בלאט 1 פון 2

סיום ה13 דף היומי - ז' טבת תש"פ

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 6:24 pm
דורך ראשעקאל
יעדעס סיום דף היומי זייט די צווייטע וועלט מלחמה ווערט נאר גרעסער אין גרעסער. דאס מאל איז געוועהן די גרעסטע סיום אין די היסטאריע פון דף היומי מיט ארום ניינציג טויזענט מענטשען.
אזוי ווי היינט האט מען אנגעפאנגען ברכות דף ב' קען מען שוין קלערען וואס גייט געשעהן אין 2711 טעג ארום ווען מ'גייט ענדיגען די דרייצענטע מחזור פון דף היומי.
איך האב זיך אומגעקיקט אין די סטעידיאמ'ס אין די געגענט און עס זעהט מיר אויס אז די בעסטע אפשען וועט זיין עס צו מאכן אין "ביווער סטעידיאם" אין פענסילוועיניע. מעטלייף סטעידיאם ווי איך האב געהאט די זכיה זיך צו באטייליגן צוויי טעג צוריק קען ארייננעמען 82,566 מענטשען. (ס'איז געוועהן מער מענטשען, ווייל אינמיטען האט מען אריינגעלייגט טויזענטער בענקלעך). אין די געגענט אין אמעריקא איז נאר דא איין סטעידיאם וואס איז גרעסער. דאס איז די ביווער סטעידיאם וואס נעמט אריין 106,572 מענטשען. און עס איז די פערט גרעסטע סטעדיאם אין די וועלט.
דערפאר מיין איך אז עס וועט אי"ה זיין אדער נאכאמאל אין מעטלייף, אדער אין די ביווער סטעידיאם.

ונזכה ונחיה ונראה

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 7:46 pm
דורך הדד בן בדד
עס וועט לכאורה נישט זיין נישט דא און נישט דא, ווייל עס גייט זיין אין מיטן ווינטער, אין יאנואר, ווען עס איז זייער קאלט, און מען קען עס נישט מאכן תחת כיפת השמים, איך ווייס נישט וואס זיי וועלן טוהן, אבער אין די צוויי וועט עס לכאורה נישט זיין.

ווי יא, נו הייבט זיך אן ברעכן די קאפ.

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 05, 2012 12:11 am
דורך ראשעקאל
ווינטער מאכט מען נישט קיין געימ'ס אין א סטעידיאם??

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 05, 2012 12:20 am
דורך איך אויך
מענטשן טראגן דאגות איך זאג דיר..

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 05, 2012 12:42 am
דורך הדד בן בדד
ראשעקאל האט געשריבן:ווינטער מאכט מען נישט קיין געימ'ס אין א סטעידיאם??


אין א אפענע סטעידיום מאכט מען נישט קיין געימס ווינטער.

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:41 am
דורך ניו יארק
לויט מיין חשבון (און וואלט ווען געדארפט זיין יעדעמ'ס) וועט עס זיין און ירושלים, מיט משיח'ן אינאיינעם.

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:44 am
דורך ניו יארק
הדד בן בדד האט געשריבן:עס וועט לכאורה נישט זיין נישט דא און נישט דא, ווייל עס גייט זיין אין מיטן ווינטער, אין יאנואר, ווען עס איז זייער קאלט, און מען קען עס נישט מאכן תחת כיפת השמים, איך ווייס נישט וואס זיי וועלן טוהן, אבער אין די צוויי וועט עס לכאורה נישט זיין.

ווי יא, נו הייבט זיך אן ברעכן די קאפ.

פרעג נאר על-גאור אויב עס וועט נאך בכלל זיין אזא זאך ווי קאלטע ווינטער'ס און 12 יאר ארום?

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:10 am
דורך טעפל
נוי יארק האט געשריבן:לויט מיין חשבון (און וואלט ווען געדארפט זיין יעדעמ'ס) וועט עז זיין און ירושלים, מיט משיח'ן אינאיינעם.

האסט מיר צוגעכאפט די ווערטער פון מויל...

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:42 am
דורך ניו יארק
טעפל האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:לויט מיין חשבון (און וואלט ווען געדארפט זיין יעדעמ'ס) וועט עז זיין און ירושלים, מיט משיח'ן אינאיינעם.

האסט מיר צוגעכאפט די ווערטער פון מויל...

נו, ברוך שכוונתי.
די פראגע איז נאר אויב משיח וועט גיין צום דף היומי סיום..... :oops: :oops: :oops:

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:23 am
דורך קרעקער
די דף היומי איז דעך טאקע דעס ואס איז מעכב ביאת משיח
כאפטס נישט?

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 05, 2012 12:49 pm
דורך קליינע רעבעלע
לויט ווי איך האב גהערט ווערט דער היימישער עולם געדאפעלט יעדע 7 יאר (אדרבא מאכט דעי חשבון אןיב עס שטימט)
יעצט דארף מען נאר וויסען צי גאנצער עולם ביים סיום ווערט נכלל און היימיש?

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:11 pm
דורך א איד
נוי יארק האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:לויט מיין חשבון (און וואלט ווען געדארפט זיין יעדעמ'ס) וועט עז זיין און ירושלים, מיט משיח'ן אינאיינעם.

האסט מיר צוגעכאפט די ווערטער פון מויל...

נו, ברוך שכוונתי.
די פראגע איז נאר אויב משיח וועט גיין צום דף היומי סיום..... :oops: :oops: :oops:


האסט מיר צוכעכאפט די ווערטער פון מויל...

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:23 pm
דורך Shmilly
ביז תש"פ קען שוין זיין אסאך גרעסערע אינדאר סטעדימס

איוב נישט קען שוטנשטיין שוין אנפאנגען צו ביוען

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 05, 2012 7:17 pm
דורך טעפל
נוי יארק האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:לויט מיין חשבון (און וואלט ווען געדארפט זיין יעדעמ'ס) וועט עז זיין און ירושלים, מיט משיח'ן אינאיינעם.

האסט מיר צוגעכאפט די ווערטער פון מויל...

נו, ברוך שכוונתי.
די פראגע איז נאר אויב משיח וועט גיין צום דף היומי סיום..... :oops: :oops: :oops:

וואס הייסט? ער איז א סאטמארע אדער א וויזשניצע?

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 05, 2012 11:18 pm
דורך ניו יארק
טעפל האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:לויט מיין חשבון (און וואלט ווען געדארפט זיין יעדעמ'ס) וועט עז זיין און ירושלים, מיט משיח'ן אינאיינעם.

האסט מיר צוגעכאפט די ווערטער פון מויל...

נו, ברוך שכוונתי.
די פראגע איז נאר אויב משיח וועט גיין צום דף היומי סיום..... :oops: :oops: :oops:

וואס הייסט? ער איז א סאטמארע אדער א וויזשניצע?

און אויב דו גייסט שוין דערגיין וואס ער איז, דארפסטו געוואהר ווערן "וועלכע" (סאטמאר/וויזניץ)....
_____________________________
דיסקלעמער: אונז מיין מיר ח"ו נישט חוזק צו מאכן פון משיח, עס איז נאר אביסל מילתא דבדיחותא'ס

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:41 pm
דורך נפתלי
הדד בן בדד האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:ווינטער מאכט מען נישט קיין געימ'ס אין א סטעידיאם??


אין א אפענע סטעידיום מאכט מען נישט קיין געימס ווינטער.

מ'שפילט יא.
אין מעטלייף סטעדיום שפילט מען געווענליך ביז בערך אנפאנג פונעם נייעם יאר למספרם

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 2:58 am
דורך הדד בן בדד
נפתלי האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:ווינטער מאכט מען נישט קיין געימ'ס אין א סטעידיאם??


אין א אפענע סטעידיום מאכט מען נישט קיין געימס ווינטער.

מ'שפילט יא.
אין מעטלייף סטעדיום שפילט מען געווענליך ביז בערך אנפאנג פונעם נייעם יאר למספרם


נונו, איך וואונטש דיר אסאך הצלחה זיצנדיג פיר פינף שעה ביי א סיום הש"ס אין מעטלייף סטאדיום אום יאנואר...

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 9:31 am
דורך אשכנ
די בעסטע עצה וואלט לכאורה געווען צן זיין אין עטליכע פלעצער פארבינדן דורך הוק-אפס (אזוי ווי די לעצטע עטליכע מאל). די פראבלעם איז אז זיי האבען דאס מאל געמאכט א ריזיגע עסק פון האבן אזוי פיל אידן "אויף איין פלאץ" און זיי וועלען דארפן טרעפען אן אנדערע פאטענט אויב עס ווערט צוטיילט.

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 4:18 pm
דורך ראשעקאל
מעטלייף איט איז!!

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 10:41 am
דורך חיים יואל
ראשעקאל האט געשריבן:מעטלייף איט איז!!

וויפיהל מענטשן גייען אריין אינם מעטלייף?

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 10:46 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז תלוי בפלוגתא דרבוותאה. אויב עס רעגנט אין אריזאנא, דעמאלס איז עס #######. און אויב פארקערט, הייסט'ס די קברים אין בית שמש זענען פון מענטשען נישט מאלפעס, דעמאלס איז עס ######

#creative_math

הודעהפורסם: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 12:26 am
דורך פורים קטן
אויב וועט "דרשו" מאכן אן עקסטערע סיום (אזויווי זיי האבן פאריגע מאל געמאכט אין א"י), דאן קען די אגודה סיום זיין אפשר גאר קלענער ווי פאריגע מאל

הודעהפורסם: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 12:29 am
דורך איסר האטלקי
דרשו מאכט עקסטער א ריזיגע סיום. זיי האבן א פלאץ פון בערך 18,000 זיץ-פלעצער. פראדענשעל סטאדיום אין נוארק, דארט וואו די בארקלעיס מעמד האט מתחילה געדארפט זיין.

הודעהפורסם: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 1:05 am
דורך פורים קטן
עס איז צו גלויבן אז די כולל יונגעלייט וכדו' וועלכע נעמען די בחינות פון דרשו, וועלן ענדערש אהינגיין, משא"כ די בעלי בתים וכדו' וועלן גיין אין מעט-לייף.
כמדומה, אז וויזשניצער רבי פון מאנסי איז נישט געגאנגען צו די גרויסע סיום פון אגודה, נאר געמאכט א סיום ביי זיך אין ביהמ"ד.

הודעהפורסם: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 1:12 am
דורך יין שרף
פורים קטן האט געשריבן:כמדומה, אז וויזשניצער רבי פון מאנסי איז נישט געגאנגען צו די גרויסע סיום פון אגודה, נאר געמאכט א סיום ביי זיך אין ביהמ"ד.

נאר ווייל ראביי לאו שליט"א איז געקומען רעדן. מלכתחילה האט ער יא געפלאנט זיך צו משתתף זיין