די מעשה מיט די זון גלעזער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

די מעשה מיט די זון גלעזער

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג פעברואר 17, 2020 5:16 pm

איין פארכמעארעטן מיטוואך, באקום איך א רוף פון אן אומבאקאנטן נומבער, אויף דער אנדערע זייט, הערט זיך א באסיווע דיקליכע מענערישע שטימע - איז דאס ר’ בנימין?

- נו אודאי, ענטפער איך, ווער דען ר’ יוסל?

-קום שוין אריבער צםו רבין אין קיימישע,זאגט ער באפעלעריש!

נו, נו, איך פרעג נישט קיין קשיות, איך בין שוין געוואיונט אין מיין ליין, צו אזעלעכע מיסטריעזע קאראנע טעלעפאון רופן, געווענליך איז עס דברים שהנצנעה יפה להן ולטלפון. איך פאק מיר איין מיין טרעוועל רענצל פאר אזעלעכע מיטינגס, צווישן אנדערע ליגט דארט -טיילענאל, טאמס, קלאנעפין, א פאסיק, מאפעס, 4 טעלעפאון ביכלעך פון אלע חרדישע געגענטער, און KY זשעל וכו' און מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג.

איך פאר אראפ, דעם לאנגן וועג צו קיימישע, מיין מוח ווירבעלט, וואס וויל דער רבי איצט? אפשר האט ער זיך געביטן זיין מיינוג בנוגע ר’ שמואל הנודע? אולי האט ער איינגעזעהן וואסאפארא פורה ראש ולענה דער ר שמואל איז? און אז מימות שמואל הכופר עד שמואל הדיין לא קם כשמואל, און איז ענדליך יא גרייט צו געבן זיין חתימת יד קדשו אויפן קול קורא. עס וויל זיך מיר גלייך קאלן דעם שטערן אין דירענפעלד מיטן בשורה המרנינה, איך האלט מיך אפ דעם לעצטן מינוט, ווער ווייס, טראכט איך צו מיר, אפשר האלט שטערן אדער דירענפעלד פונקט אינמיטען קראצן די פיס, און מחמת גרויס שמחה וועט ווערן אזא תדשן עצם, און וועט גאר נישט קענען צוריק אנטוען די שיך, היל”ת. איך האלט מיך אפ די לעצטע מינוט, און נאך אמזל, ווייל עס שטעלט זיך ארויס אז נישט דאס וויל בכלל דער רבי.

איך קום אין קיין קיימישע לעיק, א קאר ווארט מיך אפ ביי דעם שמש'ס שטוב. מען בינד מיך די אויגן, און מען טראגט מיך גלייך צום רבינ’ס חדר המלחמה. דער רבי ווארט מיך אפ, די מצב איז אנגעצויגן, די לופט אז אנגעשטויסען מיט א געמיש פון פארויכעטע ניקאטין, מארכיוואנא, און נארגילא. דער רבי דרייט זיך ארום ווי א בע"ח וואס זוכט זיין אייגן וויידל, די אויגן זיינע לויפן ארום אין די ביידעלעך ווי זיי זאלען זוכן א וועג ארויס. איך צושמייכעל מיך, דער גבאי ווארפט שארפע בליקען, ווי איינער זאגט, וואס פארשטייסטו נישט עס איז א קריטישע ווענדפונקט ביי יהדות החרדית! וואס איז דיין קלות ראש דא? דער רבי געט זיך האסטיג שטעל אפ, און רופט אויס -וואס מען מאכט אפ דא היינט ביינאכט וועט נישט נאר זיין אן הוראה לשעה נאר לדורי דורות!

דער רבי מאכט נישט קיין הקדמות עס איז א קריטיש וויכטיגע נושא! עס קומט אונטער א גרויסארטיגע חתונה בייי איינע פון די רבי’ס לבית וויזניץ , און ווי עס פירט זיך היינט ביי אלע גרויסע רבנישע חתונות, קראכט מען בילדער איינס נאכן אנדערען און דער רבי איז אויסן אראפצולייגן א פיס מיט א פויסט, א זעץ און א שטויס אז קליין און גרויס זאלן וויסן עס איז נישטא מושג ווי בילדער פונעם רבין, נישט לפני אכילה, נישט לאחר אכילה, און אודאי נישט באמצע. דער רבי פארקאכט זיך אז ער ליידער נישט די כח פונעם טאטע זכרונו לברכה, צו סטראשען מיט עולם הזה ועולם הבא, ווייל דער היינטיגער עולם דעקלן זיך נישט פאר אזעלעכע סטראשענוג. מיט ביטערנישט זאגט ער, אז ווען ער זאל ווען סטראשעט די וואס נעמען בילדער מיט פארוואפאן פון ביידע וועלטען , וועט מען אים אריילייגן אין זיין קאזינ'ס מענדעלע קאטעגאריע, אלץ איינער וואס איז שוין אליין פארווארפן פון אלע דריי ועלטען.

אלזא וואס איז דער עצה ?

איך פון מיין זייט פרעג נישט קיין קשיות, קשיות איז נישט פארוואס מען באצאלט מיך, פון מיר דארף מען סאלאשענס. איך פרעג גלייך, געב אהערט די אפציעיס און לויט דעם וועלן מיר אויסארבעטען א סטראטעגיע, וועלכע מאכט די מערסטע סענס. איך ווער אויפגעשוידערט אז עס ניטאמאל דא קיין אפציעס אויפן טיש. איך זעה מיט וועם איך האב צו טוען, איך נעם א סטעפ בעק, און איך פאנג אן פון מודי אני, און פאנג אן צו אויסצולייגן אפשענס:

די ערשטע אפשען וואס איך לייג ארויף אויפן טיש איז -דער רבי זאל זיך אויפהייבן די ליכטיגע אויגן, און מאכן פון די קאמרע לייט א גל של עצמות!
-חלילה, שרייט די רבי, תמו חטאים ולא חוטאים!

איך גיי צו מיין נעקסט אפשען -אולי זאל דער רבי מאכן פון די כלי נעמליך דיקעמערע, א גל של פלעסטיק?
דער רבי צובייזערט זיך, -ניןן! מען קען נישט מזיק זיין ממון ישראל!

איך פאנג אן אויסצולויפן פון אפציעס, -אולי, פרעג איך דעם רבי, זאל דער רבי נאר אריינקוקן אין די לענס פונעם קעמרע, און מיטן כח התורה פארברענן דער SD קארד, אזויווי יונתן בן עוזיאל האט פארברענט דעם אומגליקליכען ציפור הפורח?
-נישטא וואס צו רעדן, זאגט דעם רבי, דאס איז דאך א רעכטע קרדום לחפור בה!

ו-ואס טוט זיך מיט א מאסקע, פרעג איך טאמעוואטע ? דער גבאי צובייזערט זיך, -ווי אזוי וועט די רבי עסן? -ניין , זאג איך, איך מיין די מאסקע א שטייגער ווי דעקאטע זשאנסאן האט אויף פופציג שאטענעס פון גרעי (חלק ב'), דער רבי צושמייעכלט זיך פאר א מינוט, און גיט א מאך מיט די האנט, און מורמעלט זיך אונטער, -דאס איז גוט פאר מדבר פארן ועראטיק, נישט פאר א בנש"ק.

דא נעם איך ארויס מיין לעצטע קארד -זאל די רבי וערן א רואה ואינו נראה, ווי ר׳ לייב שרה׳ס אין פראנץ יוזעף 'ס פאלאטץ!
דער רבי לאזט מיך נישט קומען צום ווארט, -שוטה שבגולם, שרייט ער, אז מען זעט מיך נישט וועט דאך קיינער נישט וויסן אז איך בין בכלל געקומען, פאר די געלט קען איך דאך בלייבן אינדערהיים.

ביז מען איז אויפגעקומען מיט די געניאלע געדאנק, זון גלעזער!! זונ געלעזער !!

איך בין מטעים דעם געדאנק מט דברים של טעם, עס איז דאך ידוע אז די אויגן איז די פענסטער צום נשמה, און בעצם די גאנצע ענין פון נישט נעמען בילדער איז כדי שלא לצלם עם מצלמה הצלם אלקיםץ. לפי"ז אויב פארמאכט מען די אויגן- פענסטער צום צלם אלקים איז דאך נישטא קיין פראבלעם. דער רבי איז אויפגעשפרינגען מיר געגעבן א נשיקה על מצחי אזאש די שפייאכטץ פונעם קוש איז מיר שיעור נישט ארייגערינען אין מיין פענסטער און פארלאשן מיין אייגענע צלם אלקים.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2485 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2873 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג פעברואר 17, 2020 5:35 pm

האב איך שוין לאנג געוואוסט אז ביי אלע רביים און בנשק׳לעך אין שטוב דרייען זיך ארום בענדשמין׳ס...


:like
‎‏I belong to Viznitz, I am a Viznitzer chassid and remain so to this day
‎‏The Lubavitcher was, in a way, my rebbe, al- though each time we met, I would always say, ‘Rebbe, I am a Viznitzer’ , I would repeat it always as the Ahavas Yisrael was my foremost Rebbe. I claim my chassidus
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6201
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4865 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3611 מאל

הודעהדורך הדסים » מאנטאג פעברואר 17, 2020 5:48 pm

די אפציע פון לבוד מיט א פנים נעץ ווי א כלה, אדער בין האלטער, איז נישט געווען אויפן טיש?

אגב, שיק א דאנק פאר די וואס האבן דיר געהאלפן מיט דיין פעסווארד.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג פעברואר 17, 2020 6:01 pm

וואס זאגסטו וואס? די קיימישע רבי רייכערט מארכיוואנא?

און די חסידים כאפן שיריים?

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער האט זיך אנגעטוהן די ״טונקלע ברילן״ ווייל סאיז ידוע די וואס רייכערן קנה-בושם קענען נישט דערהייבן די ליכטיקייט. די לייט איז צו שטארק פאר זיי.

אבער איך קען ענק צוזאגן אז ער ווייסט נישט אפילו וואס דאס איז בכלל. חוץ תורה און משוגעת׳ן ווייסט ער גארנישט. כ׳בין כמעט זיכער אז ער ווייסט ניטאמאל אז די וועלט איז רינדעכיג...
‎‏I belong to Viznitz, I am a Viznitzer chassid and remain so to this day
‎‏The Lubavitcher was, in a way, my rebbe, al- though each time we met, I would always say, ‘Rebbe, I am a Viznitzer’ , I would repeat it always as the Ahavas Yisrael was my foremost Rebbe. I claim my chassidus
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6201
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4865 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3611 מאל

Re: די מעשה מיט די זון גלעזער

הודעהדורך מי אני » מאנטאג פעברואר 17, 2020 7:52 pm

אפשר האט דער באשעפער... אהעם... צוגעפירט אז זיי זאלן דעמאלטס רייכערן מאריכואנא מרמז צו זיין צום פסוק (מלאכי ג כ) ״שמש״ צדקה ומרפא בכנפיה. ״ומרפא״ מיט׳ן כולל בגימטריא ״מריכואנא״, און דעמאלטס האט מען באקומען די הארה פון צו גיין מיט משקפי ״שמש״... :D
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 17, 2020 8:11 pm

זאג מיר דעם אמת הרב @מי אני, ווערן אלע דיינע תגובות טאקע געשריבן דורך איין מענטש, אדער ס'שטייען עטליכע מענטשן דערינטער? :?:
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3022
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2848 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2049 מאל

די מעשה מיט די זון גלעזער

הודעהדורך מי אני » מאנטאג פעברואר 17, 2020 8:27 pm

It’s all me (ani...).

ס׳איז אלעס איך. כ׳מיין צו זאגן איין מענטש (גייסט דאך זאגן אז כ׳ווייס נישט ווער דער ״איך״ איז, ״מי אני״...)

מ׳האלט נאכנישט ביי א אידישע ״ניקאלאס בורבאקי״ (נישט אז מיינע תגובות זענען אפילו נאנט צו דעם. ניטאמאל ווייט.)

בדרך כלל האט מען א חשש אז איין מענטש האט מער ווי איין ניק און דא האט מען א פונקט פארקערטן חשש...

איך נעם דאס אן אלס א געוואלדיגע קאמפלימענט. ייש״כ.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 12:50 pm

האסט פארגעסן צו דערציילן המשך המעשה איבער די KY געשמירעכץ...
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 451
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 584 מאל

הודעהדורך פערינא » פרייטאג פעברואר 21, 2020 12:08 am

די צלם אלוקים פון די אויגן איז און די שווארץ אפעל אדער און די גאנצע אויג? אויב ס'איז נאר די שווארץ אפעל קען מען קויפן קאלירטע לענסעס. לאז וויסען די רבי.
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג פעברואר 21, 2020 12:52 am

באמת איז דער צלם אלקים דער גאנצע פנים מיט דער דיקנא קדישא, נאר דער רבי פין קייאמישע איז נאר מקפיד אויף די אויגן ווייל כידוע האט ער גע'ירש'נט דער טאטעס הייליגע אויגן.

און דער אמת איז שווער, ווייל ער וואלט געקענט זיצען מיט פארמאכטע אויגן, אדער מיט אראפ ציען דער שטריימעל אויף אראפ, אזוי ווי דער טאטע. אבער די גלעזער זענען דאך א בעסערע איינפאל.

דער ברך משה פלעגט זיך אויך רעגן אויף בילדער, און משה גבאי פלעגט אים בארואיגן. ר' אהרן, היות ער האט גע'ירשנט דער טאטעס כעס (אויך דער סענס אפ טאמער) וועט זיך אנהייבן רעגן נאך אמאהל.

שוין, איך קלער אז דער אשכול באלאנגט אין צימעס.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1145 מאל

הודעהדורך אדונינו » פרייטאג פעברואר 21, 2020 2:05 am

למעשה האט מען אויפגעקלערט דעם רעבע, אז די פנים איז דער אף (נאז בלע״ז) כמובא בהרבה מקומות, למשל להתיר עגונה, ממילא וועט די רבי אויסטאן דעם זון גלעזער, און באנדאדזירן דעם נאז (אפשר מיט סקאטש-טעיפ, כדמות הנודע) ומה שלא יעשה הזמן, יעשה השכל.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 363
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג פעברואר 21, 2020 11:36 am

עס איז דא אין די פורים געשעפטן א נאז וואס מען קען ארויף לייגן אויף דער נאז.

דאס איז לכאורה א בעסערע איינפאל ווי דער גלעזער, ווייל מען קען באשטעלן א ספעציעלע נאז, וואס זאל אויסזעהן ווי זיין נאז, אדער זיין טאטעס נאז. זכר לדבר א שייטעל במקום האר.

און דאס קען זיין דער פשט פארוואס דער ברך משה האט זיך גערעגט, ווייל דעמאלטס פארלירט מען דער צלם אלקים כמבואר בספרים, ממילא מעג מען שוין נעמען דער בילדער אויך.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1145 מאל

די מעשה מיט די זון גלעזער

הודעהדורך מי אני » פרייטאג פעברואר 21, 2020 3:05 pm

מיט דעם קען מען פארשטיין אז די גמרא (שבת קנא:) דרש׳נט (קהלת יב ב) עד אשר לא תחשך השמש והאור, אז והאור מיינט די נאז ע״ש. איז ממילא בזה איז אזוי ״עד אשר לא תחשך השמש״, מ׳דארף נישט אנקומען צו זון-גלעזער [״תחשך השמש״] טאמער, ״והאור״, מ׳נעמט קעיר פון די נאז... :D

און דאס איז געווען די רמז פון די KY דזשעלי דארט. די נאז איז וואס מ׳דארף להתיר עיגון וכנ״ל...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » זונטאג פעברואר 23, 2020 10:27 pm

אישתישבי האט געשריבן:עס איז דא אין די פורים געשעפטן א נאז וואס מען קען ארויף לייגן אויף דער נאז.

דאס איז לכאורה א בעסערע איינפאל ווי דער גלעזער, ווייל מען קען באשטעלן א ספעציעלע נאז, וואס זאל אויסזעהן ווי זיין נאז, אדער זיין טאטעס נאז. זכר לדבר א שייטעל במקום האר.

און דאס קען זיין דער פשט פארוואס דער ברך משה האט זיך גערעגט, ווייל דעמאלטס פארלירט מען דער צלם אלקים כמבואר בספרים, ממילא מעג מען שוין נעמען דער בילדער אויך.

פארגעס פון די נאז, די דאזיגע גלעזער הידועה דארף מען פארקויפן פאר אן אסטראנאמישע סומע געלט, אפשר ארויפקלעבן אין א ארט גאלעריע אין מאנהעטן, אבער אפשר אויך פארקויפן אין אלע געשעפטן פאר פורים די הייליגקייט וואס דאס פארמאגט, און אפגערעדט די ווענדפונקט אין היסטאריע וואס דאס האט אנגעמאכט... די פאקט אז דו און איך רעדן דערפון בכלל שרייט שוין אויס דעם קול ה' בכח אויף אלע פיר עקן פון די וועלט

א רגע טאקע, סא מארבע כנפות הארץ איז א סתירה מיט סייענס? :roll:
ווען דו ביסט געווען א יונגע דרייווער האסטו אויך נישט ליב געהאט ווען מ'האט געפיפן אויף דיר, זיי אזוי גוט דריק דעם לייק קנעפל ⁦
סאנטיאגא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Qwantify [Bot] און איין גאסט