ישר כח אייבישטער!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

ישר כח אייבישטער!

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

נחמיהו ליגט שוין אין בעט שוין דריי טעג, ער ווייסט נישט צו עס איז די קאראנע וויירעס, אדער די פלו. ער היסט און ניסט און ברענגט ארויף פון די לונגען צום מויל די לייט גרין-געליכע סחורה און האט שוין פארניצט צוויי גאנצע קלינעקס טישוס שאכטלעך. אז מען רעדט שוין פון קלינעקס טישוס, וואס איז פשט אז זיי גייען ווי מצה וואסער? וטרם אתחיל וגמרנו ? ס' מוז זיין עפעס א קאנספיריסי , העמער דארפן פרעגן שלמה אדער חזקיהו המלך.

די ווייב דבורה זיינע, איז ארויס צו א דרשה פון די "ישר-כח-אייבישטער" מאוומענט. עס איז געווען דרשות פון צוויי אויסערארדענלכע בעלי דרשניות, איינער א שפילצעל רעבעצין סארט, די צווייטע איז געווען מער א אידישע מאמע-באלעבת'טע טיפ, וואס גייט מיט א העט שייטעל, וואס האט ביי די פערציג עקספיריענסד אן אוט אויף באדי עקספירענס, נאכן זיין האלב טויט און איז צוריקגעקומען צום לעבן אדאנק וואס איר מאן האט זיך אינוטערגענומען צו זאגן צען מאל א טאג יישר כח אייבישטער, און זינט דאן איז זי פון די פאן טרעגער פאר די ישר כח שטרום.

דער עולם זיצט צוגענאגעלט צו די פלעצער, די אויערען אנגעשפיצט נישט צו פארפאסען א ווארט, שטייצעך אז דער עולם איז מער איבער גענומען פון די שייטל לעדי, ווי פון די שפיצעל רעבעצין, ווייל ווען עס קומט פון די מאדערענע איז דא די מעלה פון קוץ ואליה בה, אז אפילו די קוץ איז מכיר די אליה און זי איז אויך מודה אז באשפריינליך יש אלקים במקום הזה!. צוביסעלך גייט דער עולם אריין אין אזא סארט היפנאזיע, און פון דארט ביז עקסטאז איז א שפאן. דער עולם צוגייט זיך מיט א פעסטע החלטה, אז מען האט ענטפערס צו אלע פראבלעמען, און מען פארמאגט די מפתחות צו אלע ישועות.

זי קומט אהיים אן אנדער פרוי ווי זי איז געגעאנגען, א בחינה פון בגפו יצאה ומלאה נכנסה. די מאן ר' נחמיהו זעט אז ס'ווייב איז מיט א קאפ העכער, און וואקט אין די לופט ווי דער בעל שם און להבדיל יאשקע אויפן טייך. ער ווייסט שוין פון עקספיריענס, אז אזא מצב זאגט נישט קיין גוטס. ער געדענקט נאך פון די לעצטע מאל זיין ווייב איז ארויס צו א צניעות דרשה, און זינט דאן גייט זיך מיט לאנגע, שווארצע, ברייטע, געדאפעטעלטע, העגענדיגע קליידער, אז עס כמעט שווער צו דערקענען אז מענטשליכע געשטאלט געפינט זיך דערין. ווער ווייסט, טראכט ער צו זיך, וואספארא צרות די נייע עצרת האט אנגעברענגט מיט זיך.

הקיצור, זי קומט אהיים און דערציילט איבער די משונהדיגע מעשיות וואס זי האט געהערט ביי די עצרת. די מאן זאגט איר בתוך הדברים, אז ער שפירט נישט גוט ,ער מיינט סאיז די פלו, -נו, זאגט זי, אודאי, אלעס אבער אלעס מאכט דער אייבישטער! זי איז אונטער די איינפלוס פון די דרשות און די געהויבענע געפיהלן.

דער מאן ווייסט נישט וואס איז אים באפאלען, -ווער רעדט דא ווער עס האט געמאכט וואס? איך פארצייל דיר סך הכל, אז איך פיהל נישט גוט, מה ענין דער מאכער אצל דער באמאכטער?. זי געט נישט אויף, און זאגט אים -גענוי איצט ברויך מען זאגן "ישר כח אייבשטער"! אפילו ווען עס נישט באטעמ'ט, זאגט מען ישר כח, דאס האט די שפיצל לעדי געזאגט. הקיצור אהער און אהין, ער רעדט פון ווייטאג און זי רעדט פונעם אייבישטער, איר אויגן גלאנצן התפעלות און התרוממות, און זיינע אויגן שפראצן האס און ווייטאג. דאס ווייב איז נעבעך משוגע געווארן, טראכט ער צו זיך, די רוח האט איר געכאפט, נישטא וואס צו טוען.

דער מאן ווערט בייז און מאכט אן החלטה, און זאגט צן די ווייב -רעד נישט צו מיר, און שטיי נישט אין מיינע ד' אמות די נעקסטע צוויי טעג! אויפצומארגנס, איז די ווייב אראפגעקומען אויף פלאנעט ערד, די התפעלות האט נאכגעלאזט אביסל, און זי פרובירט אנצופאנגען רעדן צו אים, ער בשלו, ער ענטפערט נישט, און בלאזט, און זי בשלה פרובירט נאכאמאל און נאכאמאל, און ער מאכט זיך נישט וויסענדיג.

נאך צוויי טעג ווייטאג, ברעכט זי אויס און א געוויין, האלב געוואנדען צו איר מאן און האלב צום הימעל -וואס בין איך שולדיג אז איך בין אריינגעפאלן מיט א מאן וואס קען נישט מחשיב זיין מיינע קבלות, טיילט נישט מיט מיר מיינע השגות און עקסטאז צו יעדע דבר שבקדושה, אנשטאט ווערט ער נאך באליידיגט און ער רעד נישט צו מיר פאר צוויי טאג גאנצע טעג!

נשמהלה' זאגט די מאן מיט מיטגעפיהל- פארשטיי מיין טייערע רביצין , -אלעס אבער אלעס, מאכט דער אייבישטער! און יעצט איז השעה מרוצה ווי מיר קענען ביידע אויסשרייען הויך צוזאמען, ישר כח אייבישטער!
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר