אטאקע'ס און די ניו יארקע חרדישע קולטור

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

אטאקע'ס און די ניו יארקע חרדישע קולטור

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג פעברואר 10, 2020 1:15 am

מיין קאווע האט זיך שוין אנגעהויבן אויסקילן און מיינע ליפן האבן זיך שנעל צוגעאיילט אים אויסצוזיפן בעפאר ער קריגט דעם קאלטן און ביטערן שטאך, מיינע פיס האבן איידל געציטערט און מיין פנים איז געווען אויסגעדרייט צו די פלאץ וואו מיין מח איז געווען קאנצעטרירט.

דער סקרין האט געוויזן נומערן וועלכע שטייגן און ווערן העכער און העכער, אינאיינעם מיט די ציפערן האט מיין כעס זיך געמערט און מיינע ציין האבן פעסט געדריקט די צוויי ליפן וועלכע האבן זיך אויסגעריסן פלוצים און געשריגן א טוץ פון אומאיידעלע לאזונגען וועךלכע איך פארשטיק שוין די לעצטע צוויי חודשים.

איך בין געווען געשפאנט צו זען דעם אויסלויף פון די קאמפיינען וועלכע האבן זיך געמערט ווי די פיש אין ים, ניין, איך האב נישט קיין פראבלעם אז אידן מאכן געלט, איך האב נישט קיין פראבלעם אז אידן געבן געלט. איך האב א פראבלעם אז מען פאפט אויס די אידישע געמיינדע און מען שפאנט מיט שפיציגע נעגל אויף די אונגערישע נערוון וועלכע גלייכן צו קרעכצן ווי מער.

ווינטער תש"פ וועט נישט אריינגיין אין די אידישע היסטאריע ביכער אלס א סוקסעספולע, עס וועט זיכער פארנעמען עטליכע ווערדפולע זייטן אין דעם יאר דזשורנאל, אבער די בלעטער וועלן זיין אזוי רויט פארשמירט מיט בלוט אז עס וועט נישט זיין מעגליך עס אדורכצוליינען אן זיך שמוציג מאכן, די פילע אטאקעס און פראבלעמען וועלכע האבן באמיט די אידן די פארגאנגענע פאר יאר וועלן זיכער קרענקען אויף אייביג, און מיר וועלן דאס קיינמאל נישט פארשטיין.

דער טייוול האט אריינגעשפאנט אין ניו יארק מיט ברייטע טריט, ער האט ניטאמאל געזוכט צו פארהוילן זיינע פינגער אפדרוקן, נאר דורכגעפירט איין מיסיע נאכן צווייטן, די ווינט וואס האט זיך דערטראגן נאך אים האט געשמעקט פון שנאה, און די ווייטאג וואס ער האט געבראכט מיט זיך האט ער נישט מיטגענומען ביים אוועקגיין.

מיר האבן אסאך געליטן.

אבער וויאזוי האט עס אויסגעמאכט אויף די אידן?

ווען מען זאל ווען פרעגן די אידן אין זומער תשע"ט וואס מען זאל טון אין פאל ווען איינער וועט דורכפירן מעשי קריסטאלנאכט אין ניו יארק וואלטן זיי געענטפערט גאר גוט, די פרומע וואלטן מרבה געווען בתפילה ותחנונים בעת וואס די וועלכע זענען בעאיינפלוסט פון די כחי ועצם ידי אגענדע וואלטן געזאגט אז מען וועט מוזן שטעלן וועכטער מיט געווער.

אבער יעצט, די צרה איז אנגעקומען, עס איז שוין דא דער פראבלעם וואס אלע ניו יארקע אידן האבן געלייקנט די לעצטע זיבעציג יאר, אנטיסעמיטיזם איז געווארן א פאקט און עס איז שוין נישט קיין סוד אז מען זוכט אויסצוראטן די אידן פון די געגנט ווי שנעלער, אבער וויאזוי האט מען זיך למעשה געספראוועט דערמיט?

די עיני העדה זענען אנשטאט ארויסקומען מחזק זיין די מאסן און אנווייזן א וועג וויאזוי זיך צו פירן, אנשטאט שמייכלען און בארואיגן און גלעטן די צעשראקענע אידן, זענען זיי ארויסגעקומען מיט וויסטע שגעונות וואס דער שכל שפייט אויס פון איבל, מען האט גע'אסר'ט קידטשאטשקע, קרבתנו, און סיי וואספארא זאך זיי האבן געזען דערין אז עס וועט זיך פירן אן זייער צושטימונג האבן זיי אינאיינעם מיט זייערע עסקנים אריינגעשטעקט די לאפעס און פארוואנדלט כלל ישראל אין א צוויי מחנה'דיגע מלחמה.

עס שטעלן זיך אויף די האר פון קאפ ווען עטליכע טעג נאך א לאקאלע אטאקע, איז ארויסגעקומען גרויסע פלאקאטן ווי צענדליגע רע-בנים האבן אן קיין שום בושה באגראבן א איד, לאמיר נישט דן זיין צו ער איז כשר צו טריפה, אבער איז דאס דען וואס עס פעלט זיך יעצט אויס פאר די צובראכענע אידן???

און טאמער מיינט איר אז די טענה גייט נאר צום אויבנאן, ניין, עס גייט נאך ווייטער צו די וועלכע שטייען אונטערן בענקל אויכעט, פארוואס נוצט איר אויס די סענסיטיווקייט פאר אייער אייגענע און מיאוס'ע אגענדעס? פארוואס עפענען זיך טשערידיס מיט דרייוואפס יעדן שני וחמישי פאר נאך צרעת'ן?

דזשערסי סיטי דארף א נייע חדר, אקעי, פארוואס יעצט? פארוואס מיינט איר אז איר מוזט אויסנוצן די געלעגנהייט ווען מיר זענען צוקלאפט אויף צו מאכן ביזנעס?
חיים לייבוש ראטענבערג וויל געלט, אפשר פארקויפסטו איינע פון דיינע איבער צוואנציג הייזער וואס דו האסט אין פארשעי? פארוואס מוזטו באלעסטיגן כלל ישראל אויף דעם וואס מען האט למען ה' גענוצט דיין הויז אלס א סימבאלישער אטאקע קעגן אידן? וואס מאכט דיר שפירן אז דו האסט א רעכט צו איינקעשן און גנב'ענען יעצט ווייל דו ביסט פאפולער?
שומרים און שמירה, צוויי נארישע און מינדערוויכטיגע ארגענעזאציעס, אפשר הערט איר אויף נעכסעווען און רודפ'ן? וויפיל קאסט שוין א פיקטשער מיט דעבלאזיא? איין לעק? גוט, איך בין עס מנדב...

עס איז א גרויל צו זען ווי כלל ישראל האט נישט קיין אנדערע וועג אויסצודריקן סימפאטיע נאר דורך נארישע קומזיצן און טשערידי קאמפיינען.

וואו איז די סיטיפיעלד אסיפה וואס זאל יעדן צוזאמרופן און מחזק זיין יעדן? עס איז דאך נאכנישט געווען אזא תקופה אויף די אידן זינט די צייטן פון פארן קריג, וואו זענען די אלע גוטהארציגע עסקנים? מאכטס א אסיפה, ברענגטס אחדות צווישן אלע אידן, מאכט אז מען זאל זיך ליב האבן און נישט געבן קיין סיבות פארוואס מען זאל אונז פיינט האבן.

איך האף אז עס איז גענוג קלאר ארויסגעברענגט די פונקט, מיינע מחשבות שטורעמען און איך קען עס נישט גוט צוזאמנעמען, גמרתי לעכשיו, העמיר נאך ממשיך זיין.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל

Re: אטאקע'ס און די ניו יארקע חרדישע קולטור

הודעהדורך אונטער חכם » מאנטאג פעברואר 10, 2020 9:46 am

אויף אלעם בין איך מסכים, חוץ דזשערזי סיטי.

יא, עס קומט זיך זיי א נייע חדר, זיי האבן למעשה די מערסטע געליטן פון אן אטאקע וואס האט געמיינט אונז אלע, איך בין זיכער אז עס איז נאך דא אסאך קינדער דארט, און ערוואקסענע, וואס זענען נאך אונטער טראומא פון די געשעענישן, מען מעג אביסל רחמנות האבן אויף זיי.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 719
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג פעברואר 10, 2020 7:14 pm

רחמנות אין א זייט.

ס'קען זיין אז עס קומט זיי א חדר, אבער נישט ווייל זיי זענען אריבער טראומא, אויב אזוי קומט שוין פאר חיים לייבוש אויכעט די 1.1 ווייל ער איז אויך אריבער טראומא...
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג פעברואר 10, 2020 7:53 pm

אונטער חכם האט געשריבן:אויף אלעם בין איך מסכים, חוץ דזשערזי סיטי.

יא, עס קומט זיך זיי א נייע חדר, זיי האבן למעשה די מערסטע געליטן פון אן אטאקע וואס האט געמיינט אונז אלע, איך בין זיכער אז עס איז נאך דא אסאך קינדער דארט, און ערוואקסענע, וואס זענען נאך אונטער טראומא פון די געשעענישן, מען מעג אביסל רחמנות האבן אויף זיי.


פאר טראומע, שטעל צו טעראפי, אינטערסאנטע עקספעריענס'עס, ברענג די לימנוב'ער, וכו'...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3090 מאל

Re: אטאקע'ס און די ניו יארקע חרדישע קולטור

הודעהדורך טראכטכמוני » מאנטאג פעברואר 10, 2020 10:40 pm

איינער ווערט דען באטראפן פון דעם וואס זיי טרייבן יעצט אויף געלט? ס׳טרעט אויף די צער פון די באטראפענע פאמיליעס? זיי זענען דאך די הויפט שטיצערס פון דעם קאמפיין!
נניח ביסט טאקע גערעכט ס׳האט גארנישט מיט די אטאקע, איז וואס? ס׳איז א קלוגע מארקעטינג טעקניק. איינעם שטערט דען אז יעדע קאמפיין הענגט זיך אן אין גאס-לעמפלעך פאר יעדעם אין די נאז אריין? נאר וואס דען, מ׳פארשטייט ס׳איז PR אף כאן PR.
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: מצפצף און 15 געסט