רבוש"ע, אלכסנדר זושא בן עליזה - היתכן?!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

רבוש"ע, אלכסנדר זושא בן עליזה - היתכן?!

הודעהדורך העניך » דינסטאג מערץ 03, 2020 10:27 am

היינט דינסטאג פרשת תצוה, ז' אדר, איז פראקלאמירט געווארן פאר א טאג פון תפילה און חסד "פאר זושא". צו דערמאנען כלל ישראל אז דער טייערער און נאבעלער יונגערמאן, ר' אלכסנדר זושא ראזענבלום, איז נאך אלץ פארשמאכט מתוך צער ויסורים מער פון פיר יאר נאך זיין שרעקליכער עקסידענט.

98566.jpg

און יא, מיר דארפן געדענקען.

עטליכע יאר צוריק, אויפ'ן וועג אהיים פון מאנסי וואו ער האט משמח געווען נישט-געזונטע קינדער און זייערע פאמיליעס אלס א טייל פון דער חברה "טאנצערס", איז זושא געווען פארמישט אין א שרעקליכן עקסידענט אויף דעם פאליסעידס, פון וואס ער איז נאך ליידער נישט ארויסגעקראכן.

ליידער פארגעסט מען. ליידער געדענקט מען נישט מתפלל צו זיין יעדן טאג. און דער אמת איז אז דאס איז דער נאטור פונעם מענטש, מ'קען דאך נישט אפשטעלן דעם לעבן נאך יעדער טראגעדיע ה"י.

אז חברים און בני משפחה האבן אויסגעוועלט ז' אדר, דער יארצייט פון משה רבינו, צו געדענקען דעם טייערן ר' זושא, לאמיך אוחז זיין במידתו של אותו צדיק, און פרעגן דעם הייליגן באשעפער:

למה הֲרֵעֹתָה לצדיק הזה?

היתכן, רבוש"ע?

מיר פארלאנגען נישט קיין אפענע ניסים, אבער דאס ביסל קענען מיר נישט האבן אז ביים פארן נאך א דבר מצוה זאל אזא זאך נישט פאסירן? ווי קענסטו אזוי שעדיגן א איד וועלכער האט נארוואס משמח געווען דיינע יתומימ'לעך, און פארוואנדלען זיינע אייגענע קינדער אין לעבעדיגע יתומים?

צי האסטו פארגעסן פון "שומר מצוה לא ידע דבר רע"?!

רבוש"ע, האב שוין רחמנות, און שיק א רפואה שלימה פאר דעם צדיק אלכסנדר זושא בן עליזה. רעכט אים אויף, און באלייכט זיין משפחה. אין דעם חודש שמרבין בו בשמחה, שיק אריין אור און שמחה אין די הערצער פון די וואס האבן געברענגט שמחה און ליכטיגקייט פאר אנדערע.

כה דברי עבדך, העניך.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 506
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2564 מאל

הודעהדורך green sunday » דינסטאג מערץ 03, 2020 12:20 pm

אוואדאי דארף מען מען איינרייסן אין מתפלל זיין לרפאתו

אבער נסתרים דרכי השם מיר אידן מאמינים בני מאמינים אופען רבש"ע פרעגט מען נישט קיין קשיות
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד

לסבר את האוזן ווען די האסט א ביזנעס וואס די פירסט עס אויפן בעסטן פארנעם שוין 50 יאר + קימט איינער אריין פאר 2 וואכן ארבעטן אין נעמט זיך איינטיילן וואס צי טיען וואס וואלסטו גענטפערט פאר יענעם?...

די קליינע מענטשעלע וואס פארשטייסטו צי א וועלט וואס שטייט שוין כמעט 6000 יאר
green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

הודעהדורך חיים יואל » דינסטאג מערץ 03, 2020 1:23 pm

green sunday האט געשריבן:אוואדאי דארף מען מען איינרייסן אין מתפלל זיין לרפאתו

אבער נסתרים דרכי השם מיר אידן מאמינים בני מאמינים אופען רבש"ע פרעגט מען נישט קיין קשיות
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד

לסבר את האוזן ווען די האסט א ביזנעס וואס די פירסט עס אויפן בעסטן פארנעם שוין 50 יאר + קימט איינער אריין פאר 2 וואכן ארבעטן אין נעמט זיך איינטיילן וואס צי טיען וואס וואלסטו גענטפערט פאר יענעם?...

די קליינע מענטשעלע וואס פארשטייסטו צי א וועלט וואס שטייט שוין כמעט 6000 יאר

שיינע תורות, אבער מיר דארפן בעטן השי״ת פאר א ישועה
חיים יואל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 6:23 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך אברך משי » דינסטאג מערץ 03, 2020 1:33 pm

שיר השירים אשר לאברך ואען ואומר אל העניך: מה נאוו דבריך ומדבש ימתקו לחיך: אך עתה הסכלת עשה ובגבול דברי חירוף שמת ניב שפתיך: אל תתן את פיך לחטיא את בשרך ואל תבהל ברוחך לדבר כה אל בוראך: זכור כי בינת אנוש לך מה תדע ומה תבין: נסתרים דרכי ה' ומאתו לא תצו הרעות: אף כי עיניך לא לנכוח יביטו ועפעפיך לא תחזינה למישרים: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו ואף אם כי משפט אשירה: ואתה בן אדם התפלל אל ה' וקוה אליו ואך בשברון לב ונכה רוח: אל תתרומם ברוחך ואל תדבר אתו משפט ואל תעיז פניך נגד יוצריך: מאת ה' היתה זאת והוא ירפא לתחלואי עמו ויחבוש את שברי הרוקדים המשמחים אלקים ואנשים: ואתה בן אדם קרע לבך ושפוך תחנתך אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם:
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

Re: רבוש"ע, אלכסנדר זושא בן עליזה - היתכן?!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דינסטאג מערץ 03, 2020 2:15 pm

green sunday האט געשריבן:אוואדאי דארף מען מען איינרייסן אין מתפלל זיין לרפאתו

אבער נסתרים דרכי השם מיר אידן מאמינים בני מאמינים אופען רבש"ע פרעגט מען נישט קיין קשיות
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד

לסבר את האוזן ווען די האסט א ביזנעס וואס די פירסט עס אויפן בעסטן פארנעם שוין 50 יאר + קימט איינער אריין פאר 2 וואכן ארבעטן אין נעמט זיך איינטיילן וואס צי טיען וואס וואלסטו גענטפערט פאר יענעם?...

די קליינע מענטשעלע וואס פארשטייסטו צי א וועלט וואס שטייט שוין כמעט 6000 יאר
אנטשולדיגט מיר זייער, אבער איר ברויכט נישט זיין פרומער פון אונזער רבי משה אדער פון ירמי' הנביא, ישעיהו הנביא און נאך, וואס האבן געהאט די זעלבע קשיא ווי אונזער טייערע העניך. מענטשן וואס האבן נישט קיין הרגשים פרעגן נישט קיין קשיות, אידן וואס האבן אהבת ישראל פרעגן קשיות.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 821
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3942 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1524 מאל

רבוש"ע, אלכסנדר זושא בן עליזה - היתכן?!

הודעהדורך מי אני » דינסטאג מערץ 03, 2020 3:02 pm

איך מיין מ׳גיסט דא אויף @העניך א קיתון של שופכין וואס קומט זיך אים נישט לגמרי. דהיינו, ער ערווענט דא די באקאנטע פראבלעם פון שלעכטס. די פראבלעם קומט צושטאנד טאמער מען נעמט אן בהנחה אז:

1). הקב״ה ווייסט אלעס (אפילו בפרטיים).

2). הקב״ה קען אלעס טוהן.

3). הקב״ה איז טוב (לגמרי).

מ׳קען נאך צולייגן אז טאמער נעמט מען אויך אן בהנחה בחירה חופשית ושכר ועונש (על זה מאת הקב״ה) ווערט בפרט שווער די קשיא טאמער עס איז די צדיקים טאקע וואס ליידן די שלעכטס. (מ׳דארף אויך געדענקען צו רעכענען די צער פון די משפחה ארום.)

דאס וועט פירן צום פאראדאקס אז אויב נעמט מען דאס אלעס אן איז טא ווי אזוי קען זיין שלעכטס אויף די וועלט?

יעצט, @העניך ארבעט בתוך די הנחות און ער ערווענט די פאראדאקס. און ובתוך די ספעציפישע קאנטעקסט איז אביסל שווער צו ענטפערן דעם תירוץ פון נסתרים דרכי ה׳, ווייל מ׳שטעלט דאך אוועק א יום תפילה וואו מ׳בעהט הקב״ה דאס צו טוישן/אוועקנעמען (וואס אין דעם ליגן, ווי נישט, די דריי הנחות); דאס ווערט (אויך) אביסל (ווי נישט) פאראדאקסיש אויב מ׳נעמט אן באותו זמן אז ס׳דא א סיבה דערצו נאר אונז ווייסן דאס נישט [נסתרים]. (ולכאורה גייט דאס אלעס אויך אריין אין די כלל.)

(ועיין כאן.)

איך פארשטיי אז מ׳קען באטראכטן די וועג ווי אזוי @העניך האט געשריבן אלס דיסרעספעקטפול און הטיח וכו׳, אבער מאידך גיסא קען מען דאס אנקוקען פאזיטיוו ווי אזוי ס׳באדערט אים דאס צער פון די משפחה המעוללה וכדברי @דער גאלדענער אדלער. ואגב, איינער וואס ס׳גייט אים ב״ה גוט און זאגט אט די תירוץ פון נסתרים וכו׳ אויף איינעם׳ס צרות נעבעך, דער פירט זיך אומסענסיטיוו און... אהעם... שלעכט (בבחירתו...).

והקב״ה ישלח רפואה שלימה לאלכסנדר זושא בן עליזה במהרה דידן בתוך שאר חולי ישראל והבריאים יתמידו בבריאתם אמן. איך וואונטש פאר יעדן דאס בעסטע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום דינסטאג מערץ 03, 2020 3:10 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1261
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מערץ 03, 2020 3:10 pm

green sunday האט געשריבן:אוואדאי דארף מען מען איינרייסן אין מתפלל זיין לרפאתו

אבער נסתרים דרכי השם מיר אידן מאמינים בני מאמינים אופען רבש"ע פרעגט מען נישט קיין קשיות
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד

לסבר את האוזן ווען די האסט א ביזנעס וואס די פירסט עס אויפן בעסטן פארנעם שוין 50 יאר + קימט איינער אריין פאר 2 וואכן ארבעטן אין נעמט זיך איינטיילן וואס צי טיען וואס וואלסטו גענטפערט פאר יענעם?...

די קליינע מענטשעלע וואס פארשטייסטו צי א וועלט וואס שטייט שוין כמעט 6000 יאר

פון איין זייט שרייט מען וידעת את ה׳, לא בשמים הוא, א רחום וחנון, א טאטע אין הימל אבער פון די אנדערע זייט ווען ס׳שטומט נישט מיט די מציאות זאגט מען אז מ׳טאר נישט פרעגן קיין קשיות.

היאך יתקיימו שניים?

אמאליגע צייטן אז איינער האט געהאט א infection האט מען אים אראפגעשניטן א אבר, א פוס א הענט וכדומה כדאי ס׳זאל זיך נישט צושפרייטן. היינט דארף מען שוין נישט אנקומען צו דעם ווייל סאיז דא א בעסערע רפואה וואס הייסט antibiotics.

שטעל אייך פאר איינער קומט היינט צום דאקטער מיט א אינפעקציע און די דאקטאר שניידט אים אראפ א פוס אנשטאט געבן אנטיביוטיקס?
אויב דער אייבישטער איז א כל יכול וואלט ער געקענט אויפקומען מיט א בעסערע וועג ווי אראפשניידן יענעם די פוס!

איך האב אייביג געהאט די קשיא ווען מ׳האט מיר געזאגט אז אלע חיות זינגן שירה פארן אייבערשטען!
פארוואס טאקע זינגן זיי שירה? וואס האט דער אייבישטער געטוהן פאר זיי?

“יעדע היסטאריע פון יעדע לייף איז א היסטאריע פון פיין און יסורים” זאגט ארטור שאפענהויער.
ווילאנג איך האב געשריבן די תגובה דא זענען אפאר קליינע קינדער אינטער פינף יאהר אלט געשטארבן פון הונגער-די ערגסטע טויט וואס קען נאר זיין!

און אז מ׳טאר נישט פרעגן קיין קשיות האלט איך נישט ביים גלייבן בלינדערהייט.

יעדער האט אמאל געגעלייבט אז די וועלט איז פלאך! יעדער האט אמאל געגעלייבט אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט! מהאט אפילו געהארגט מענטשן וואס האבן געזאגט אנדערש...
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3676 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מערץ 03, 2020 3:31 pm

די סיבה פארוואס מען טאר נישט פרעגן איז, ווייל עס איז נישטא קיין תירוצים וואס אונז קענען פארשטיין, און וואס האט מען פין פרעגן ווען די תשובה איז נישטא?

אלא מאי וועסטו זאגען, אם כן גלייב איך נישט? געזונטערהייט, און זעהט אויס שבת אחים זאגט עס שוין.

אבער פאר די וואס גלייבן יא, און זענען בוחר צו גלייבן על אף די קשיות, זיי פרעגן נישט כאמור.

און עס איז נישט אויסגעהאלטן צו פרעגן קשיות, אפילו משה האט געפרעגט למה הרעות, איז עס נישט אויסגעהאלטען ווי עס שטייט אין חז"ל, אסור להטיח דברים כלפי מעלה.

ועוד, נאך א סיבה פארוואס עס מאכט נישט קיין סענס צו פרעגן, ווייל די ווילסט אויך נישט וויסן. לאמיר זאגן דער מלאך קומט דער אין חלום און אנטפלעקט דער סיבה פארוואס די עקסידענט איז געשעהן, און פארוואס ער ליגט נאך קראנק, וועסטו זיין צופרידן?? אוודאי נישט!! סא זיי נישט קיין ווייזגיי און פרייד נישט קיין קשיות, בעהט דער אויבערשטער זאל העלפען, ואולי ירחם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1257 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 03, 2020 3:34 pm

וואס האט מען היינט אנטדעקט וועגן דער אויבישטער וואס אמאל האט מען נישט געוואוסט?

דאס יא, מיר זיינען היינט אין א וועלט פון אלצווייסערס, ווי טראמפ איז שוין א בקי אויף מעדיצין און יעדער זינגער פארשטייט שוין צו דיפלאמטישע באציאונגן. ממילא קען יעדער שטינקער מחליט זיין וואס עס קומט זיך פאר דער מיט יענער, און ווי אזוי גאט דארף זיי באהאנדלן.

ניין, נישט צוליעב די פסוקים און גמרות דארף מען דא שווייגען, נאר פשוטן שכל. וואס ווייסטו אין די פאל? אז א מענטש ליידט און ער האט אויך געטון א מצוה אין יענער טאג. מער ווי דעם ווייסט מען גארנישט. אבער החלטות האט מען, און דער גראבן ׳איך׳ האלט יא צו ניטש ביי עפעס. עס הערט זיך פונקט ווי טראמפ ביי א פרנסס קאנפערענס, אלס ווייסט ער, אחוץ די אייגענע נאמען.

@אישתשבי האקט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום דינסטאג מערץ 03, 2020 3:44 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9317
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8838 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מערץ 03, 2020 3:36 pm

אישתישבי

נישט געזאגט אז איך גלייב נישט נאר אז איך פארשטיי נישט.

מיט דעם אלעמען בין איך געבליבן ביי מיין מסורה למחצה ולשליש, און ביי מיר עס איז מעהר קולטור ווי אמונה.

איך פרעג פארוואס זאל א מענטש גלייבן בלינדערהייט אויב מ׳מעג נישט פרעגן קיין קשיות. און מיט וואספארא רעכט קען מען באשטראפן איינעם וואס גלייבט נישט אין עפעס וואס ער קען נישט פארשטיין? ווייל ער האט נישט געגעלייבט זיינע עלטערן? נא זיינע עלטערן האבן אויך אמאל געגעלייבט אז די ערד איז פלאך.

דאס איז וואס איך זאג.

יעדער זאל גלייבן וואס מאכט ענק פיהלן גוט... גוט שבת
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3676 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מערץ 03, 2020 4:00 pm

די ערשטע סימן פון יעדע קולט איז אז מ׳טאר נישט פרעגן קיין קשיות...

פון די אנדערע זייט קען מען זעהן קלאר די היסטאריע פון מאדערן סייענס און די פארגעשריטענע וועלט אין וואס מיר לעבן היינט איז נאר צושטאנד געקומען א דאנק וואס מענטשען האבן געפרעגט קשיות! נישט סתם קשיות נאר קשיות וואס קיינער האט זיך נישט דערוואגט צופרעגן, קשיות אויף די אנגענומענע סייענס און פארשטאנד פון יענע צייטן, קשיות אויף רעליגע, קשיות אויף נאטור, קשיות אויף Authority. נאר אזוי איז מען אנגעקומען!
וואס מעהר אונז מענטשען האבן געפרעגט קשיות אויף אלעס ארום אונז אלץ מעהר און מעהר זענען אונז הומאנס געשטיגן העכער און העכער אזש אז אונז קענען היינט דאמינירן נאטור זעלבסט און עס דרייען אז ס׳זאל ארבעטן פאר אונזערע געברויכן.

בערך 120 יאהר צוריק האבן רוב חכמים אין די וועלט קוים געגעלייבט אין די היינטיגע מאדעל פון די אטאם, בתוכם די גרעסטע פיזיקערס פון די דור אלבערט איינשטיין האט נישט געגעלייבט אין די קוואנטום מעקעניקס פון ניעלס באהר און ער האט געטענהט אז Quantum entanglement איז אוממעגליך!

היינט איז עס א פאקט אויף וואס מ׳בויעט אסאך פון די טעכנאלאגיע מיט וואס אונז באנוצן זיך!
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3676 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 03, 2020 4:10 pm

האסט געקעננט ענטפערן ׳גארנישט׳. קיין שום היינטיגע ׳באווייז׳ פון די אטעאיסטן האט ניטש עגזיסטירט הונדרעט, צוויי הונדרעט און דריי הונדרעט יאר צוריק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9317
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8838 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג מערץ 03, 2020 5:44 pm

שבת אחים האט געשריבן:פון איין זייט שרייט מען וידעת את ה׳, לא בשמים הוא, א רחום וחנון, א טאטע אין הימל אבער פון די אנדערע זייט ווען ס׳שטומט נישט מיט די מציאות זאגט מען אז מ׳טאר נישט פרעגן קיין קשיות.

די קשיא פאנגט זיך נישט אן, דער באשעפער איז טאקע א רחום וחנון ארך אפיים, אבער ער איז אויך א קל קנא. ווען ער וויל זיין גוט איז ער א גוטער, און ווען ער וויל זיין שלעכט איז ער א שלעכטער, מלכותא דארעא כעין מלכותא דרקיעא.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3353
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2447 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מערץ 03, 2020 6:57 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:פון איין זייט שרייט מען וידעת את ה׳, לא בשמים הוא, א רחום וחנון, א טאטע אין הימל אבער פון די אנדערע זייט ווען ס׳שטומט נישט מיט די מציאות זאגט מען אז מ׳טאר נישט פרעגן קיין קשיות.

די קשיא פאנגט זיך נישט אן, דער באשעפער איז טאקע א רחום וחנון ארך אפיים, אבער ער איז אויך א קל קנא. ווען ער וויל זיין גוט איז ער א גוטער, און ווען ער וויל זיין שלעכט איז ער א שלעכטער, מלכותא דארעא כעין מלכותא דרקיעא.

הא גופא קשיא.

איינער וואס באשאפט די וועלט און איז א כל יכול האט באשאפן מענטשען וואס ער נעמט נקמה אין זיי?

צי א שטארקע anthropomorphic (מענטשליכער) גאט!
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3676 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מערץ 03, 2020 7:00 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:האסט געקעננט ענטפערן ׳גארנישט׳. קיין שום היינטיגע ׳באווייז׳ פון די אטעאיסטן האט ניטש עגזיסטירט הונדרעט, צוויי הונדרעט און דריי הונדרעט יאר צוריק.

לא זכיתי להבין וואס דו ווילסט דא זאגן.
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3676 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג מערץ 03, 2020 7:01 pm

שבת אחים האט געשריבן:הא גופא קשיא.

איינער וואס באשאפט די וועלט און איז א כל יכול האט באשאפן מענטשען וואס ער נעמט נקמה אין זיי?

צי א שטארקע anthropomorphic (מענטשליכער) גאט!

פארוואס איז רשעות מער anthropomorphic ווי גוטסקייט?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3353
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2447 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג מערץ 03, 2020 7:08 pm

א דאנק @מי אני פאר די הערליכע הוספות. און א דאנק פאר אלע קאמענטארן.

וואס איך האב געשריבן איז נישט קיין קושיא. עס איז א רעטארישע פראגע וואס מ'נוצט צו מעורר רחמים זיין. דאס האט משה רבינו געטון, און ווי חז"ל זאגן (גמ' סנהדרין) "חוצפא אפילו כלפי שמיא מהני."
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 506
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2564 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג מערץ 03, 2020 7:12 pm

אמר רבי אלעזר לעולם אל יטיח אדם דברים כלפי מעלה שהרי אדם גדול הטיח דברים כלפי מעלה ואיטלע ומנו לוי. (מגילה כב:)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3353
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2447 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 03, 2020 8:12 pm

שבת אחים האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:האסט געקעננט ענטפערן ׳גארנישט׳. קיין שום היינטיגע ׳באווייז׳ פון די אטעאיסטן האט ניטש עגזיסטירט הונדרעט, צוויי הונדרעט און דריי הונדרעט יאר צוריק.

לא זכיתי להבין וואס דו ווילסט דא זאגן.

האסט געשריבען כאילו היינט ווייסט מען וואס אמאל האט מען נישט געוואוסט. לגבי סייענס איז עס מעגליך ריכטיג, אבער לגבי די עגזיסטענץ פון א גאט ווייסט מען גארנישט היינט מער ווי פארצייטענס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9317
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8838 מאל

Re: רבוש"ע, אלכסנדר זושא בן עליזה - היתכן?!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דינסטאג מערץ 03, 2020 9:41 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמר רבי אלעזר לעולם אל יטיח אדם דברים כלפי מעלה שהרי אדם גדול הטיח דברים כלפי מעלה ואיטלע ומנו לוי. (מגילה כב:)
דאס וואס אונזער העניך'ל טענה'ט צו גאט, הייסט נישט מטיח געווען דברים כלפי מעלה. ווי די גמ' זאגט דארט הטיח דברים כלפי מעלה עלית למרום ואין אתה משגיח על בניך: אונזער העניך שרייט אינגאנצן נישט דאס, פארקערט ס'דא א גמ' אין קידושין ל"ט: לגבי די מצוה פון שילוח הקן אז איינער האט מקיים געווען די מצוה פון שלח תשלח את האם ואת הבנים תקח לך און אויפן וועג אראפ פונעם לייטער איז ער אראפגעפאלן און געשטארבן און די גמ' פרעגט די זעלבע קשיא וואס העניך פרעגט דא, היכן אריכות ימים של זה?? און די גמ' מאכט נישט אוועק די קשיא מיט הטיח דברים כלפי מעלה אדער מיט אויבער חכם אדער אפיקורסות, נאר די גמ' גיבט זיך אפ מיט די קשיא און פרובירט עס צו פארענטפערן. פארוואס? ווייל פרעגן קשיות צו פארשטיין, איז ריכטיג תורה היא וללמוד אני צריך. אדער ווען איינער טענה'ט זיך אויס מיט גאט צוליב אהבת ישראל, און טוט שטארק ווייטאגן אויף יענעמס צרות גייט עס אויך נישט אריין אינעם כלל פון מטיח דברים כלפי מעלה.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 821
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3942 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1524 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך מערץ 04, 2020 12:39 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:הא גופא קשיא.

איינער וואס באשאפט די וועלט און איז א כל יכול האט באשאפן מענטשען וואס ער נעמט נקמה אין זיי?

צי א שטארקע anthropomorphic (מענטשליכער) גאט!

פארוואס איז רשעות מער anthropomorphic ווי גוטסקייט?

נישט רשעות נאר נקמה.

נקמה איז א מענטשליכע מידה.

וועגן גוטסקייט. די תנ״ך און חז״ל איז א דא דיים און א דאזען מאל וואס זיי טענהן אז גאט איז כולו גוטס און מפי עליון לא תצא הרעה.

למעשה קוקט עס בכלל נישט אויס אזוי! ווייט פונדעם. ס׳קוקט דיר אויס ווי גאט נעמט נקמה אין ביליאנען באשעפענישן דור נאך דור?

וואס איז די גאנצע פוינט פון פייניקן טריליאנען באשעפענישן?

טריליאנען מיני לייף וואס מוטשען זיך און זענען אין שרעקליכע יסורים!
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3676 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך מערץ 04, 2020 12:57 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:האסט געקעננט ענטפערן ׳גארנישט׳. קיין שום היינטיגע ׳באווייז׳ פון די אטעאיסטן האט ניטש עגזיסטירט הונדרעט, צוויי הונדרעט און דריי הונדרעט יאר צוריק.

לא זכיתי להבין וואס דו ווילסט דא זאגן.

האסט געשריבען כאילו היינט ווייסט מען וואס אמאל האט מען נישט געוואוסט. לגבי סייענס איז עס מעגליך ריכטיג, אבער לגבי די עגזיסטענץ פון א גאט ווייסט מען גארנישט היינט מער ווי פארצייטענס.

נישט דאס האב איך געזאגט בכלל.

אונז דארפן זיין גרייט אנצונעמען די מציאות אפילו ס׳מאכט נישט קיין טראפ סענס. און נאר ווען א מענטש גיבט אויף אלע זיינע פריערדיגע גלייבונגען און קוקט אריין אין נאטור אן קיין expectations קען אנקומען צום אמת.

זאכן זענען נישט במציאות וויאזוי ס׳מאכט פאר אונז סענס!!! סאיז Counterintuitive, קעגן אונזער שכל.
מענטשן האבן נישט אזוי שנעל געוואלט אננעמען די מציאות אז די וועלט איז נישט אין די צענטער פון די יוניווערס און אז אונזער זון איז פשוט איינס פון אפאר טריליאנען שטערנס אין הימל.

קיינער אין די וויסטע חלום האט נישט געגעלייבט באמת אין די היינטיגע מאדעל פון די אטאם...

ווער האט געחלומט אין וויסטען חלום אז ווען מ׳זאל ארויס נעמען נאר די נוקליעס פון די אטאמס פון א יעדע מענטשען אויף די וועלט- אלע אכט ביליאן מענטשען צוזאמען, וועט עס זיין בערך אזוי גרויס ווי עפעל (די איבריגע איז ליידיג פלאץ), ווען מזאל ארויסנעמען די נוקליעס פון אלע טריליאנען אטאמס אין מיין גוף וועט עס זיין קלענער ווי א ברעקל זאלץ!!! און אין די נוקליעס איז דא סוב פארטיקלס און א גאנצע וועלט פאר זיך!
דאס איז נאך גארנישט הייב אן צוהערן וואס טוט זיך אין די קוואנטום וועלט פון פארטיקלס און דו גייסט עס נישט גלייבן בשום פנים ואופן. זאכן קענען זיין אויף צוויי פלעצער אויף איינמאל, ענטעגלמענט- צוויי פארטיקלס קאמיוניקעיטן שנעלער ווי די ספיד אף לייט וכו׳ וכו׳ סאיז נישט צום גלייבן...

קיינער דערווייל אין די וועלט ווייסט נישט די סודות פון נאטור און וויאזוי די וועלט איז צושטאנד געקומען. און וואס מעהר מ׳קוקט אריין דערינען ווערט עס נאר מעהר קאמפליצירט. און זייער ווייט פון די אנגענומענע ״מענטשליכע גאט״ פון רעליגע...

און נאר אז מ׳וועט פרעגן קשיות וועט מען אנקומען ווייטער און ווייטער...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מיטוואך מערץ 04, 2020 1:36 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3676 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מערץ 04, 2020 1:17 am

שבת אחים האט געשריבן:נישט רשעות נאר נקמה.

נקמה איז א מענטשליכע מידה.
רשעות, נקמה, און גוטסקייט זענען אלע מענטשליכע מדות.
שבת אחים האט געשריבן:וועגן גוטסקייט. די תנ״ך און חז״ל איז א דא דיים און א דאזען מאל וואס זיי טענהן אז גאט איז כולו גוטס און מפי עליון לא תצא הרעה.
האסטו בכוונה אויסגעלאזט די לעצטע ווארט פון פסוק? אין מיין פסוק שטייט "מפי עליון לא תצא הרעות והטוב", סיי גוטס און סיי שלעכטס וואס קומט אויף א מענטש איז דער מענטש זיך אליינס שולדיג און ס'האט גארנישט מיט גאט צוטון. וואס פונקטליך דאס מיינט איז א נושא פאר זיך, מיט כל כולו גוטס האט עס קיין שייכות. און נאכאמאל, פאר יעדע פסוק וואו דו זעהסט אז גאט איז א גוטער קען איך דיך ברענגן א פסוק אז ער איז א שלעכטער. פונקט וואו מענטשן זענען סיי גוט און סיי שלעכט געוואנדן אין זייער גוסטע, אזוי אויך גאט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3353
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2447 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך מערץ 04, 2020 1:42 am

איה״נ רשעות און גוטסקייט זענען ביידע מענטשליכע מדות!
איך דינג מיך בכלל נישט אויף דעם!

איך דינג מיך אז פון די תורה און חז״ל און ווי אזוי מ׳האט אונז מחנך האט מען אונז אויסגעלערנט אז דער אייבישטער איז כולו גוטס. און למעשה דאס איז נישט וואס אונז זעהן אין נאטור.

סאיז נישט די איינציגסטער פלאץ וואו ס׳שטייט אין די תורה.

און וואס איז בכלל די אפטיישט פון די פסוק אז דער אייבישטער איז נישט דער וואס מאכט גוטס און שלעכטס?

קליינע קינדער שטארבן פאר הונגער ווייל??? פונקטליך וואס? פאריגע גלגול?

חיות מוטשענען זיך טאג איין טאג אויס פארוואס?

און פלוצלינג האט עס גארנישט צוטוהן מיטן אייבערשטן, כהאב געמיינט אז ער שטייט אינטער אלעס?

אה חוץ מיראת שמים

אקעי... מענדלע וויזניצער׳ס תורות מאכט מעהר סענס...

זייטס געזונט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מיטוואך מערץ 04, 2020 1:51 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3676 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מערץ 04, 2020 1:44 am

איך ווייס נישט וואס מ'האט דיך אויסגעלערנט, אבער אין די תורה שטייט נישט אזא מין זאך, די תורה איז נישט קיין ערב פאר דיין כתה גימל רבי. אדרבה, ווייז מיר אוואו ס'שטייט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3353
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2447 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט