פּויל אויס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

פּויל אויס

שליחה דורך הבל וריק »

זיצן מיר ס'רוב פאלק מיט שווארצע ציין איבער א גלעזל וויין, א שוואכע וויין פילייכט.

א קליין ביליגע ספיקער מיט קאלירפולע לעקטערס באכעט מיט שוויץ פון א ווינקל, א שטילע פעטער שרייט זיך ערגעצוואו אויס, פאר די יאר. א פלימעניק יאמערט, א ברודער שיכור'ט, א פרוי זויערט, א בחור'ל פאכעט, א קינד קייכט. ס'פאדלאגע איז גליטשיק, די זון הויערט פון הינטערגרונט, א געפילדער אומעטום. איך וואַך מיט די הענט איבער א האַקל גלעזל, היטענדיג מיין געטראנק פון די ארומיגע שפייעכטס.

הצד השווה פריוון מיר אלע אריינצוברענגן די שמחה, מיט א געוואלד.

בין הפרקים פון זוכן אטענשין ביי די אנוועזענדע, וואס וועט פארגעסן ווערן תוך כדי דיבור, צווישן די שווערע סומע ווערטער פון די ארומיגע גוט זאגער, קלער איך פון ארויסבלאזן א דבר שלא בא לעולם'דיגע שריפטליכע געדאנק, וואס וועט האפענטליך אפירקומען - אזוי שרייבענדיג.


די קענער'ס האבן שוין אפגעזאגט די פערלרייד, די וויצלער האבן שוין משמח געווען, די טינעיזשערס האבן דעם שמאלן דיינינגרום אויסגעטאנצט. די פרעכטיקע קרויט איז פארטוליעט, די פיש אין טעלער טרוקן, די פלייש פארגליווערט, די וויין אויסגעזויפט, די ברעכאטס פארווישט, און די טאג באלד פאראיבער.

"האלאו!!! וואס זיצטו דא אנגעזעצט?! היינט קעמען פּועלן!!!" - שרייט צו מיר א זיסוויינ'יגער מטושטש

וואס קען מען טאקע פּועלן?

אז די זון זאל שטענדיג שיינען?
אז קענסער זאל אראפ פון די מאפּע?
אז אלע שידוכים זאלן שוין געשען?
אז יעדער זאָל שוין מאכן דעם מיליאן?
אז אלע תכשיט'לעך זאלן מיט גוטע קעפ געבענטשט ווערן?

נע דאס זענען דאך אומראציאנעלע בקשות.
לעבן קען זאגאר באנקראט גיין.

פילייכט עפעס ווינציגער.

זאלן די שאיפות פאַרווירקלעכט ווערן,
די טעג זיין פריידיגע,
מוטערס נישט פארמוטשעט ווערן,
די עלטערן בלויז נחת זעהן,
די יארן אלע אויסלעבן,
א טוץ פון השפעות,

נישט קיין געפערליך-פארלאנגענדע געבעטן.

פארט, איז עס דען שייך?
אזא פערפעקטע וועלט?

נו, אויב דאס קען נישט פאַרווירקלעכט ווערן, דען וואסזשע זאל מען יא "פועלן"?

זאלן די פרייטאג'ס ווייניגער געיאגט זיין,
די שערערס מער ערפאַרן,
די גריל אין די זוממער געלונגען,
די שוך זיך בעסער האלטן,
די פעפסי אין גראסעריי געפינען,
א סעיל אויף א ברענד נעים דערווישן,
א בעטעמט'ער שווער באקומען,
א פארלעסליכן דעם סוד געטרויען,
א בעבי נישט וויינען אזויפיל?

הא...
אויך מיר.
א לעבן מיט אזאנע ברכות איז דאך ממש ווי ס'אדם אין גן.
פון אזא גלאנץ זענען מיר דאך באשיינפערליך פארטריבן געווארן.

געב איך אויף.

זאל די טשולנט פארברענט ווערן,
די סוועטער צו גרויס זיין,
די ניפּל זאל רינען,
די גארביטש זאל גיסן,
די זאקן זאלן לעכעריג זיין,
די סעודה זאל שפעט זיין,
די געסט זאלן זוימען,
די חולעמויד זאל פלאַפּן,
זאלן די קינדער שווער זיין,
די שמחה קאסטן טייער,
די רעקל זאל גלאנצן,
די שוויץ זיין קיל,
די פעפער זיין שטארק,
די איידעם אומבאטעמט,
די שפיגל שמיציג,
די הויזן לאנג,
די דיעל גיין פייפן,
די מאסקיטא בייסן,
זאל די דאקטאר זוימען,
די סטאק פאַלן,
די קאווע זיך איבערקערן,
די סאדע זיין ווארעם,
די בויך יערן,
די הייוועי געלעמט,
געשעפט זיין פארשפּארט,
זאל די רינגל פארלוירן גיין,
די מצה צובראכן,
די חתן זיין שוואך,
א משפחה באטראפן,
די סוכה צופאלן,
די טאג זאל סאָ*ן,
די רעגן זאל פאלן,
און צווישן די טראפּן -

זאל איך א לעבן געפינען,
שמחה דערשנאפּן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הבל וריק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר