צען הערות אויף דער קאראנא סומאטוכע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9090 מאל

צען הערות אויף דער קאראנא סומאטוכע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א. וויבאלד די מציאות פאדערט יעצט אז מ׳מוזען זיך פיזיש דערווייטערן איינער פון די צווייטע, נישט זיך פארזאמלן מיט צופיל מענטשן, דארפן מיר זיך מתחזק זיין אין די פנימיות׳דיגע בין אדם לחבריו, זיך באהעפטן מיט אנדערע מיט א פנימיות׳דיגע קשר. ווען די חיצוניות פאלט אוועק, קען זיך דער פנימיות אויפוועקן.

ב. ביזדערווייל קען מען נאך דאווענען מיט מנין, שעץ עס נישט גרינג. עס איז נאך מעגליך אז דאס וועט אויך זיין פארבאטן, און דאס איז א ריזיגע סכנה פאר אונז. ווען מיר האבען נישט די זכות תפלת רבים, זענען מיר היבש צושלאגען. ביים קריג, איז די ערשטע גזירה אין פולין געווען אז קיין מנין זאל נישט פארקומען ר״ה און יוכ״פ, מ׳האט ביי אונז צוגענומן די מעגליכקייט צו דאווענען מבטל זיין די גזירה.

ג. אסאך האבען זיך געפלאגט אין די גויישע ארבייטס וועלט מיט שאקלען די האנט פון פרויען. אסאך רבנים אסר׳ן און אסאך זענען מתיר, אבער דאס איז די ערשטע זאך וואס א יונגערמאן וואס גייט פון כולל ארבעטן מוז זיך ספראווען דערמיט. יעצט איז די פראבלעם ב״ה געלעזט עצהיו״ט.

ד. איך געדענק ווען די אינטרנט האט אנגעהויבען צו ווערן פאפולער, האט מען געמיינט אז מ׳וועט שוין נישט האבען קיין אפיסעס, יעדער וועט ארבעטן פונדערהיים. גאנץ שנעל האט מען זיך אויסגעלערנט אז מענטשן זענען נישט פראדאקטיוו ווען זיי זיצען אליינס, און די חלומות זענען בטל געווארען. יא, מענטשן ארבעטן אינדערהיים, אבער דאס איז פאר אייגענע ביזנעסעס, אזוי ווי עמעזאן וכדו׳. יעצט גייט מען זען וואס פאסירט ווען מ׳איז געצווינגען צו לאזען ארבעט פונדערהיים.

ה. איך האב געהערט פון איינער פון די ערשטע תלמידים פון בית התלמוד, אן איינגעבאקענער בעל מוסר, אזא דערהער. דאס איז בזיונות פאר די גאנצע וועלט, אז אזא קלייניקייט קען אפשטעלן אלסדינג. מ'רעדט דא פון א באציל סך הכל, און נישט נאר דעם, נאר עס האט ניטאמאל אזויפיל געהרג'ט, און פונדעסטוועגן זענען גאנצע מדינות אפגעשטעלט.

ו. ווען מ'טראכט אריין פארוואס דער אויבישטער האט געשיקט א האלאקאוסט, קען מען אוודאי נישט וויסען די פרטים, נאר דאס איז זיכער אז דאס וואס איז געשען איז געווען כפי דער געטליכע פלאן. עס זעט זיך אויס אז דער אויבישטער האט מחליט געווען אז יוראפ איז שוין נישט קיין אדרעס פאר אידען, און מיר דארפען ארויספארען אויף אנדערע לענדער. אילו זכינו וואלט מען געגאנגען מיט כבוד, אזוי ווי יעקב אבינו אין מצרים, יעצט זע'מיר געגאנגען טאקע מיט די שלשלאות של ברזל וואס יעקב אבינו האט אויסגעמיטן. אזוי אויך יעצט, דער אויבישטער האט א פלאן פאר אונז, אפשר וויל ער אויפהערן די צושטופטע לעבן אונזערע, ווי יעדער זעט איין אז מ'דארף וואוינען איינזעם למשך א פאר וואכען. אילו זכינו וואלט עס געווען אויף א לייכטערע אופן, יעצט איז מיט שלשלאות של ברזל, נישט ממש ווי דער קריג ב"ה, אבער נישט מיט טייערע וואגענעס.

ז. יעדער טריט פון אונזער לעבן קומט דאך מיט פרעצענדטן. דא האט מען א מימרא וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט פאר ר' נתן יוספ'ן, דארט האט מען א בריוו פון דער חפץ חיים אדער א מימרא פון דער ליובאוויטשער רבי צו איינעם אין יחידות. דא האט מען גארנישט, נאדא, זילטש! א בריוו פון רעק"א וואס זאגט גארנישט, און אחוץ דעם, גארנישט! מיר דארפען יעצט מאכען פרעצעדענטן. לאמיר זען צו מאכען ריכטיגע.

ח. יעצט זעט מען ווי דער געזונט צושטאנד פון יענעם איז דיין ביזנעס. איינער וואס מיינט אז וויבאלד ער האט העלטה אינשוראנס, איז עס גוט און יענער זאל זיך מוטשען אדער נישט ווערן געזונט, קען יעצט איינזען אז דאס איז נישט ריכטיג. יענעמ'ס געזונט מיינט דיין געזונט. טאמער עס איז דא מענטשן לעבן דיר וואס האבען נישט קיין אינשוראנס, און ממילא גיין זיי נישט צום דאקטאר ווען זיי שפירען עפעס, גייסטו ליידען דערפון. Medicare for All!

ט. אז עס איז יעצט דא א חיזוק אין ונשמרתם מאד לנפשותיכם, איז עס ראטזאם אריין צו קוקן באופן כללי אין אונזער לעבן צו מיר זענען אויסגעהאלטן מיט די מצוה. וואשען מיר ריכטיג די הענט? מיר רייכערן פאפירוסן? פארלירט מען דען וואג? עסן מיר ווי חיות טרף אן א חשבון פון געזונט און דער צוקונפט? יעצט איז הזמן גרמא זיך מעורר צו זיין באופן כללי אין די זאכען.

י. לית דין ולית דיין. אזוי ווי דו הערסט! הן צווישען די גוים, ווי קיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך, דער פרעזידענט זאגט איין זאך, פארקערט מארגן, און נאכאמאל פארקערט די נעקסטע טאג. ער, מיט זיין יועצים, ווייסען נישט בחייכון וביומיכון וואס טוט זיך, און זיי שפילען זיך ארום מיט דער עולם. ער זאגט צו זאכען וואס ער קען נישט טון, שאקעלט די הענט פון פרעמדע דארט ביים סטענדע, הארט נאכ'ן אנווארענן דער עולם אז דאס איז ערנסט, מיט נאך. מיר זענען אליינס. און דער אידישער פאלק איז גארנישט בעסער. קיין איין פירער האט נישט געזאגט קיין איין ווארט צו דער זאך! גארנישט! אבי געדרייט א קאפ, קיינער האט נישט גענומען קיין אחריות וואס צו טון און ווען. ר' חיים זאגט אונז אז לשוה"ר איז א פראבלעם. שיין. דאס איז פיין פאר א חיזוק און התעוררות, און טאמער דאס איז זיין פליכט אין דער וועלט, גערן. אבער קיין צווייטער איז דאך אויך נישט דא. רביס און רבנים אין די טריי-סטעיט געגענט קוקען איינער אויף די צווייטע צו זען וואס צו טון, קיינער האט נישט קיין מיינונג אדער אויסגעטראכטע גאנג. מיר זענען אליינס, פארלאז זיך נישט אויף קיינעם. דער רעגירונג האט צוגעלאזט טישען אום פורים, און מיר ווייסען נישט בעסער, האט מען הונדרעט מענטשן אנגעשטעקט פון באבוב 48, און מ'ספינט אין די נייעס אז קיינער פון זיי איז נישט געווען ביים טיש. לית דין ולית דיין, טו ווי דו פארשטייסט, ווייל קיינער פארשטייט נישט בעסער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר