וַיִּחַדְּ הֶענִיךְ: דער הערליכער "דרשו" סיום

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

וַיִּחַדְּ הֶענִיךְ: דער הערליכער "דרשו" סיום

שליחה דורך העניך »

עס איז נישט קיין גוזמא צו זאגן אז דער "דרשו" סיום הש"ס אין פרודענטשאל צענטער אין ניוארק, איז איבערגעשטיגן די ערווארטונגען. און די ערווארטונגען זענען געווען גרויס. אנדערש פון דעם אגודה סיום וואו עס האט זיך דערקענט אז עס איז געפירט געווארן דורך פארעלטערטע כוחות פון פאריגן יאר-הונדערט, האט מען דא געזען אז פרישע שעפערישע מוחות האבן פלאנירט א מעמד כבוד התורה וואס זאל פאסן פאר שנת תש"פ.

אין א צייט וואס א רבישע חתונה געניסט פון די פראפעסיאנעלסטע פלאנירונג, רייכע מוזיק, און געלט פליסט ווי מיסט, איז נישט מער ווי פאסיג אז א 7-יעריגע מאניפעסטאציע פון כבוד התורה זאל זיין צוגעשטעלט מיט די שענסטע און בעסטע צוגעהערן, אויפצוהייטערן די געמוטער, און אריינצוברענגען דעם ציבור אין א התרוממות און אינספיראציע.

דרשו האט דעליווערט. ס'איז נישט דא קיין צוויי וועגן דאס צו זאגן. דרשו האט דעליווערט. דאס שענסטע און בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט מהנה צו זיין דעם ציבור איז געברענגט געווארן צו פראווען א סיום הש"ס פון הונדערטער אידן וואס האבן זיך מתייגע געווען אויף תורה פאר 7 און א האלב יאר, און גענומען בחינות.

אה, די שמחה. אה, די התרוממות. אה!

וואספארא ערהארבן בילד איז געווען צו זען זקנים עם נערים, קינדער, יונגעלייט און עלטערע לייט, כאפן זיך ארום מיט התרגשות ביי די ווארימע ניגונים, און שאקלען זיך מיט פארמאכטע אויגן. ווי שיין איז געווען צו זען תלמידי חכמים און פאטענציעלע תלמידי חכמים טאנצן און פרייען זיך מיט דער הייליגער תורה.

ווי רירנד איז געווען צו הערן ר' זאנוויל וויינבערג זינגען "אנו עמלים", עלעקטריזירנדיג די צענדליגער טויזנטער אידן מיט זיין אומגעהויערער טאלאנט, באגלייט מיט דאס בעסטע מוזיק וואס כלל ישראל פארמאגט.

ווי שיין, ווי טייער. אנו עמלים ומקבלים שכר.

אויך צווישן די דרשות זענען געווען טייערע מאמענטן, ווי די הארציגע רייד פון הג"ר אהרן טויסיג שליט"א, און פערלדיגע דיבורים פון האדמו"ר מצאנז א"י שליט"א. און קיין הארץ האט נישט געקענט בלייבן גלייכגילטיג הערנדיג די ווערטער פון דעם נשיא דרשו, וויסנדיג וואספארא רעוואלוציע דער איינער איד האט געברענגט פאר דעם עולם התורה.

נאר ווי רש"י זאגט די וואך אין דער פרשה: וַיִּחַדְּ הֶענִיךְ. וישמח העניך, ומדרש אגדה, נעשה בשרו חדודין חדודין. ווי גרויס מיין שמחה און התרוממות איז געווען, איז אבער געווען נעשה בשרי חדודין חדודין. עס זענען זיך צוזאמענגעקומען צוואנציג טויזנט אידן צו פייערן דעם סיום הש"ס פון דרשו – נישט בלויז דעם עקזיסטענץ פון דער תורה, און נישט פשוט דעם מושג פון דף היומי. עס זענען געווען צוויי מחותנים היינט נאכט: הרב דוד האפשטעטער, און די עטליכע הונדערט מסיימי דרשו, וועלכע האבן מיטגעהאלטן דעם פראגראם די אלע ניינציג חדשים, און האבן גענומען בחינות.

