בלאט 1 פון 2

מען גייט האבן א פרעזידענט וואס איז געי

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 3:24 am
דורך Bloomingburg
Pete Buttigieg האט חתונה געהאט מיט א זכר Chasten Buttigieg

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 3:28 am
דורך Bloomingburg

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 9:20 am
דורך אישתישבי
גרויסע חילוק.

זאל ער טוהן וואס ער וויל.

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 10:06 am
דורך רביה''ק זי''ע
כ'הער אויך זאגן אז ער עסט שרימפ, שומו שמים! אוי לנו, להיכן הגענו, משיח דארף שוין קומען.

איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געגאנגען שטימען, די גאנצע זאך אינטערעסירט מיר ווי די מחלוקת אין אויסטראליע, אבער אויב געווינט ער די נאמינאציע גיי איך מיך רעגיסטרירן און שטימען פאר איהם, ס'איז שוין העכסט צייט אז מענטשן זאלן ארויסציען די נאז פון יענעמ'ס שלאפ-ציממער.

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 11:07 am
דורך יין שרף
זאל ער מיר נישט לייגן זיין בעדרום אינפראנט פון מיין נאז!

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 11:13 am
דורך וואלווי
יין שרף האט געשריבן:זאל ער מיר נישט לייגן זיין בעדרום אינפראנט פון מיין נאז!

און אז ער וועט טענה'ן אז מ'דארף באצוימען animal cruelty וועסטו אויף הערן שלאגען כפרות?

דעמאלטס שמעקט עס טאקע אריין אין זיין נאז....

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 11:34 am
דורך רביה''ק זי''ע
יין שרף האט געשריבן:זאל ער מיר נישט לייגן זיין בעדרום אינפראנט פון מיין נאז!

פארוואס נישט? ער מעג עס לייגן פארנט פון דיין נאז, און דו מעגסט זיך אנטזאגן פון אריינשטעקן דיין נאז אינעווייניג, ס'גארנישט אנדערש ווי ווען ער עסט שרימפ אין דיין נאז אריין.

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 12:24 pm
דורך ליפא
די היימישע צייטונגען וועלן ענדליך קענען לייגן בילדער פונעם פוירסט לעידי

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 1:07 pm
דורך קורקלענד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'הער אויך זאגן אז ער עסט שרימפ, שומו שמים! אוי לנו, להיכן הגענו, משיח דארף שוין קומען.

איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געגאנגען שטימען, די גאנצע זאך אינטערעסירט מיר ווי די מחלוקת אין אויסטראליע, אבער אויב געווינט ער די נאמינאציע גיי איך מיך רעגיסטרירן און שטימען פאר איהם, ס'איז שוין העכסט צייט אז מענטשן זאלן ארויסציען די נאז פון יענעמ'ס שלאפ-ציממער.

א נארישע גערעדאכץ.... פארדעם ליידן מיר פון אזעלכע משוגענער פאליטיקאנטן. ווייל מענטשן מאכן נארישע באשליסן וואס מאכן נישט קיין סענס. ווען איך שטום פאר א קאנדידאט קוק איך אויף ווער ס'וועט טוהן די בעסטע ארבייט באזירט אויף 'מיינע' אינטערעס. ס'גייט מיר נישט אן צו ער איז ל ג ב אדער סיי וואס ווילאנג ער טוהט די ארבייט גוט.

אבער מיט אזעלכע שטומערס ווי אייך וואס וועלן איינער 'בלויז' ווייל ער איז ג אפגעזען פון קוואליפיקאציעס, דערפאר ליידן אונז.

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 1:10 pm
דורך מאך זיכער
פון די צווייטע זייט אבער זענען פארהאן מענטשן וואס פארקוקן אויף קוואליפיקאציעס ווייל דער קאנדידאט איז ל ג ב ט

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 2:08 pm
דורך איסר האטלקי
אוי רבוש"ע, כ'האב געמיינט אז איך ווייס וואס געי מיינט, יעצט זע איך אז ס'האט עפעס מיט די נאז צו טון, איך געב אויף...

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 2:13 pm
דורך כוכב
יין שרף האט געשריבן:זאל ער מיר נישט לייגן זיין בעדרום אינפראנט פון מיין נאז!

מיט וואס איז זיין בעדרום פארנט פון איינעמס נאז מער ווי דיינס?

Re: מען גייט האבן א פרעזידענט וואס איז געי

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 2:25 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
Bloomingburg האט געשריבן:Pete Buttigieg האט חתונה געהאט מיט א זכר Chasten Buttigieg
מיינסט אוודאי צו זאגן א קאנדידאט!!

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 2:34 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קורקלענד האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'הער אויך זאגן אז ער עסט שרימפ, שומו שמים! אוי לנו, להיכן הגענו, משיח דארף שוין קומען.

איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געגאנגען שטימען, די גאנצע זאך אינטערעסירט מיר ווי די מחלוקת אין אויסטראליע, אבער אויב געווינט ער די נאמינאציע גיי איך מיך רעגיסטרירן און שטימען פאר איהם, ס'איז שוין העכסט צייט אז מענטשן זאלן ארויסציען די נאז פון יענעמ'ס שלאפ-ציממער.

א נארישע גערעדאכץ.... פארדעם ליידן מיר פון אזעלכע משוגענער פאליטיקאנטן. ווייל מענטשן מאכן נארישע באשליסן וואס מאכן נישט קיין סענס. ווען איך שטום פאר א קאנדידאט קוק איך אויף ווער ס'וועט טוהן די בעסטע ארבייט באזירט אויף 'מיינע' אינטערעס. ס'גייט מיר נישט אן צו ער איז ל ג ב אדער סיי וואס ווילאנג ער טוהט די ארבייט גוט.

אבער מיט אזעלכע שטומערס ווי אייך וואס וועלן איינער 'בלויז' ווייל ער איז ג אפגעזען פון קוואליפיקאציעס, דערפאר ליידן אונז.

דו רעדסט דאך פונעם קוק-ווינקל פון איינער וועם ס'אינטערעסירט יא פאליטיק, כ'האף אז דו פארשטייסט אז מיך אינטערעסירט א בוידעם ווער ס'זיצט אויפ'ן בענקל אין וואשינגטאן די סי, אויף מיין פערזענליכע לעבן מאכט עס גאנץ ווייניג אויס, איך וועל פיל מער נוצן האבן אז מענטשן וועלן זיך אויסלערנען זיך נישט צוטון צו מאכן פון יענעמ'ס פריוואטע לעבן ווי סיי וועלכע פאליסי וואס א פרעזידענט קען נאר איינפירן.

און ווי מאך זיכער האט שוין געגעבן צו פארשטיין, ליידן ליידט מען סייווי פון מענטשן וועלכע מאכן נארישע באשלוסן, סיי פון די וועלכע זענען פאר און סיי פון די וועלכע זענען קעגן, כאטש זאל איך טון מיין השתדלות צו מאכן א סוף צו די נארישע קרענק.

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 3:59 pm
דורך קאצקע ציקער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

ווען דו הערסט אז דיין קאנדידאט טוט עקעלדיגע זאכן ווי עסט אויף לעבעדיגע פרעש וואלסטו געוועלט פאר עים?

מען גייט האבן א פרעזידענט וואס איז געי

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 4:00 pm
דורך טראכטכמוני
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'הער אויך זאגן אז ער עסט שרימפ, שומו שמים! אוי לנו, להיכן הגענו, משיח דארף שוין קומען.

איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געגאנגען שטימען, די גאנצע זאך אינטערעסירט מיר ווי די מחלוקת אין אויסטראליע, אבער אויב געווינט ער די נאמינאציע גיי איך מיך רעגיסטרירן און שטימען פאר איהם, ס'איז שוין העכסט צייט אז מענטשן זאלן ארויסציען די נאז פון יענעמ'ס שלאפ-ציממער.

וואס ער טוט אין בעדראם גייט מיר אן פונקט אזוי שטארק ווי וואס ער טוט אין ביה״כ, אבער אז די וואווסט פאר אים נאר וועגן דעם ביסטו פונקט אזוי אין זיין שלאפ-צימער ווי דער וואס וואןט ׳נישט׳ וועגן דעם :)

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 4:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יין שרף האט געשריבן:זאל ער מיר נישט לייגן זיין בעדרום אינפראנט פון מיין נאז!

און ווען ער האט חתונה מיט א נקיבה ווילסטו יא זיין בעדרום אין פראנט פון דיר?!

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 4:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קאצקע ציקער האט געשריבן:ווען דו הערסט אז דיין קאנדידאט טוט עקעלדיגע זאכן ווי עסט אויף לעבעדיגע פרעש וואלסטו געוועלט פאר עים?

ניין, איך האב נישט קיין קאנדידאט און איך וועל קיינמאל נישט האבן, אבער אויב הער איך אז מ'מאכט אן אישו דערפון וואלט איך געלאפן שטימען פאר אזא איינעם.

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 5:05 pm
דורך real fake news
לדעתי וועט עס זיין א גוטע זאך פאר די סאסייעטי,
די עולם וועט זיך מער צוגעוואינען צו די סארט באשעפענישן נאכן זעהן כסדר די פרעזידענט מיט זיין מאן אראפגיין פון פליגער האנט אין האנט וכו..

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 07, 2020 5:54 pm
דורך אישתישבי
און וואס וועט זיין מיט חינוך הבנים? וואס וועלען די מנהלים זאגן פאר בחורים?

הודעהפורסם: מוצ"ש פעברואר 08, 2020 6:57 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אז דער פרעזידענט איז א פרוש.

Re: מען גייט האבן א פרעזידענט וואס איז געי

הודעהפורסם: מוצ"ש פעברואר 08, 2020 7:46 pm
דורך צפור בודד
ענדערש א געי פרעזידענט ווי א פרעזידענט וואס כאפט אן פרויען במבושיהן.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

הודעהפורסם: מוצ"ש פעברואר 08, 2020 8:52 pm
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'הער אויך זאגן אז ער עסט שרימפ, שומו שמים! אוי לנו, להיכן הגענו, משיח דארף שוין קומען.

איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געגאנגען שטימען, די גאנצע זאך אינטערעסירט מיר ווי די מחלוקת אין אויסטראליע, אבער אויב געווינט ער די נאמינאציע גיי איך מיך רעגיסטרירן און שטימען פאר איהם, ס'איז שוין העכסט צייט אז מענטשן זאלן ארויסציען די נאז פון יענעמ'ס שלאפ-ציממער.

רביה"ק זי"ע: התינח ווען ער וועט בלויז שטרעבן צו לעבן מיט זיין בן זוג באהבה ואחוה ושלום וריעות. אבער ער ואנשי דורו דכוותיה פון די ל.ג.ב.ט.קיו. קאמיוניטי וויללן דאך מזכה זיין די גאנצע (נארמאלע) וועלט מיט זייער אידעאלאגיע. און זיי וועללן אדורכפיהרן געזעצן וועלכע וועללן אפעקטירן מיך און מיינע קינדער. ביז ס'וועט קומען צו א פוינט אז א נארמאלער מענטש וועט זיך שפירן באקריוודעט און באגרעניצט...!

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 09, 2020 6:22 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'הער אויך זאגן אז ער עסט שרימפ, שומו שמים! אוי לנו, להיכן הגענו, משיח דארף שוין קומען.

איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געגאנגען שטימען, די גאנצע זאך אינטערעסירט מיר ווי די מחלוקת אין אויסטראליע, אבער אויב געווינט ער די נאמינאציע גיי איך מיך רעגיסטרירן און שטימען פאר איהם, ס'איז שוין העכסט צייט אז מענטשן זאלן ארויסציען די נאז פון יענעמ'ס שלאפ-ציממער.

רביה"ק זי"ע: התינח ווען ער וועט בלויז שטרעבן צו לעבן מיט זיין בן זוג באהבה ואחוה ושלום וריעות. אבער ער ואנשי דורו דכוותיה פון די ל.ג.ב.ט.קיו. קאמיוניטי וויללן דאך מזכה זיין די גאנצע (נארמאלע) וועלט מיט זייער אידעאלאגיע. און זיי וועללן אדורכפיהרן געזעצן וועלכע וועללן אפעקטירן מיך און מיינע קינדער. ביז ס'וועט קומען צו א פוינט אז א נארמאלער מענטש וועט זיך שפירן באקריוודעט און באגרעניצט...!

אשר על כן טוסטו וואס? איר זענט מהפך קערה על פיה, ומתוך רעליגיע רייסט איר אראפ א סיטיזען וואס איז בארעכטיגט צו זיין פרייהייט אן קיין רעכטע אינפלוענס, אלס כדי אז יעצט זאל ער זאל זיך שפירן באגרעניצט.

געקאכט א קאשע, יעצט עס דאס אויף...

מען גייט האבן א פרעזידענט וואס איז געי

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 09, 2020 11:55 pm
דורך חוקר ודורש
אין מדינת ישראל זענען דא צוויי חברי כנסת וואס זענען געי אין האבן חתונה געהאט מיט מענער, איינס איז אמיר אוחנה פון די ליכוד און דינט יעצט אלץ שר המשפטים, די צווייטע איז איציק שמולי וואס איז נאמער צוויי און ראנג פון די עבודה פארטיי.

אזוי אויך זענען די פירער פון אירלאנד און לוקסעמבורג געי, עס איז שוין א נארמאלע זאך

Sent from my iPhone using Tapatalk