בלאט 1 פון 1

די מעשה מיט די זון גלעזער

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2020 4:16 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
איין פארכמעארעטן מיטוואך, באקום איך א רוף פון אן אומבאקאנטן נומבער, אויף דער אנדערע זייט, הערט זיך א באסיווע דיקליכע מענערישע שטימע - איז דאס ר’ בנימין?

- נו אודאי, ענטפער איך, ווער דען ר’ יוסל?

-קום שוין אריבער צםו רבין אין קיימישע,זאגט ער באפעלעריש!

נו, נו, איך פרעג נישט קיין קשיות, איך בין שוין געוואיונט אין מיין ליין, צו אזעלעכע מיסטריעזע קאראנע טעלעפאון רופן, געווענליך איז עס דברים שהנצנעה יפה להן ולטלפון. איך פאק מיר איין מיין טרעוועל רענצל פאר אזעלעכע מיטינגס, צווישן אנדערע ליגט דארט -טיילענאל, טאמס, קלאנעפין, א פאסיק, מאפעס, 4 טעלעפאון ביכלעך פון אלע חרדישע געגענטער, און KY זשעל וכו' און מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג.

איך פאר אראפ, דעם לאנגן וועג צו קיימישע, מיין מוח ווירבעלט, וואס וויל דער רבי איצט? אפשר האט ער זיך געביטן זיין מיינוג בנוגע ר’ שמואל הנודע? אולי האט ער איינגעזעהן וואסאפארא פורה ראש ולענה דער ר שמואל איז? און אז מימות שמואל הכופר עד שמואל הדיין לא קם כשמואל, און איז ענדליך יא גרייט צו געבן זיין חתימת יד קדשו אויפן קול קורא. עס וויל זיך מיר גלייך קאלן דעם שטערן אין דירענפעלד מיטן בשורה המרנינה, איך האלט מיך אפ דעם לעצטן מינוט, ווער ווייס, טראכט איך צו מיר, אפשר האלט שטערן אדער דירענפעלד פונקט אינמיטען קראצן די פיס, און מחמת גרויס שמחה וועט ווערן אזא תדשן עצם, און וועט גאר נישט קענען צוריק אנטוען די שיך, היל”ת. איך האלט מיך אפ די לעצטע מינוט, און נאך אמזל, ווייל עס שטעלט זיך ארויס אז נישט דאס וויל בכלל דער רבי.

איך קום אין קיין קיימישע לעיק, א קאר ווארט מיך אפ ביי דעם שמש'ס שטוב. מען בינד מיך די אויגן, און מען טראגט מיך גלייך צום רבינ’ס חדר המלחמה. דער רבי ווארט מיך אפ, די מצב איז אנגעצויגן, די לופט אז אנגעשטויסען מיט א געמיש פון פארויכעטע ניקאטין, מארכיוואנא, און נארגילא. דער רבי דרייט זיך ארום ווי א בע"ח וואס זוכט זיין אייגן וויידל, די אויגן זיינע לויפן ארום אין די ביידעלעך ווי זיי זאלען זוכן א וועג ארויס. איך צושמייכעל מיך, דער גבאי ווארפט שארפע בליקען, ווי איינער זאגט, וואס פארשטייסטו נישט עס איז א קריטישע ווענדפונקט ביי יהדות החרדית! וואס איז דיין קלות ראש דא? דער רבי געט זיך האסטיג שטעל אפ, און רופט אויס -וואס מען מאכט אפ דא היינט ביינאכט וועט נישט נאר זיין אן הוראה לשעה נאר לדורי דורות!

דער רבי מאכט נישט קיין הקדמות עס איז א קריטיש וויכטיגע נושא! עס קומט אונטער א גרויסארטיגע חתונה בייי איינע פון די רבי’ס לבית וויזניץ , און ווי עס פירט זיך היינט ביי אלע גרויסע רבנישע חתונות, קראכט מען בילדער איינס נאכן אנדערען און דער רבי איז אויסן אראפצולייגן א פיס מיט א פויסט, א זעץ און א שטויס אז קליין און גרויס זאלן וויסן עס איז נישטא מושג ווי בילדער פונעם רבין, נישט לפני אכילה, נישט לאחר אכילה, און אודאי נישט באמצע. דער רבי פארקאכט זיך אז ער ליידער נישט די כח פונעם טאטע זכרונו לברכה, צו סטראשען מיט עולם הזה ועולם הבא, ווייל דער היינטיגער עולם דעקלן זיך נישט פאר אזעלעכע סטראשענוג. מיט ביטערנישט זאגט ער, אז ווען ער זאל ווען סטראשעט די וואס נעמען בילדער מיט פארוואפאן פון ביידע וועלטען , וועט מען אים אריילייגן אין זיין קאזינ'ס מענדעלע קאטעגאריע, אלץ איינער וואס איז שוין אליין פארווארפן פון אלע דריי ועלטען.

אלזא וואס איז דער עצה ?

איך פון מיין זייט פרעג נישט קיין קשיות, קשיות איז נישט פארוואס מען באצאלט מיך, פון מיר דארף מען סאלאשענס. איך פרעג גלייך, געב אהערט די אפציעיס און לויט דעם וועלן מיר אויסארבעטען א סטראטעגיע, וועלכע מאכט די מערסטע סענס. איך ווער אויפגעשוידערט אז עס ניטאמאל דא קיין אפציעס אויפן טיש. איך זעה מיט וועם איך האב צו טוען, איך נעם א סטעפ בעק, און איך פאנג אן פון מודי אני, און פאנג אן צו אויסצולייגן אפשענס:

די ערשטע אפשען וואס איך לייג ארויף אויפן טיש איז -דער רבי זאל זיך אויפהייבן די ליכטיגע אויגן, און מאכן פון די קאמרע לייט א גל של עצמות!
-חלילה, שרייט די רבי, תמו חטאים ולא חוטאים!

איך גיי צו מיין נעקסט אפשען -אולי זאל דער רבי מאכן פון די כלי נעמליך דיקעמערע, א גל של פלעסטיק?
דער רבי צובייזערט זיך, -ניןן! מען קען נישט מזיק זיין ממון ישראל!

איך פאנג אן אויסצולויפן פון אפציעס, -אולי, פרעג איך דעם רבי, זאל דער רבי נאר אריינקוקן אין די לענס פונעם קעמרע, און מיטן כח התורה פארברענן דער SD קארד, אזויווי יונתן בן עוזיאל האט פארברענט דעם אומגליקליכען ציפור הפורח?
-נישטא וואס צו רעדן, זאגט דעם רבי, דאס איז דאך א רעכטע קרדום לחפור בה!

ו-ואס טוט זיך מיט א מאסקע, פרעג איך טאמעוואטע ? דער גבאי צובייזערט זיך, -ווי אזוי וועט די רבי עסן? -ניין , זאג איך, איך מיין די מאסקע א שטייגער ווי דעקאטע זשאנסאן האט אויף פופציג שאטענעס פון גרעי (חלק ב'), דער רבי צושמייעכלט זיך פאר א מינוט, און גיט א מאך מיט די האנט, און מורמעלט זיך אונטער, -דאס איז גוט פאר מדבר פארן ועראטיק, נישט פאר א בנש"ק.

דא נעם איך ארויס מיין לעצטע קארד -זאל די רבי וערן א רואה ואינו נראה, ווי ר׳ לייב שרה׳ס אין פראנץ יוזעף 'ס פאלאטץ!
דער רבי לאזט מיך נישט קומען צום ווארט, -שוטה שבגולם, שרייט ער, אז מען זעט מיך נישט וועט דאך קיינער נישט וויסן אז איך בין בכלל געקומען, פאר די געלט קען איך דאך בלייבן אינדערהיים.

ביז מען איז אויפגעקומען מיט די געניאלע געדאנק, זון גלעזער!! זונ געלעזער !!

איך בין מטעים דעם געדאנק מט דברים של טעם, עס איז דאך ידוע אז די אויגן איז די פענסטער צום נשמה, און בעצם די גאנצע ענין פון נישט נעמען בילדער איז כדי שלא לצלם עם מצלמה הצלם אלקיםץ. לפי"ז אויב פארמאכט מען די אויגן- פענסטער צום צלם אלקים איז דאך נישטא קיין פראבלעם. דער רבי איז אויפגעשפרינגען מיר געגעבן א נשיקה על מצחי אזאש די שפייאכטץ פונעם קוש איז מיר שיעור נישט ארייגערינען אין מיין פענסטער און פארלאשן מיין אייגענע צלם אלקים.