הימל און ערד און קאראנא.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

הימל און ערד און קאראנא.

שליחה דורך הגיון »

קיין שום לעבעדיגן מענטש געדענק נישט אזא מצב און דאס גלייכן, ווען דער וועלט זאל גיין פון 10 צו 3 אין ווינציגער פון א וואך. ווען דער וועלט זאל גיין פון אמבעסטן צו אבסעלוטע כאאס אין א בלינק מיט די אויג.

מיר לעבן איצט אדורך א פרעצעדענטלאזע תקופה.

דער מאכטפולסטע עקאנאמיע אין די וועלט'ס היסטאריע זאל צופאלן ווי א פאפירענע טיגער.


לאמיר טרייען דורכצוזיפן די נייעס, און זען אז אפאר זאכן קענען זיין אמת אין די זעלבע צייט:



אין 2009 זענען געווען 60 מיליאן עפעקטירטע פון די שוויין פלו, און איבער 12 טויזענט טויטע אין אמעריקע - פילפאכיג מער ווי דער איצטיגע וויירוס, מאמענטאל.

דער שוויין פלו אבער האט געהאט א קלענערע פאטאליטעט רעיט 0.02%, אין קאנטראסט צו קאראנא וואס איז צווישן 1% און 4%, מאמענטאל.

קאראנאוויירוס איז מער קאנטעדזשעס ווי דער שוויין פלו.

א גאר גרויסע חילוק פון דער שוויין פלו און די איצטיגער וויירוס איז - דער סטרעס. אין 2009 איז נאכנישט געווען טוויטער, וואצעפ, טעלעגראם, אינסטערגרעם און יוטוב. מענטשן האבן באקומען די נייעס דורך טעלעוויזע און ראדיא, און האבן נישט מיטגעהאלטן ווי די נומער איז ארויף פון 689 צו 2345.

טראץ די פלוס פון אינפארמאציע געבן מענטשן נאך אלץ נישט גענוג אפבאכט. מענטשן וועלן נישט פארבלייבן אין די שטיבער ביז די וואסער וועט זיי נישט אריינשטיפן ווי נח אין די תיבה.

דער איצטיגע פאניק ווערט געשען דורך אונז. ווען מיר פאניקן פאניקט יעדער, און אויב יעדער פאניקט דאמאלט פאניק איך אויך.

נישטא קיין שום סיבה צו פאניקן. די וויירוס קעירט נישט איבער דיין פאניק.

דו זאלסט פאניקן נאר אויב דו פאלגסט נישט אויס וואס די דאקטורים הייסן - בלייב אין שטוב, מאמענטאל, די מערסטע וואס ס'שייך.

עס איז נישט ראטזאם צו בלייבן אין די שטיבער, עס איז א חוב.

דער איצטיגער וויירוס איז "בידינו" צו ווערן אפגעהאלטן. פונקט ווי עידס ווערט אפגעהאלטן דורך awareness. מענטשן ווייסן צו מאכן הרחקה, און נאר דאס האט אפגעהאלטן די טויטליכע עידס-וויירוס פון איינעמען די וועלט.

וויפיל הרחקה מיר מאכן אזויפיל ווייניגער קעיסעס וועט זיין און אזוי שנעלער וועט דאס אריבער גיין.

דער איצטיגער וויירוס וואלט נישט געווען אזוי געפארפול ווען מענטשן וואלטן עס באקומען דורכאויס א לענגערע תקופה. דער פאקט אז יעדער באקומט עס אויפאיינמאל מאכט דאס שווערער פאר די העילט סיסטעם.
רעאגיר