עמעזאן האט געשריבן:דו ווייסט קלאר עס איז געווען טעראר מיט סטראשערייען, אדער האט דאס פשוט אויסגעזויגן פון די פינגער?
.
קורקלענד האט געשריבן:זייער גוט האט ער געטוהן מיטן נישט נעמן די געלט. ס'איז זיין מצוה און זיין זכיה, און ס'שטייט נישט צום פארקויפן. די קרעדיט זאל ווייטער זיין זיינס.ס'איז זייער גרינג צו מאכן די טעות און יא נעמען און איך שעץ באמת דאס אז ער האט אין די לעצטע מינוט געהאט די קאפ אויפן פלאץ נישט צו גיין.
חתם סופר האט געשריבן:נישט קיין טעראר. לויט ווי איך האב געהערט האבען אפאר סאטמארע גבירים פאר אים צאמגעשטעלט די 20 אלפים אז ער זאל עס נישט נעמען פון די ADL.
קורקלענד האט געשריבן:כ'וועל פרובירן אין קורצן לויט ווי איך פארשטיי עס. ס'קען אבער זיין אז דער אינגערמאן האט עס אפגעזאגט פאר אינגאנצן א אנדער סיבה.
די עי.די.על. אנגעבליך איז א אידישע ארגענעזאציע וואס גיבט זיך אפ מיט'ן אויסראטן און פארדאמען אנטיסעמיטיזם איבער דער גארער וועלט. זיי האבן זיך אפיציעל ארויסגעשטעלט אז רעפרעזענטירן די אלגעמיינער אידישע געמיינדע. זייערע אקטיוויטעטן זענען אבער אינגאנצן אנדערע פון וואס וואס זיי פארשפרעכן אונז. און פּלענטי האלטן אז זיי מאכן אונז אסאך שאדן. מאיר כהנא פלעגט כסדר זיך אפרעדן אויף זיי, ס'איז כדאי פאר ווער ס'איז אונטערעסירט זאל עס נאכקוקען.
איינער פון די פעחער ווי מען זעהט אז זיי מיינען נישט אונזער אינטערעסע איז געווען ווען זיי האבן אפיציעל פארדאמט טראמפּ אלס א אנטיסעמיט. בעת ווען רוב אידן האלטן לכאורה נישט אזוי. על כל פנים נישט אונז חרידישע אידן.
מיט דעם וואס דער אינגערמאן וואלט אנגענומען די פרס, וואלט עס ארויסגעוויזן שטיצע און הסכמה אז מיר זענען צופרידן צו זיין רעפרעזענטירט דורך אזא פארפוילטע ארגענעזאציע. מיט דעם וואס ער האט זיך אנטזאגט איז עס א קלארע מעסעדשז אז זיי רעפרעזענטירן אונז נישט!
נאכאמאל איך ווייס נישט די אמת'ע סיבה פארוואס ער האט אפגעזאגט. אבער דאס איז וואס איך זעה. ס'איז זייער גרינג צו כאפן א שנעלער צוואנציגער, און מ'דארף האבן אייזערנע כוחות זיך אפצוזאגן דערפון. איך גיב דעם אינגערמאן אסאך קרעדיט.
אישתישבי האט געשריבן:כאילו איינער גיבט א פארץ צו ער נעמט יא אדער נישט. נעם יא נעם נישט, געדענק נאר נעקסטע מאל פרעג דער שטיינער אויב ווארפען א בענקעל אויף א גוי הייסט התגרות באומות אדער נישט.
לאמיר לייגן די זאך אין קאנטעקסט, א איד האט זיך באשיצט, און אנדערע זענען געראטעוועט געווארן, דורך דעם וואס ער האט זיך נישט געלאזט פירען כצאן לטבח, נאר געווארפען א בענקעל אין קאפ פין דער גוי, און געלאפען ווארענען נישט צו עפענען דער טיר, און איז נאך געלאפען דער גוי אויך. ד.ה. ער האט זיך אויפגעפירט ווי א כך'ניק, א מזרחי'ניק, אדער ווייס איך וואס, נישט א גלות איד וואס זיצט און ווארט מען זאל אים קומען פירען צו די גאז קאמערן. ווילען אים די סארט אידן געבן א אות הכרה דערפאר.
ער קען יא נעמען אדער נישט נעמען, מאכט נישט אויס, זיין התנהגות איז נישט שלש שבועות'דיג.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט