"פאַק דיך!" האט דער הייליגער רבי ר' זושא געשריגן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

"פאַק דיך!" האט דער הייליגער רבי ר' זושא געשריגן

הודעהדורך העניך » דינסטאג פעברואר 18, 2020 11:16 pm

אין קובץ "שערי ציון" פון תלמידי וחסידי באבוב האב איך דעם חודש געלייענט א מעשה נורא. אמאל האט מען געזען א גרופע סאלדאטן לויפן מיט א בהלה. האט מען זיי געפרעגט פארוואס זיי לויפן אזוי דערשראקן. האבן זיי געענטפערט אז זיי האבן געשלאגן א איד, איז פלוצים געקומען א ראבינער און האט צו זיי געשריגן מיט א לשון וואס זיי האבן בכלל נישט ערווארטעט פון א איד, און זיכער נישט פון א ראבינער. "פאַק דיך!" האט ער געשריגן, אָן א פּינטל אין דעם פ'.

"פאַק דיך!"

פון שאק און שרעק זענען זיי געלאפן פון דארטן.

די אידן זענען געוואויר געווארן אז דער ראבינער איז נישט געווען קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי ר' זושא. האבן זיי געפרעגט דעם רבי'ן מיט וואונדער, פון וואנעט עס קומט צו אים אזא לשון וואס אפילו די אנשטענדיגע גוים נוצן נישט ברבים. האט דער רבי געזאגט מיט א שמייכל, "'פאַק דיך' האב איך געזאגט? נע! 'פַחדְךָ' האב איך געזאגט! ובכן תן פחדך!

זינט די מעשה האבן די גוים גערופן דעם רבי'ן, "דער פאַק דיך."

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 452
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2327 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג פעברואר 18, 2020 11:19 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
44.jpg
45.jpg
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 452
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2327 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך פעברואר 19, 2020 12:31 am

און פין דא זעהט מען ווי דער קליינער חילוק פין א קמץ און א פתח איז מרעיש עולמות.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2168
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך העניך » מיטוואך פעברואר 19, 2020 12:37 am

אין דער בריטישער הברה איז עס מיט א פתח.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 452
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2327 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מיטוואך פעברואר 19, 2020 1:28 am

איז פארהאן אין גרויס בריטאניע א דערפל האניפאלי?
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 300
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך פעברואר 19, 2020 4:14 am

מאך זיכער האט געשריבן:איז פארהאן אין גרויס בריטאניע א דערפל האניפאלי?


אין אסאך לענדער ווי די ענגלישע שפראך איז פארשפרייט, רעדט מען פון די בריטישע ענגליש.

אבער די עיקר געדאנק איז, אז די רבי ר' זושא האט דאך געקענט זען מסוף העולם עד סופו, דארפסטע אליינס פארשטיין אז ס'איז ממילא אויך געווען רואים את הקולות, אויב אזוי קשיא מעיקרא ליתא...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3088 מאל

הודעהדורך העניך » מיטוואך פעברואר 19, 2020 8:49 am

וואלווי האט געשריבן:
אין אסאך לענדער ווי די ענגלישע שפראך איז פארשפרייט, רעדט מען פון די בריטישע ענגליש.

אבער די עיקר געדאנק איז, אז די רבי ר' זושא האט דאך געקענט זען מסוף העולם עד סופו, דארפסטע אליינס פארשטיין אז ס'איז ממילא אויך געווען רואים את הקולות, אויב אזוי קשיא מעיקרא ליתא...

או יאמר, אז ס'איז געווען בשעת ר' זושא'ס וואנדערונגען אין זיינע גלות-ליידן, ווען ער איז געווען אין א פּאַב אין ענגלאנד.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 452
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2327 מאל

הודעהדורך cictim » מיטוואך פעברואר 19, 2020 9:33 am

רבי ר' זושא זי"ע איז געקומען אין א אכסניא האט ער אויסגערעכענט אלע עבירות וואס די בעל אכסניא האט געטון כאילו ס'איז געשען מיט אים אליין און אזוי האט יענערר פארשטאנען למי החותמת און געקומען בעטען א תשובה.
כנראה איז רבי ר' זושא נתגלה געווארען צו כמה מהניקים פה ועכשיו רשע תן תודה...
cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך פעברואר 19, 2020 5:14 pm

העניך האט געשריבן:אין דער בריטישער הברה איז עס מיט א פתח.


אבער זיי זאגן נישט פאק דיר נאר פאק יא. האט ער דאך נישט גערעדט קיין ענגליש.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2168
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 12:05 am

אישתישבי האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:אין דער בריטישער הברה איז עס מיט א פתח.


אבער זיי זאגן נישט פאק דיר נאר פאק יא. האט ער דאך נישט גערעדט קיין ענגליש.

האסט אמאל געהערט פון דעי סלענג
Gfys
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1523
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 12:13 am

?WTF
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2485 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2852 מאל

הודעהדורך real fake news » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 12:32 am

קאצקע ציקער האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:אין דער בריטישער הברה איז עס מיט א פתח.


אבער זיי זאגן נישט פאק דיר נאר פאק יא. האט ער דאך נישט גערעדט קיין ענגליש.

האסט אמאל געהערט פון דעי סלענג
Gfys

אפשר gfym?..
real fake news
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 12:57 am

קאצקע ציקער האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:אין דער בריטישער הברה איז עס מיט א פתח.


אבער זיי זאגן נישט פאק דיר נאר פאק יא. האט ער דאך נישט גערעדט קיין ענגליש.

האסט אמאל געהערט פון דעי סלענג
Gfys


דאס איז א גאנץ אנדערע זאך. נישט פאק דיר, נאר פאק זעלבסט. אין שובבים רעדט מען פין דעם אסאך.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2168
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך צפור בודד » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 4:41 am

די אלע פשטים זענען געבויעט אויפן הנחה אז די באבאווער האבן גוט געפינטלט רבי ר' זושא'ס ווערטער. למעשה, זעט אויס אז ס'דארף שטיין 'פּאַק' דיך מיט א פינטל אין דער 'פּ' ווייל אנדערש קומט ובכן תן פּחדך נישט אריין. פּאַק דיך קען אויך מיינען, פּאַק דיך דיינע געפעק און טראג דיך אפ ווען ער האט געוואלט זיי זאלן אנטלויפן. און מיט דעם ווערט אלעס פארענטפערט וחלילה שיאמרו על אותו צדיק שהוציא דבר מגונה מפיו.
צפור בודד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 152 מאל

הודעהדורך צפור בודד » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 4:50 am

וואלווי האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:איז פארהאן אין גרויס בריטאניע א דערפל האניפאלי?


אין אסאך לענדער ווי די ענגלישע שפראך איז פארשפרייט, רעדט מען פון די בריטישע ענגליש.

אבער די עיקר געדאנק איז, אז די רבי ר' זושא האט דאך געקענט זען מסוף העולם עד סופו, דארפסטע אליינס פארשטיין אז ס'איז ממילא אויך געווען רואים את הקולות, אויב אזוי קשיא מעיקרא ליתא...

"רואים את הקולות" ביי דער מעשה וועט מעורר זיין א מורא'דיגע קשיא אז לכאורה איז עס א סתירה פון דער צעטל קטן פון זיין הייליגער ברודער רבי ר' מיילעך, אל יסתכל בשעה שמזדווגים זה עם זה. ויש ליישב בדוחק שזה עם זה דייקא ולא בינו לבין עצמו ועדיין צ"ע.
צפור בודד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 152 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 8:07 am

צפור בודד האט געשריבן:די אלע פשטים זענען געבויעט אויפן הנחה אז די באבאווער האבן גוט געפינטלט רבי ר' זושא'ס ווערטער. למעשה, זעט אויס אז ס'דארף שטיין 'פּאַק' דיך מיט א פינטל אין דער 'פּ' ווייל אנדערש קומט ובכן תן פּחדך נישט אריין. פּאַק דיך קען אויך מיינען, פּאַק דיך דיינע געפעק און טראג דיך אפ ווען ער האט געוואלט זיי זאלן אנטלויפן. און מיט דעם ווערט אלעס פארענטפערט וחלילה שיאמרו על אותו צדיק שהוציא דבר מגונה מפיו.


קושיא מעיקרא ליתא, ווייל ער האט געשריגן פחדך, וואס די גוים האבן געהערט האט נישט מיט אים.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2168
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

Re: "פאַק דיך!" האט דער הייליגער רבי ר' זושא געשריגן

הודעהדורך קל וחומר » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 9:33 am

ס'גלייבט זיך שווער אז די מעשה האט טאקע פאסירט אין די ווירקליכקייט, עכ"פ ברויך מען גלייבן אז ס'וואלט געקענט זיין אמת.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1888
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2932 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2704 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 12:43 pm

און אז מען רעדט שוין, פארוואס איז גרינגער צו גלייבן אז עס האט געקענט געשעהן ווי עס איז ווירקליך געשעהן?

דער מימרא איז אזוי איינגעווארצלט, אבער עס מאכט נישט קיין סענס.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2168
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך הדסים » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 2:00 pm

אישתישבי האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין, פארוואס איז גרינגער צו גלייבן אז עס האט געקענט געשעהן ווי עס איז ווירקליך געשעהן?

דער מימרא איז אזוי איינגעווארצלט, אבער עס מאכט נישט קיין סענס.

ווען איינער וויל נישט זיין קיין כופר אין אלעס וואס מען האט אים אויסגעלערנט, מוז ער דאך גלייבן אז עס קען זיין אמת. אין דער זעלבע צייט וויל ער נישט זיין קיין נאר, זאגט ער אז ער גלייבט נישט יעדע מעשה.

אבער בעצם ביסטו גערעכט, ווייל אויב גלייבט ער באמת אז עס וואלט געקענט פאסירן, פארוואס נישט גלייבן אז עס האט פאסירט? ווען איינער פארציילט מיר אז ער האט געהאט אן עקסידענט גלייב איך אים. עס קען פאסירן, איך קען אים אלץ א נארמאלער מענטש, פארוואס זאל איך טראכטן אז ער באקט מעשיות. אבער אויב גייט די מעשה אז סופערמען איז אים געקומען ראטעווען פון די עקסידענט, גלייב איך אים שוין נישט. (און עס ווערט אביסל געטוישט די הנחה אז ער איז א נארמאלער מענטש...)
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 242
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

"פאַק דיך!" האט דער הייליגער רבי ר' זושא געשריגן

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 2:26 pm

עס קען אפשר האבן אביסל צו טוהן מיט די גאנצע שמועס פון די אשכול (ובפרט פון דא אין ווייטער). דהיינו, ער/זי גלייבט בעצם אין די מושגים פון רוה״ק, נסים, מופתים, שידוד הטבע וכו׳ וכו׳, אבער דאס איז נאר אין אלגעמיין [אלס, א סארט, טעארעטישער מעגליכקייט]. דהיינו/משא״כ ווען מ׳זאגט אים/איר אז דאס איז וואס האט פונקט יעצט אדער פונקט דעמאלטס פאסירט, לייגט ער/זי עס דורך א מער ראציאנאלישן כור המבחן און טראכט ״מסתמא נישט״.

דאס איז די שיחת (חולין של) ת״ח צריכה לימוד (סוכה כא:) פון די מימרא (משמיה דהדברי יואל זצ״ל) אז ״ווער ס׳גלייבט די מעשיות איז א נאר. ווער ס׳קען נישט גלייבן די מעשיות איז אן אפיקורוס״.

איך פארשטיי אז דארט אינ׳ם צוגעצייכענטן אשכול/שמועס רעדט מען פון פארטייטשן/מפרש זיין די סיבה פארוואס עפעס וואס האט פאקטיש פאסירט האט פאסירט, און דא איז די נידון צו ס׳האט בכלל פאסירט אדער קען בכלל פאסירן. אבל לכאורה זכרון אחד עולה לכאן ולכאן.
צפור בודד האט געשריבן:די אלע פשטים זענען געבויעט אויפן הנחה אז די באבאווער האבן גוט געפינטלט רבי ר' זושא'ס ווערטער. למעשה, זעט אויס אז ס'דארף שטיין 'פּאַק' דיך מיט א פינטל אין דער 'פּ' ווייל אנדערש קומט ובכן תן פּחדך נישט אריין. פּאַק דיך קען אויך מיינען, פּאַק דיך דיינע געפעק און טראג דיך אפ ווען ער האט געוואלט זיי זאלן אנטלויפן. און מיט דעם ווערט אלעס פארענטפערט וחלילה שיאמרו על אותו צדיק שהוציא דבר מגונה מפיו.

אגב איז די פ׳ פאנים נישט געווען אינ׳ם אריגינעלן לשה״ק [ותיבת ״פּחד״] און איז נאר אריינגעקומען דורכ׳ן אינפלוענס פון לשון ארמי (בגלות בבל). (די ״הארטע״ [פּלאסיוו, דהיינו ״סטאפּ״, סאונד [וואס מ׳האקט אפּ די לופט פלוס פון מויל] די אות מאכט ווען עס האט א דגוש איז די אריגינעלע העברה/פאנים פונ׳ם אות). ‏נאכ׳ן דארפ׳ן זיין סריסים בהיכל מלך בבל האט מען ארויפגעברענגט דעם פ׳ אויך, וואו מ׳קען טוישן פּחד צו פחד וככל הנ״ל...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 3:42 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 880
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 493 מאל

הודעהדורך הדסים » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 3:14 pm

איך ווייס נישט פארוואס אונז פירן די שמועס אונטער אזא קעפל :lol: , עניוועי.

איך בין מסכים אז דער וואס גלייבט איז א נאר, און דער וואס קען נישט גלייבן איז אן אפיקורוס. אבער וויאזוי קען זיין איינער וואס איז נישט קיינער פון די צוויי? וואס טראכט ער?

אפשר גלייבט ער אז די באשעפער קען מאכן ניסים, אבער נאר זייער ווייניג. איז נישט מסתבר אז פונקט די מעשה וואס איך האב יעצט געהערט איז אמת. דאס זאגסטו? (אזא מענטש איז א נאר און אן אפיקורוס...)
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 242
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 3:24 pm

אויב דו זאגסט מיך אז דו האסט געגעסן לאקס היינט פאר פרישטאג וועל איך דיר גלייבן, אבער אויב זאגסטו מיר אז ר' זושא האט געגעסן לאקס כ"ב טבת אין יאר תקנ"ה פארוואס זאל איך עס גלייבן? אדער יא אדער נישט, מער מסתבר אז נישט, בויען דערויף קען מען זיכער נישט.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2966
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2811 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2000 מאל

הודעהדורך הדסים » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 3:43 pm

האסט מיר שוין אמאל געכאפט ביי א ליגענט? איך פראביר צו זיין אויפריכטיג דא און אין ריעל לייף. איך וואלט נאר געזאגט אז ר' זושא האט געגעסן לאקס כ"ב טבת אין יאר תקנ"ה אויב איך האב א גוטע מקור. פארשטייט זיך אז וואס ווייטער אונז זענען פון א זאך זענען די מקורות שוואכער, אבער קענסט נישט זאגן "מער מסתבר אז נישט".
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 242
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 3:53 pm

אזוי האלט הדסים, אבער רבינו הקדוש האלט אז מ'קען עס יא זאגן... כ'מיין, ס'קען טאקע זיין פונקט אזוי יא ווי נישט, ס'האט אבער נישט גארנישט מיט די מעשה וואס דו פארציילסט.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2966
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2811 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2000 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 4:07 pm

צפור בודד האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:איז פארהאן אין גרויס בריטאניע א דערפל האניפאלי?


אין אסאך לענדער ווי די ענגלישע שפראך איז פארשפרייט, רעדט מען פון די בריטישע ענגליש.

אבער די עיקר געדאנק איז, אז די רבי ר' זושא האט דאך געקענט זען מסוף העולם עד סופו, דארפסטע אליינס פארשטיין אז ס'איז ממילא אויך געווען רואים את הקולות, אויב אזוי קשיא מעיקרא ליתא...

"רואים את הקולות" ביי דער מעשה וועט מעורר זיין א מורא'דיגע קשיא אז לכאורה איז עס א סתירה פון דער צעטל קטן פון זיין הייליגער ברודער רבי ר' מיילעך, אל יסתכל בשעה שמזדווגים זה עם זה. ויש ליישב בדוחק שזה עם זה דייקא ולא בינו לבין עצמו ועדיין צ"ע.


א סתירה?

איז דאס די ערשטע מאל די הערסט צוויי ברודער קריגען זיך...?
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3088 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 7 געסט