בלאט 1 פון 1

סיום ה13 דף היומי - ז' טבת תש"פ

נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 6:24 pm
דורך ראשעקאל
יעדעס סיום דף היומי זייט די צווייטע וועלט מלחמה ווערט נאר גרעסער אין גרעסער. דאס מאל איז געוועהן די גרעסטע סיום אין די היסטאריע פון דף היומי מיט ארום ניינציג טויזענט מענטשען.
אזוי ווי היינט האט מען אנגעפאנגען ברכות דף ב' קען מען שוין קלערען וואס גייט געשעהן אין 2711 טעג ארום ווען מ'גייט ענדיגען די דרייצענטע מחזור פון דף היומי.
איך האב זיך אומגעקיקט אין די סטעידיאמ'ס אין די געגענט און עס זעהט מיר אויס אז די בעסטע אפשען וועט זיין עס צו מאכן אין "ביווער סטעידיאם" אין פענסילוועיניע. מעטלייף סטעידיאם ווי איך האב געהאט די זכיה זיך צו באטייליגן צוויי טעג צוריק קען ארייננעמען 82,566 מענטשען. (ס'איז געוועהן מער מענטשען, ווייל אינמיטען האט מען אריינגעלייגט טויזענטער בענקלעך). אין די געגענט אין אמעריקא איז נאר דא איין סטעידיאם וואס איז גרעסער. דאס איז די ביווער סטעידיאם וואס נעמט אריין 106,572 מענטשען. און עס איז די פערט גרעסטע סטעדיאם אין די וועלט.
דערפאר מיין איך אז עס וועט אי"ה זיין אדער נאכאמאל אין מעטלייף, אדער אין די ביווער סטעידיאם.

ונזכה ונחיה ונראה