דער נשיא פון דרשו האט באקומען זיין פארדינטער אנערקענונג, אבער וואו זענען געווען די מסיימים? פארוואס זענען זיי נישט געזעסן אויף א פלאטפארמע אז מיר זאלן קענען זען זייערע ליכטיגע פנימ'ער און זיך פרייען מיט זייער יגיעה? פארוואס האט מען נישט געקענט ארויסקלויבן די גרעסטע מצטיינים צווישן די אלע מסיימים, די דריי-פיר יונגעלייט וועלכע האבן געהאט די העכסטע צייכענונגען אויף די אלע בחינות, און זיי געבן פירנדע ראלעס ביי דעם מעמד.

פארוואס איז דער סיום געמאכט געווארן דורך א "גדול", און נישט דורך א יונגערמאן וועלכער האט פאקטיש מסיים געווען און זיך מצטיין געווען מיט'ן דרשו פראגראם? פארוואס איז דער מתחיל געווען א צווייטער ווייסע בארד, און נישט א דרשו תלמיד וועלכער האט געענדיגט און פאנגט שוין אן זיין צווייטן מחזור?

פארוואס איז נישט געווען קיין איין דרשה פון א דרשו מסיים – זענען טאקע נישט פאראן צווישן די אלע הונדערטער מסיימים אפילו איינער מיט קוואליפיקאציעס צו זאגן א דרשה? וואס האבן מיר פונעם גאנצן פראגראם, אז מ'קען נישט ארויסהייבן און ווייזן: דאס זענען אונזערע פירות.

אז ביי א היי-סקול גראדואציע צערעמאניע קען מען געבן פראמינענץ פאר דעם בעסטן סטודענט, א וואלעדיקטאריאן, האט מען ביים דרשו סיום נישט געקענט טרעפן דעם גרעסטן מצטיין אז ער זאל באקומען דעם זאל פאר עטליכע מינוט?

אז ביי די 9/11 צערעמאניעס קען מען שטיין עטליכע שעה בשעת מען לייענט די נעמען פון די אומגעקומענע, הי"ד, האט מען נישט געקענט מקדיש זיין צוואנציג מינוט צו לייענען די נעמען פון די מסיימים אז יעדער זאל האבן זיין מאמענט פון אפלאדיסמענטן און חיזוק?

פונקט ווי ביי דעם אגודה סיום, האט זיך ווידעראמאל ארויסגעוויזן אז דער יונגער דור איז געהיידזשעקט ביי אן עלטערן דור וואס קען נישט איבערגעבן די לייצעס פאר די יונגע וואס פארדינען פראמינענץ. זיי פארכאפן יעדן מיקראפאן און יעדן אויבן-אן, אפילו ווען זיי באלאנגען נישט דארט און אפילו ווען דער מעמד איז צו פייערן די געוואלדיגע דערגרייכונגען פון די יונגערע.

ביים קומענדיגן דרשו סיום וויל איך זען א פייערדיגע רעדע פון א מסיים; איך וויל זען די מסיימים אויסגע'שורה'ט אויף א גרויסן אויבן-אן; איך וויל אז דער מסיים זאל זיין א יונגערמאן וועלכער האט זיך מייגע געווען מיט'ן דרשו פראגראם 7.5 יאר; דער מתחיל זאל זיין א דרשו פראדוקט.

אז צווישן אלע דרשו מסיימים טרעפט איר נישט א רעדנער וועלכער קען עלעקטריזירן דעם זאל, נו, זאל זיין אן אימפארט פאר א צענטראלע דרשה. אבער דער גאנצער מעמד דארף זיין צו צעלעברירן די דערגרייכונגען פון די עמלים בתורה.

צום שלוס, דער דרשו סיום איז געווען אן אויסנאמליכע מאניפעסטאציע פון כבוד התורה. אבער עס האט זיך ווידעראמאל ארויסגעוויזן אז יעדע גוטע זאך ביי אונז ווערט געשטערט און פארכאפט דורך די וואס באלאנגען נישט דארט.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר