געוואלד! מיר האבן פארלוירן אונזער פרעזידענט!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

געוואלד! מיר האבן פארלוירן אונזער פרעזידענט!

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 11:04 pm

3.5 יאר צוריק האט דאס יהדות החרדית דורכגעלעבט א געוואלדיגן זיג, ווען מיר האבן צום ערשטן מאל אין היסטאריע באוויזן אריינצואוועלן א פרעזידענט אין די פאראייניגטע שטאטן וועלכער טיילט מיט אונזערע ווירדן, און איז א שטאלץ פאר ערליכע אידן די בכל אתר ואתר.

מיר האבן ברוב פאר והדר אריינגעוועלט א פרעזידענט וועלכער:

♥ גלייבט נישט אין סייענס
♥ גלייבט נישט אין דאקטוירים
♥ פארשטייט אז די מידיא איז אונזער גרעסטער שונא
♥ פארשטייט אז די דעמאקראטן זענען קעגן אונזערע ווירדן
♥ שטעלט אריין זיינע קינדער אין די העכסטע פאזיציעס
♥ האלט אז מיט פערזענליכע אטאקעס ווערט יענער אפגעפרעגט
♥ טראכט נאר פון וואס עס לוינט זיך אים, אן קיין בליק אויף אנדערע
♥ טראכט נאר פון וואס עס לוינט זיך יעצט, אן קיין בליק אויף דער צוקונפט
♥ קעירט נישט פאר עדיוקעישאן
♥ קען נישט שרייבן קיין גראמאטישן זאץ
♥ באשאפט אלטערנאטיווע פאקטן
♥ רופט יעדן פאקט וואס ער גלייכט נישט 'פעיק ניוז'
♥ וויל נאר לייענען אינפארמאציע פון א צענזורירטן פראפאגאנדע נייעס-קוואל
♥ האט נישט ליב קיין הינט
♥ גלייבט אז וואקסינען זענען פראבלעמאטיש
♥ גלייבט נישט אין עקסערסייז און אין עסן געזונט

איר זעט וואו איך גיי דא? ס'איז דאך פשוט אז דאס איז א פרעזידענט פון אונזערע חלומות. ס'קען גארנישט בעסער זיין! זאל ער נאר אראפציען צוויי אראנדזשע פיאות'לעך פון זיין טשופרינע, העט ער זיין א כשר'ער איד וועלכער קען זיך אויסבלאזן די נאז אין ראדני'ס האנטיכער.

יעצט ווען די דעמאקראטן אין קאלאבאראציע מיט דער מידיא פון אמעריקע און פון דער גאנצער וועלט, און אלע רעגירונגען פון דער גאנצער וועלט, זענען אויפגעקומען מיט'ן פרישן האוקס אשר בשם "קאראנע" יכונה, האט אונזער פרעזידענט ירום הודו זיך געהאלטן פעלזן שטארק צו אונזערע פרינציפן, און האט זיך נישט גערירט קיין זיז כלשהו. וואס דאקטוירים, ווען עקספערטן? ס'אלעס שטותים און נארישקייטן פון קרייאינג טשאק און קרעיזי בערני און נערוואס נענסי.

זיבן וואכן האט דער הייליגער פרעזידענט זיך געהאלטן שטארק צו אונזערע אני-מאמינ'ס, און מיר האבן געקוואלן. ווי עלטערן וועלכע קוועלן פון זייער קינד'ס ערשטן "מאמי".

אבער ליידער איז דער פרעזידענט נעכטן געגאנגען OTD, און האט אנגענומען וואס די וויסנשאפטלער און דאקטוירים זאגן אז קאראנע שמאראנע איז אמת. ס'איז ממש א ווייטאג אז א פרעזידענט וועלכער האט אונז אזוי שיין געדינט, איז אויך געפאלן א קרבן צו #פעיק_ניוז און ליבעראלע סייענטיסטן.

מיר דארפן אנפאנגען קלערן פון א נייעם פרעזידענט קאנדידאט.

יאסי געשעטעטנער?
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2350 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 11:55 pm

Trump Defends Closing Borders to Travelers to Fight Coronavirus


ווער קען געסן וואו און ווען די העדליין איז געווען?

ענטפער: ניו יארק טיימס - פעברואר 2, 2020... 6 וואכן צוריק...

Screenshot_20200312-235353_WhatsApp.jpg
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2082
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1826 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג מערץ 13, 2020 11:12 am

ליפא האט געשריבן:
Trump Defends Closing Borders to Travelers to Fight Coronavirus


ווער קען געסן וואו און ווען די העדליין איז געווען?

ענטפער: ניו יארק טיימס - פעברואר 2, 2020... 6 וואכן צוריק...

Screenshot_20200312-235353_WhatsApp.jpg


איז נישט די ניו יארק טיימס ״פעיק ניוז״?

ענטפערט די גמרא הא לן והא להו- סאיז נאר פעיק ניוז ווען סלוינט זיך פאר אונז אז ס׳זאל זיין פעיק ניוז.

ענק האבן גענומען קרעדיט פאר טראמפס גוטע עקאנאמיע? נעמטס אויך קרעדיט פאר די קראך...

ער האט געשריגן חי וקים אז די גאנצע קאראנאווירוס איז ממש גארנישט, יעדער קען גיין צו די ארבעט- יעדער קאנספיריסי האט ער אריינגעמישט דארט. למעשה איז אמעריקע נישט גרייט פאר די פאנדעמיק בכלל! אונז האבן ניטאמאל קיין טעסטס, גענוג שפיטעלער, גארנישט! אונז האבן צוויי הונדערט מיליטערישע בעיסעס, אונז באלבאטעווען אויף די גאנצע וועלט, ביליאנען און טריליאנען דאללערן, אבער אונז קענען ניטאמאל קעיר נעמען פון א קריזיס ווי די קראנא-מגיפה און ריינע וואסער אין מישיגען...

דער בהמה טראמפ האט אוועקגעמאכט די ווירוס ביז ממש נעכטן- סאיז נאר א flu, יא יא! אוי האבן די מארקעטס געקראכט!
אונז האבן א פירער א קליין יונגעלע אן קיין טראפ שכל-וויל נישט קיינמאל הערן וואס די עקספערטן האבן צוזאגן- ווייל ער איז דאך די קלוגסטע און געלונגענסטע מענטש אויף דער וועלט...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6193
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3607 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג מערץ 13, 2020 5:32 pm

העניך! ס'פאסט נישט. אז טראמפּ ווערט א שטיקל בעל תשובה וואלט געווען רעכט אז איר זאלט איהם שטארק משבח זיין און האפן אז זיינע נאכפאלגער זאלן אויך חוזר בתשובה זיין. נישט סתם אראפרייסן........
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1945
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 13, 2020 6:44 pm

שבת אחים: דער מצב איז אזוי שלעכט אז ס'איז שוין באו מים עד נפש (הנפש הבהמית.). לאמיר מתפלל זיין צו כרושטשעוו אדער בעריא אז בזכות שלשת האבות (אבות הטומאה) מארקס, לענין און סטאלין וועט אונזער טייערע ברודער ר' בערל סענדעראוויטש המכונה בערני (או בערעניו) סענדערס געוואונען ביי די וואללן. סיי די נאמינאציע פון די דעמאקראטישע פארטיי און סיי צו ווערן פרעזידענט פון אמעריקע. ובא ל'מאסקווע גואל...זכותו יגון עלינו ועל כל ישמעאל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14855 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8495 מאל

געוואלד! מיר האבן פארלוירן אונזער פרעזידענט!

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש מערץ 14, 2020 10:02 pm

מ׳קען זאגן אז וויבאלד די חסידי׳שע/חרדי׳שע רבי׳ס אליין האבן שוין אנגענומען דאס געפאר פון די קאראנעוויירוס קען שוין טראמפ [דער ״חרדי׳שער״ פרעזידענט] אויך... :D

לויתן בחכה הועלה מה יעשו דגי רקק (מו״ק כה:). ״דגי רקק״ עם התיבות עולה ״דאַנלד טראמפ״...
(ובפרט אז דאס אלעס איז אין חודש אדר שמזלו דג, ועיין ביערות דבש ח״ב ד״ח דהיינו דמזלו של אדר הוא הלויתן ע״ש.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 933
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 552 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג מערץ 15, 2020 8:21 pm

א גוטער איד האט געקאפיעט מיין ארטיקל, און עס צעשיקט אויף וואטסעפפ. דערצו האט ער "מגיה" געווען דעם ארטיקל, און אריינגעריקט ספעלינג טעותים. וויל איך דיר בעטן ר' איד, טו דאס נישט, און אז דו טוסט עס יא, כאטש לייג צו א לינק צום ארטיקל. א דאנק.

געוואלד! מיר האבן פארלוירן אונזער פרעזידענט!
דורך העניך

3.5 יאר צוריק האט דאס יהדות החרדית דורכגעלעבט א געוואלדיגן זיג, ווען מיר האבן צום ערשטן מאל אין היסטאריע באוויזן אריינצווועלן א פרעזידענט אין די פאראייניגטע שטאטן וועלכער טיילט מיט אונזערע ווירדן, און איז א שטאלץ פאר ערליכע אידן די בכל אתר ואתר.

מיר האבן ברוב פאר והדר אריינגעוועלט א פרעזידענט וועלכער:
* גלייבט נישט אין וויסנשאפט (סייענס בלע"ז)
* גלייבט נישט אין דאקטוירים
* פארשטייט אז די מידיא איז אונזער גרעסטער שונא
* פארשטייט אז די דעמאקראטן זענען קעגן אונזערע ווירדן
* שטעלט אריין זיינע קינדער אין די העכסטע פאזיציעס
* האלט אז מיט פערזענליכע אטאקעס ווערט יענער אפגעפרעגט
* טראכט נאר פון וואס עס לוינט זיך אים, אהן קיין בליק אויף אנדערע
* טראכט נאר פון וואס עס לוינט זיך יעצט, אהן קיין בליק אויף דער צוקונפט
* שעצט נישט קיין חינוך (עדיוקעישאן בלע"ז)
* קען נישט שרייבן קיין גראמאטישן זאץ
* באשאפט אלטערנאטיווע פאקטן
* רופט יעדן פאקט וואס ער גלייכט נישט 'פעיק ניוז'
* וויל נאר לייענען אינפארמאציע פון א צענזורירטן פראפאגאנדע נייעס-קוואל
* האט נישט ליעב קיין הינט
* גלייבט אז וואקסינען זענען פראבלעמאטיש
* גלייבט נישט אין פיזישע עקסערסייז
* גלייבט נישט אין עסן געזונטע עסנווארג

איר זעהט וואו מיר גייען דא? ס'איז דאך פשוט אז דאס איז א פרעזידענט פון אונזערע חלומות. ס'קען גארנישט בעסער זיין! זאל ער נאר אראפציען צוויי אראנדזשע פיאות'לעך פון זיין טשופרינע, 'עט ער זיין א כשר'ער איד וועלכער קען זיך אויסבלאזן די נאז אין ראדני'ס האנטיכער.

יעצט ווען די דעמאקראטן - אין קאלאבאראציע מיט דער מידיא פון אמעריקע און פון דער גאנצער וועלט, און אלע רעגירונגען פון דער גאנצער וועלט - זענען אויפגעקומען מיט'ן פרישן האוקס אשר בשם "קאראנע" יכונה, האט אונזער פרעזידענט ירום הודו זיך געהאלטן פעלזן שטארק צו אונזערע פרינציפן, און האט זיך נישט גערירט קיין זיז כלשהו. וואס דאקטוירים, ווען עקספערטן? ס'אלעס שטותים און נארישקייטן פון קרייאינג טשאק און קרעיזי בערני און נערוואס נענסי.

זיבן וואכן האט דער הייליגער פרעזידענט זיך געהאלטן שטארק צו אונזערע אני-מאמינ'ס, און מיר האבן געקוואלן. ווי עלטערן וועלכע קוועלן פון זייער קינד'ס ערשטן "מאמי".

אבער ליידער איז דער פרעזידענט נעכטן אפגעגאנגען פונעם אידיש'ן וועג, און האט אנגענומען וואס די וויסנשאפטלער און דאקטוירים זאגן אז קאראנע שמאראנע איז אמת. ס'איז ממש א ווייטאג אז א פרעזידענט וועלכער האט אונז אזוי שיין געדינט, איז אויך געפאלן א קרבן צו #פעיק_ניוז און ליבעראלע סייענטיסטן.

מיר דארפן אנפאנגען קלערן פון א נייעם פרעזידענט קאנדידאט.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2350 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג מערץ 16, 2020 2:18 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: דער מצב איז אזוי שלעכט אז ס'איז שוין באו מים עד נפש (הנפש הבהמית.). לאמיר מתפלל זיין צו כרושטשעוו אדער בעריא אז בזכות שלשת האבות (אבות הטומאה) מארקס, לענין און סטאלין וועט אונזער טייערע ברודער ר' בערל סענדעראוויטש המכונה בערני (או בערעניו) סענדערס געוואונען ביי די וואללן. סיי די נאמינאציע פון די דעמאקראטישע פארטיי און סיי צו ווערן פרעזידענט פון אמעריקע. ובא ל'מאסקווע גואל...זכותו יגון עלינו ועל כל ישמעאל...!


אויף דיר איז געזאגט געווארן ״א אלטען בער קען מען נישט לערנען טאנצן״ ווייל צום דריי מיליאנסטען מאל- יעדע מאל וואס איך שרייב וועגן פאלטיקס שרייבסטו נאכמאל איבער און איבער דיין גראבע טעות בולשעוויקן- לענין און סטאלין- נאכמאל און נאכמאל און נאכמאל- די זעלבע מענטש וואס איז מקפיד אויף גראמטישע גרייזן מאכסט זיך צונער יעדע מאל באזונדער...

איך בין א דעמאקראטישע סאציאליסט! אזויווי קאנדא, אסטראליע, שוועדן, פינלאנד, דענמארק, בעלגיע, שווייץ, האלאנד... די בעסטע לענדער אויף די וועלט צו וואוינען!

דו נער איינער! פארשטייסט נישט די חילוק?

וויפל מאל גייט מען עס דיר מוזן מסביר זיין??? קענסט נישט לעזן זיידי?

פארשטייסט נישט די חילוק צווישן די היינטיגע קאנדא און די באלשעוויקן???

אפשר ווייסטו בכלל נישט די באדייט פון די ווארט Socialism

אמעריקע האט אסאך social programs וואס זיידי באנוצט זיך מיט זיי לכאורה. ווייסט דערפון?

טיפיקל רעכטע קאנסערוועטיווען צו שרייען אויף קאנדא- קאמוניסטן!

ענק רעפובליקאנער זענען אסאך אסאך נענטער צו די nationalist Nazi party ווי בערני און קארטעז איז צו Communism
‎‏I belong to Viznitz, I am a Viznitzer chassid and remain so to this day
‎‏The Lubavitcher was, in a way, my rebbe, al- though each time we met, I would always say, ‘Rebbe, I am a Viznitzer’ , I would repeat it always as the Ahavas Yisrael was my foremost Rebbe. I claim my chassidus
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6193
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3607 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג מערץ 16, 2020 3:07 pm

ווי עס איז ברייט באוויסט איז דער לעגאנדארער בריטישער פרעימער מיניסטער ווינסטאָן טשערטשיל געווען גאר א גרויסער טרינקער, ער איז זייער זעלטען געווען ניכטער, ווי אויך איז ער געווען גאר א שווערע רייכערער, מ'האט אים זעלטן ווען געזען אן זיין דיקע ציגאר. אמאל האט אים דער בארימטער בריטישער פעלד מארשאל בערנאַרד מאָנטגאָמערי געזאגט: מיסטער פרעימער איך טרינק נישט און איך רייכער נישט דערפאר בין איך אלעמאל 100 פראצענט קלאר! זאגט אים טשערטשיל איך טרינק יא און איך רייכער יא! דערפאר בין איך אלעמאל 200 פראצענט קלאר! ודפחי''ח.

דאס זעלבע קען מען זאגן: עס קען זיין אז דעמאקראטישע סאציאליזים איז גוט! אבער קאפיטאליזם און אינדיווידאלע פרייהייט איז א סאך בעסער. נישט אומזיסט איז אלעמאל געווען דער טרוים פון א יעדע ארעמאן זיך צו דערשלאגן צו די פרייע אמעריקע. דאס לאנד פון מעגליכקייט, דאס לאנד פון די פרייע, דאס לאנד פון די בראווע! פון קארליפארניע און ניו יארק אנטלויפט מען ווי פון פייער, טעקסאס וואקסט, פלארידא וואקסט! קיינער איז נישט אינטערסירט צו וואוינען אין קיין סאציאליסטישע גן עדן!

ליבען זאל דאס פרייהייט! לעבן זאל דאס קאפיטאליזם! טויט צו קאמוניזם! טויט צו סאציאליזם! לעבן זאלן אונזערע רעכטן צו קענען טראכטן און זאגן וואס מיר ווילן! נישט ווי ביי די פארשאלטענע אנטיפא-סאציאליסטן וועלכע ווילן דאס פון אונז אוועק נעמען! לעבן זאל דער הייליגער טראמפ וואס באשוצט דאס לאנד פון די אויסטערלישער געפאר פון מארקסיסיזם און סאציאליזם!
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1996 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מערץ 17, 2020 8:44 pm

שבת אחים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: דער מצב איז אזוי שלעכט אז ס'איז שוין באו מים עד נפש (הנפש הבהמית.). לאמיר מתפלל זיין צו כרושטשעוו אדער בעריא אז בזכות שלשת האבות (אבות הטומאה) מארקס, לענין און סטאלין וועט אונזער טייערע ברודער ר' בערל סענדעראוויטש המכונה בערני (או בערעניו) סענדערס געוואונען ביי די וואללן. סיי די נאמינאציע פון די דעמאקראטישע פארטיי און סיי צו ווערן פרעזידענט פון אמעריקע. ובא ל'מאסקווע גואל...זכותו יגון עלינו ועל כל ישמעאל...!


אויף דיר איז געזאגט געווארן ״א אלטען בער קען מען נישט לערנען טאנצן״ ווייל צום דריי מיליאנסטען מאל- יעדע מאל וואס איך שרייב וועגן פאלטיקס שרייבסטו נאכמאל איבער און איבער דיין גראבע טעות בולשעוויקן- לענין און סטאלין- נאכמאל און נאכמאל און נאכמאל- די זעלבע מענטש וואס איז מקפיד אויף גראמטישע גרייזן מאכסט זיך צונער יעדע מאל באזונדער...

איך בין א דעמאקראטישע סאציאליסט! אזויווי קאנדא, אסטראליע, שוועדן, פינלאנד, דענמארק, בעלגיע, שווייץ, האלאנד... די בעסטע לענדער אויף די וועלט צו וואוינען!

דו נער איינער! פארשטייסט נישט די חילוק?

וויפל מאל גייט מען עס דיר מוזן מסביר זיין??? קענסט נישט לעזן זיידי?

פארשטייסט נישט די חילוק צווישן די היינטיגע קאנדא און די באלשעוויקן???

אפשר ווייסטו בכלל נישט די באדייט פון די ווארט Socialism

אמעריקע האט אסאך social programs וואס זיידי באנוצט זיך מיט זיי לכאורה. ווייסט דערפון?

טיפיקל רעכטע קאנסערוועטיווען צו שרייען אויף קאנדא- קאמוניסטן!

ענק רעפובליקאנער זענען אסאך אסאך נענטער צו די nationalist Nazi party ווי בערני און קארטעז איז צו Communism


און פארדעם נעמען זיך בערני און קארטעז אהן פאר די פאליסטינער. די קאמוניסטן פלעגן אויך ארבעטען מיט די פאליסטינער און אראבער שונאי ישראל.

אױב ביסטו אויך א שונא ישראל, קען מען פארשטיין, אױב נישט, איז שווער צו פארשטיין וויאזוי א איד קען ליב האבן בערני.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2186
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1142 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג מערץ 23, 2020 1:32 pm

לויט וויאזוי עס פירט זיך די סומעטאכע קען מען קלערן אז מיר קריגן שוין צוריק אונזער פרעזידענט מיט אלע זיינע חסרונות!
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

Re: געוואלד! מיר האבן פארלוירן אונזער פרעזידענט!

הודעהדורך מי אני » מאנטאג מערץ 23, 2020 8:57 pm

IMG_6759.jpg

פון @קטלא קניא’ס מייסטערהאפטיגע און שניידענדיגע ארטיקל אינ׳ם יעצטיגן וועקער.

viewtopic.php?f=54&t=11033
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 933
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 552 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך אפריל 01, 2020 10:46 pm

העניך האט געשריבן:3.5 יאר צוריק האט דאס יהדות החרדית דורכגעלעבט א געוואלדיגן זיג, ווען מיר האבן צום ערשטן מאל אין היסטאריע באוויזן אריינצואוועלן א פרעזידענט אין די פאראייניגטע שטאטן וועלכער טיילט מיט אונזערע ווירדן, און איז א שטאלץ פאר ערליכע אידן די בכל אתר ואתר.

מיר האבן ברוב פאר והדר אריינגעוועלט א פרעזידענט וועלכער:


♥ האלט אז מיט פערזענליכע אטאקעס ווערט יענער אפגעפרעגט
♥ טראכט נאר פון וואס עס לוינט זיך אים, אן קיין בליק אויף אנדערע

♥ קעירט נישט פאר עדיוקעישאן
♥ קען נישט שרייבן קיין גראמאטישן זאץ

א זיסע סאטייר בענין זה [אויף די פונקטן] לאור המצב.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 933
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 552 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג אפריל 02, 2020 3:41 pm

איך אלס אן אמעריקאנער בירגער בין זייער צופרידן מיט דעם פרעזידענט, כאטש איך Agree מיט גאנץ אסאך טענות וואס העניך ריקט ארויס קעגן אים, די הסבר דערויף איז גאנץ א פשוטער.
1- א רעפאבליקאנער אלס פרעזידענט איז אלס בעסער ווי א דעמאקראט פשוט ווייל מען קוקט אים מער נאך
2- אלס בעסער צו האבן די זייט וואס רעכנט זיך מיטן Individual ווי איידער די וואס זענען דעמאקראטן עד הסוף און במילא האט דער Individual נישט קיין ווערט (און דערפאר האבן זיי אזא פראבלעם מיט די רעכטן וואס די קאנסטיטוציע גיבט פארן יחיד)
3- טראמפ כשלעצמו האט לשיטתי דערווייל זייער גוט געפירט דאס לאנד עקאנאמיש און לגבי זיכערהייט, און איך ווארט שטארק צו הערן וואס אבאמא וואלט אנדערש געטון צו דעם קאראנע, און איך דארף נישט צו לאנג ווארטן ווייל מיר קענען א קוק טאן צו נ"י סטעיט -א ריין דעמאקראטישע סטעיט- און זעהן ווי גוט די מלחמה קעגן קאראנע ווערט געפירט
ליב צו וויסן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: ליב צו וויסן און 19 געסט