די בריונים פון אמאל און היינט זאגן "תורה מגיני ומצלי"

מיט שאק האט מען אויפגענומען די ידיעה אז די חברי העדה החרדית פון ירושלים האבן ארויסגעגעבן א קול קורא וואס פארלאנגט אז תינוקות של בית רבן זאלן צוריקגיין אין חדר, קעגן די אנווייזונגען פונעם משרד הבריאות צו היטן די באפעלקערונג פונעם קאראנע וויירוס.
דער אויסרייד פון יושבי חושך רבנים איז "תורה מגינה ומצלת".
צוערשט איז וויכטיג אנצומערקן אז דאס האלטן די קינדער אינדערהיים דארף נישט זיין אזא געפערליכער ביטול תורה. די אלטערנאטיוו פאר'ן שיקן קינדער אין חדר איז נישט צו זיצן אינדערהיים און נישט לערנען. די אלטערנאטיוו איז מאכן אנליין קלאסן אז לימוד התורה זאל ווייטער אנגיין אין די היימען פון אלע אידישע קינדער. דאס מיינט אז די יושבי חושך שיקן די קינדער במקום סכנה נישט פאר די תורה'ס וועגן, נאר אז זיי זאלן חלילה נישט לערנען תורה ביי א קאמפיוטער.
הפנים, די תורה איז מגינה ומצלת אויף דעם טויטליכן קאראנע וויירוס, אבער פונעם אינטערנעט קען עס נישט מציל זיין.
דא איז נוגע וואס איך האב געהערט פון מו"ר הגאון החסיד רבי אביגדור מיללער זצוק"ל, וועגן די בריונים ביים חורבן בית המקדש. ווי באקאנט דערציילט די גמ' אין מס' גיטין ווי אזוי רבי יוחנן בן זכאי האט פארהאנדעלט מיט טיטוס, און ווי די בריונים האבן געהאלטן אז מ'טאר נישט פארהאנדלען, נאר מ'דארף ווייטער פירן דעם אויפשטאנד אויף רוים.
האט רבי אביגדור געזאגט אז די בריונים האבן געהאלטען אז מ'דארף מלחמה האלטען מיט די רומיים ווייל זיי האבן געוויסט אז ס'איז דא אסאך תורה ביי כלל ישראל, און "תורה מגיני ומצלי", דערפאר האבן זיי געהאלטען אז זיי גייען געראטעוועט ווערן פון די רומיים. רבי יוחנן בן זכאי איז אבער געוועהן א עהרליכע אמת'ע מנהיג, און ער האט געוויסט אז "תורה מגיני ומצלי" איז נאר א ברכה און א האפענונג, און נישט אייביג איז מען זוכה דערצו, און אוודאי קען מען זיך נישט פארלאזן אויף דעם. נאר מ'דארף טוהן וואס איז ריכטיג, זיך אונטערצוגעבן פאר די רומיים.
ליידער האט די בלינדקייט פון די בריונים זיך צו פארלאזן אויף תורה מגיני ומצלי געקאסט אומצאליגע אידישע נפשות און די חורבן פונעם בית ה' רח"ל.
אזוי ווי די בריונים דעמאלטס אזוי זענען די יושבי חושך היינט. זיי שיקן אונזערע תינוקות של בית רבן אין א מקום סכנה, צוליב זייערע בלינדע אמונות, און נארישע אומ'אחריות'דיגע וועג פון טראכטען.
ה' ישמרנו מהם ומהמונם.