קאך_לעפל האט געשריבן:מיטן האפנטליכער פערמאנענטע צוריק קער פון רבי בנימין זאל זיין געזונט אין שטארק - איז צום האפן אז מיסטער מי אני וועט שוין נישט דארפן נישטערן אזוי אומערמידליך אין די אלטע פארשטויבטע ארכיוון אפירצוקראצן אלטע אשכולות, וועלכע זענען מערסטייל געשריבן געווארן אינעם אמאליגן גייסט, פאר גאנץ א צווייטע אוידיענץ וועלכע מען טרעפט שוין נישט היינט דא ווי אמאל. עס איז צו ערווארטן אז מיסטער 'ווער בין איך' וועט ווערן מער שפעריש און ערצייגן אייגענע ווארע, און נישט בלויז קאמאנטירן מיט פילאזאפישע אויפפאסונגען אויף די מייסטערווערק פון די פריערדיגע חכמים וועלכע האבן אונז באלאכטן די אויגן אינעם ליכטיגן אמאל.
מי אני האט געשריבן:
כלפי מה דברים אמורים, @בענדזשאמין פרענקלין’ס שרייבווערק דא איז ממש פון די סטעיפלס וואס מאכט די שטיבל ״די קאווע שטיבל״ און עס איז גאר גאר שווער צו סאבסטיטוטן עפעס דערפאר. איז היינט ווען די פרייז פון די סארט נחוצ׳דיגע געשרייבעכץ איז ארויף (די ״פרייז איך צאל״ פאר׳ן ארויפברענגען די סחורה...), דאס מאכט בכלל אז די דימענד פאר דאס זאל ארויף גיין - עס איז פאר אונז א גיפען גוד.
ובכלל (לפי דברי @קאך_לעפל) איז אונזער ״אינקאם״ דאך אראפ. דהיינו אונז הא׳מיר שוין נישט די שרייבערס פון אמאל (דעם ״דור יתום״ און אנדערע אודיענץ פון היינט הגם דא אין שטיבל האבן ״די פריערדיגע״... אין אלגעמיין אנגענומען קעגן די טעזע פון ירידת הדורות...), וואס ביי דעם בכלל ביי אינפעריאר גודס מאכט דאס אז די דימענד זאל ארויפגיין.
(או יאמר, אז זיינע שרייבווערק זענען כעין וועבלען גודס, וואס דאס זענען גאר טייערע ווערדפולע חפצים וכו׳, וואס איז אויך א יוצא מן הכלל פון די געזעץ פון דימענד: אז ווען די פרייז דערפון גייט ארויף גייט אין אלגעמיין אויך ארויף די דימענד.)
און אז מ׳מאכט אזא לשון נופל על לשון קען מען אפשר סתם אזוי זאגן אז ״גיפען״ גוד איז מלשון ״גפן״, וואס ביי יין הבא מן הגפן טרעפט מען טאקע אז ווי עלטער עס איז אלס מער משובח ווערט עס. ועוד קצת יותר אפשר לומר אז די וואך פרשת משפטים זאגט דער חת״ם סופר עה״פ ועבדתם את ה׳ אלקיכם (וואס אויף די פסוק דרש׳נט די גמרא אין עירובין סה. אויף וויין ע״ש) אז די אותיות ״גפ״ זענען שורשן פון די אידן און מ׳דארף דאס גובר זיין אויף די נ׳ פון נחש און אזוי ווערט ״גפן״, און נישט פארקערט חלילה ״נגף״. און ווען ״גפ״ קומט זיך צאם מיט ״מרה״ איז עס גימטריא ״שכח״, וואס דאס איז די ״פג״ חולטים התלוים במרה (ב״מ קז:) ע״ש בדבריו. מ׳קען אפשר זאגן אז ווען מ׳איז מתקן ״גפ״ לטובה דהיינו ״גפן״ וכדבריו איז מען טאקע מתקן די שכחה. וואס דאס איז די ענין פון ארויפברענגען, חזר׳ן, און געדענקען זיינע עלטערע שרייבווערק.
וואס איך וויל פשוט ארויסברענגען (אפשר נישט אזוי גוט...) איז די געוואלדיגע קורת רוח וואס איך און די אנדערע ליינערס דא האבן פון @בענדזשאמין פרענקלין’ס מייסטערהאפטיגע טאלאנטן, און ארויסברענגען ווי ווייט נחוץ און וויכטיג דאס וואס ער לייגט צו צום שטיבל איז. עס איז אונז אסאך מער ווי א לוקסוס; עס איז אונז נחוץ נחוץ און א נעסעסיטי ממש. ייש״כ מעומק הלב פאר דיינע קאנטריביושאנס צום שטיבל אינ׳ם עבר, און האפענטליך אינ׳ם עתיד אויך.
הדסים האט געשריבן:ווען די אתרוג סוחר רוקט ארויף די פרייז פאר א ספעציפישע אתרוג און די דימענד גייט ארויף, איז עס אן אינפעריער גוד..?
מי אני האט געשריבן:וועבלען גודס, וואס דאס זענען גאר טייערע ווערדפולע חפצים וכו׳, וואס איז אויך א יוצא מן הכלל פון די געזעץ פון דימענד: אז ווען די פרייז דערפון גייט ארויף גייט אין אלגעמיין אויך ארויף די דימענד.
טמיר האט געשריבן:איך מיין אז ק"ש האט נאכנישט געהאט אזא גאון בנגלה ונסתר ווי מי אני..
הזהרו בגחלתן..
מיימון האט געשריבן:א גוטן הרב ר' בענדזשאמין.
איך האב געזען אייער אשכול דעם מוצאי שבת והנה עס איז מיר נולד געווארן א שטארקע קשיא.
אויבצווואר לויט ווי ס'האבן מיר איבערגעגעבן עטליכע פון די זקני החבורה מיט א זיכערקייט אז נאך א שטיק צייט פון קאווע שטיבל וואקסט מען דאס אויס און מען איז שוין מער נישט נייגעריג דערין בכלל. "עך, ס'איז אינגאנצן אנדערש" טענה'ן זיי, כ'בין געווען יונג, נאאיוו. היינט בין איך שוין אינגאנצן אנדערש.
די דאזיגע רייד האבן מיר מוסר געווען בנאמנות פארשידענע ותיקי השרייבערס נאכן זיך פאראינטערעסירן פארוואס איז זייער קולמוס נשבת געווארן. צי אינטערעסירט אייך שוין נישט קיין געזעלשאפטליכע רעוואלוציעס? נע. מען ווערט עלטער און מער באזעסן. ווער האט נאך געדולד צו דעם?
אלזא ר' בנימין האב צו אייך א קשיא. נאך אזויפיל יארן זיין אפוועזנד וואלט איר געדארפט אריינקומען מיט א אומעטיגן יאוש ניגון, בנוסח 'וואס גייט פאר מיט דאס פלאץ דא? א באנדע בעיביס' און דערנאך אריינשמעטערן א קורצן תגובה איבער ניהיליזם און איפכא דאיפכא'דיגע אויפגעקלערטקייט וויאזוי די גאנצע בריאה האט נישט קיין שום פשט און ממילא שטימט שוין די מהלך פון דעם סיסטעם, וואס די אלע וואס האקן דערויף זענען נאכנישט צוגעקומען דערצו ברוב טיפשותם, און דערנאך פארשוואונדן ווערן פאר נאך א שמיטה.
היות איר האט דאס נישט געטון נאר נאך עטליכע יאר וואס איר האט זיך זיכער געדרייט אויף די טיילאנדער בערג און גערייכערט הויכע ענינים, און דערנאך געווארן נאכמער אויפגעקלערט און זיך געדרייט ביי ר' איטשע מאיר און כ'ווייס וואס, און איר לאנדעט צוריק מיטן זעלבן ניגון פון רבנים, סיסטעם, פירצות. מוז זיין אז איר האט אוועקגעגעבן אייער ניק פאר א צווייטן. א פרישן יונגערמאן וואס הייבט אקארשט אן זיין קורצן-לאנגן קאווע שטיבל סייקל.
וואונטש איך אייך גרויס הצלחה.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט