מכון לפיקוח קול קורא ומכתבי מחאה- זאל זאפארט געגרינדעט ווערן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4109 מאל

מכון לפיקוח קול קורא ומכתבי מחאה- זאל זאפארט געגרינדעט ווערן

שליחה דורך קופערניקוס »

לעצטנס ווי עס ווייסט יעדער טוט זיך מיט קול קורא'ס על ימין ועל שמאל, אין לך יום שאין קלקורא'תו מרובה מחברתה, און ווער ווייסט דען ווער עס שטייט אונטער די אלע קול קורא'ס, און עס איז א צייט ווען מען מוז אכטונג געבן ווייל דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער.

לעצטנס איז ארויסגעקומען קול קורא'ס קעגן די פאלגענדע אויסגאבעס: עמי, משפחה, המודיע, בינה, שטערן-שפאקטיוו, בליץ (לפני החזרה) און דאס איז אויסער די אלטע איסור קעגן בלאט (בעל ברך משה) און קעגן דער איד (רבני בני יואל ורבני חסידי מהר"א).

דאס איז אויסער אלע אנדערע איסורים ווי קעגן שיקן די קינדער לערנען קיין ארץ ישראל, עלטערן פארן קיין פלארידא, רויטע פאנדיעלאס, גרינע הענטשוך, שמאלע היטן, שמעקעדיגע זייף, ווערעמיגע טרויבן און אזוי ווייטער. אבער ווער ווייסט וועלכע קול קורא איז קראנט, ומבטן מי יצאו הדברים? אפשר האט די קול קורא קעגן דער שטערן אין אמת'ן א קאנקורענץ ארויסגעגעבן? אפשר די שטורעם קעגן טרויבן איז א שטיקל פון קליינס ניסלעך צו ברענגען מער ביזנעס פאר זייערע ראזישינקעס?

דעריבער ווערט בע"ה געעפנט א נייע וועד לפיקוח קול קורא'ס ומכתבי מחאה וועלכע זאל באשטעטיגן וועלכע קול קורא איז קראנט, צולייגן די נימוקים, און געבן א שטעמפל.

דער מכון וועט בע"ה געפירט ווערן דורך ערוואקסענע בעלי בתים און ערנסטע מענטשן, און וועט האלטן אן אויג.
דער מכון וועט בע"ה האבן שטארקע כללים, און וועלכע מען קען שוין מפרסם זיין איז:

א רב מעג נאר אסר'ן איינמאל א חודש
א רב ואס האט נאך קיינמאל נישט מתיר געווען קען נישט אסר'ן
א רב וואס האט נאך קיינמאל נישט גע'אסר'ט קען נישט מתיר זיין
א רב וואס אסר'ט אחת לשבעים יום איז א קטלא
א רב וואס אסר'ט אן ווארענען פאר דעם און קלאר דורכגיין מיט דעם גע'אסר'טן, איז גע'אסר'ט
א רב וואס אסר'ט עפעס וואס ער ווייסט נישט וואס דאס איז, פארלירט די רעכט צו אסר'ן פאר א חודש
א רב וואס שרייבט צו אפט "שמעתי ותרגז בטני" מוז אויסטשעקן זיין סטאמעק, צו ער האט נישט חלילה שטיינער אין די נירן אדער וואסער אין די לונגען

ועוד ועוד, אדרבה זאלן די חכמי הקאווע שטיבל צולייגן נאך, וישמע אויבער חכם ויוסיף לעקעך מיט בראנפן

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר