרעזידענט.

אינדערצווישן ווערן אידן נעבאך געשאסן אין די גאסן ווי הונט...

אין די ווירקליכקייט האט פרעזידענט טראמפ אנגעהויבן צו ארבייטן אויף אומפארטייאישע לעגיסלאטיציע עטוואס איינצוצוימען ביקס-געוואלדטאטן. אבער דאס איז צום באדויערן געקומען צו אן האסטיגן אפשטעל ווען די דעמאקראטן האבן אנגעהויבן מיט זייער אימפישטמענט ספעקטאל. דער ווייטאג איז נאך מער. לויט די איצטיגע אנגעצויגענע פאליטישע סיטואציע אין וואשינגטאן זעט זיך נישט אויפן האריזאנט א מעגליכקייט אז דער פרעזידענט זאל געהעריג ארבייטן מיט די דעמאקראטן אויף סיי וועלכע אנגעלעגנהייט. דאס איז גאר א שטארקע פראבלעם פארן לאנד. ס'איז צום האפן אז דער פרעזידענט וועט ווידער ערוועלט ווערן, און די רעפובליקאנער זאלן האלטן דעם סענאט און צוריק איבערנעמען דעם קאנגרעס. פילייכט דאן וועלן געזעץ געבער אינאיינעם מיטן פרעזידענט האבן א מעגליכקייט דורכצופירן שטאנדהאפטיגע לעגיסלאטיציע איינמאל פאר אלעמאל איינצוצוימען ביקס-געוואלדטאטן אן פארלעצן די צווייטע אמענ-מענט פון די קאנסטיטוציע.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1856
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 197 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2092 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 12:32 pm

פילייכט גיר רעפאבליקאנער נעמען איבער דער קאנגרעס און טראמפ געוווינט, וועלען זיי טוהן דער זעלביגער וואס זיי האבן געטוהן די ערשטער צוויי יאר פין טראמפ ווען זיי האבן געהאט דער סענאט און דער קאנגרעס, גארנישט.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2287
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1193 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 12:38 pm

טאמער טראמפּ גייט געווינען קאנגרעס גייט עס זיין טראָמפּ'ס קאנגרעס, נישט די רעפאבליקאנער'ס קאנגרעס. ב''ה אז די רעפאבליקאנער האבן פארלוירן, יענע רעפאבליקאנער זענען גארנישט בעסער געווען ווי די דעמאקראטן. אצינד דארפן מקאננעל און גרעהעם אויך גיין. האפענטליך וועלן זיי מיטנעמען ראמני אויך....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2016
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1743 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1167 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 12:47 pm

איז דען טראמפ א קעניג? א דיקטאטור? יעדער אין די רעגירונג דארף טראכטן גענוי ווי אזוי ער וויל? וואס פאר א גערעדטדעכס איז דאס? די רעפובליקאנער זענען ערלויבט צו האבן מיינונגס פארשידענהייטן מיטן פרעזידענט. מיר זענען א רעפובליק איינגעשטעלט מיט דריי באזונדערע אפגעטיילטע מאכטן....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1856
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 197 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2092 מאל

הודעהדורך טראכטכמוני » פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 1:40 pm

גערעכט, עס איז נישט קיין דיקטאטורשיפ ממילא קען נישט קאנגרעס טון וואס זיי ווילן, זיי דארפן זיך למחצה לשליש ורבוע צושטעלן צום באגער פון פאלק און שטיצן די פלאטפארם אויף וואס דער פרעזידענט איז ערוועלט געווארן.
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט