ישעי' הנביא זאגט פאר נביאות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

ישעי' הנביא זאגט פאר נביאות

שליחה דורך עוד מישהו »

ווי אלע אנדערע מענטשן איבער דער גארער וועלט, האב איך מיך געטראפן אינדערהיים מיט אסאך ליידיג צייט און אן קיין ארבעט.
וויבאלד די ערשטע זאך וואס איך טו ווען איך האב אביסל איבריג צייט איז אריינקומען דא און טרונקן א קאווע אדער צוויי, אבער ליידער אן צופיל צייט צו קענען מיטטיילן מיינע אייגענע געדאנקן און השערות, איז געקומען די צייט פארצולייגן מיינע צוויי סענטס און טראכטן פארוואס איז געקומען אויף אונז אזא גזירה פון אפשפארן שילן, נישט לאזן דאווענען מיט מנין, נאר אויפן פריייען פעלד אדער באהאלטענערהייט ווי די אנוסים אין שפאניע און פארטוגאל. קינדער קענען נישט גיין אין חדר אדער סקול, די בחורים קריכן אויף די גראדע ווענט אנשטאט גיין אין ישיבה לערנען תורה און דאווענען ערליך.
וויבאלד דאס אלעס איז יעצט אפגעשטעלט, און נישט נאר ביי אונז, נאר כמעט די גאנצע וועלט איז געקומען צו א האסטיגע אפשטעל. ממילא דער גוי, ער האט זיין אינטערנעט וואו ער פארברענגט פאר שוואוילטאג און פארברענט זיין צייט, אבער אונז דריי מיר זיך ארום אן קיין קאפ, רוב עולם האט דאך נישט קיין עקסעס צו אינטערנעט אדער אנדערע טריפהנע כלים. אלזא, וואס טוט מען?
מיינע ווערטער זענען נישט געווענדעט צום ערליכן אינגערמאן, וואס קומט אלע פארטאגס אין שיל, לערנט און הארעוועט שעות ארוכות פארן און נאכן דאווענען, ער קען דאס זעלביגע טוען ביי זיך אינדערהיים פונקט אזוי, וויבאלד זיין מחשבה איז צו דינען דעם באשעפער און טוען זיין רצון, לויט ווי ער פארשטייט און ווי זיינע יכולות ערלויבן אים, ווען ער מיינט דאס אמתדיג און שפילט נישט קיין בלעכענע פנים.
איך רעד דא אבער יא פונעם מענטש וואס קומט אין שיל כמי שכפאו שד, ער קומט נישט לערנען, און דאווענען קומט ער ווייל ממוז און אזוי איז אקצעפטירבאר ביי זיין בני בית, ווייל די מנהג המקום איז, דריי מאל אין טאג קומען אין שיל אריין דאווענען מיט מנין, און ווי דער קלויזענבערגער זצ"ל פלעגט זאגן, ביים דרייען די תפילין ווייסט ער נישט צי ער האלט ביים אנטוען צי ביים אויסטוען. אט צו די סארט מענטשן וויל איך רעדן.

די פנימיות פונעם איד און זיין ערליך איז ווייט פארקראכן פונעם היינטיגן פאלשן אידישקייט וואו דער עיקר איז געווארן א טפל און דער טפל אן עיקר, דער וויכטיגסטער זאך אין אידישקייט איז זיין ערליך ביי זיך אין הארצן און זיין א איד מיינט מקיים זיין די מצוות ווי פארלאנגט דורכן באשעפער. זיין א איד מיינט אויסדריקלעך נישט, האבן א גרויסע ספאדיק-שטריימל, און עסן ביי אלע קדישים און תיקונים נאכן דאווענען, ווי אויך גיין מיט א רעביצינס טורבאן וואס אלע פרויען מערקן אן פון איין עק ליע עוועניו ביז צום אנדערן. על אחת כמה וכמה מיינט נישט אידישקייט, די סארט באנדיטן וואס האלטן אידישקייט האסטעזש אין טוען אפ אלעם בייזן אין טאג טעגליכן לעבן אבער ווייזן ארויס זייער כשרע חזיר פיסל ווען זיי קומען אין שיל דאווענען.
אבער פארוואס זאל איך מאריך זיין, ווען דאס אלעס איז וואויל באקאנט און אויסגעדראשן געווארן דא און אין צענדליגע אנדערע פלעצער אויפן געוועבעכץ און נאך.

די אויבנדערמאנטע מציאות איז נישט קיין נייע, יא היינט איז די רעאליטעט אין די שילן, די פראבלעמען שטעקט מיט פארשידענע רבנים, אדער מיט עסקנים און כלל טוער וואס האבן זיך ארויפגעצווינגען אויפן ציבור אומגעפרעגט, די שילן זענען געווארן סאציאלע פארברענג צענטערן ווען סאיז דא אזעלכע וואס די טיטל "מקום סכנה" איז מילד געזאגט אויף זיי, די קריוודעס וואס ווערן באגאגאנגען קעגן אלגעמיינע מענטשן וואס זענען נישט באשאנקן געווארן מיט ספעציעל גוטע קשרים מיט די "הויכע פענסטער" איז אלעם באוואוסט און באקאנט, און צום באדויערן איז עס געווארן א מכת מדינה, ווי מזאגט אפ קינדער אדער בחורים פאר נארישקייטן וואס טראגט זיי גלייך אריין אין גאס און פון דארט ליידער צום גוי אדער אפילו צו פארברעכן און די באנוץ פון שעדליכע סובסטאנצן.
דאס אלעס האט ישעי' הנביא פאראויס געזען, ער האט גערעדט איבער אנדערע תקופות, ווען סאיז געשטאנען א בית המקדש, די וועלכע זענען געווען די פארטרעגער פון אידישקייט אין זיין דור, זענען נישט געווען קיין רבנים נאר כהנים, די עבודה דעמאלסט האט נישט געמיינט דאווענען נאר מקריב זיין קרבנות, מקטיר זיין קטורת, און צינדן די ליכט פונעם מנורה יעדן אווענט. היינט איז נישטא קיין בית המקדש האבן מיר אויפגעשטעלט א מקדש מעט, די רבנים זענען די וועגווייזער פון אידישקייט, און די עבודה און פראקטיצירן אידישקייט ליגט אין די הענט פון די פאלק, וואס דאווענט און טוט אלעס לזכר און אנשטאטס דעם וואס מיר קענען נישט טוען דאס אלעס אין ירושלים.

און אט איז וואס ישעי' הנביא שרייבט: פרק א'
חֲזוֹן, יְשַׁעְיָהוּ בֶן-אָמוֹץ, אֲשֶׁר חָזָה, עַל-יְהוּדָה וִירוּשָׁלִָם--בִּימֵי עֻזִּיָּהוּ יוֹתָם אָחָז יְחִזְקִיָּהוּ, מַלְכֵי יְהוּדָה. ב שִׁמְעוּ שָׁמַיִם וְהַאֲזִינִי אֶרֶץ, כִּי ה' דִּבֵּר: בָּנִים גִּדַּלְתִּי וְרוֹמַמְתִּי, וְהֵם פָּשְׁעוּ בִי. ג יָדַע שׁוֹר קֹנֵהוּ, וַחֲמוֹר אֵבוּס בְּעָלָיו; יִשְׂרָאֵל לֹא יָדַע, עַמִּי לֹא הִתְבּוֹנָן. ד הוֹי גּוֹי חֹטֵא, עַם כֶּבֶד עָוֺן--זֶרַע מְרֵעִים, בָּנִים מַשְׁחִיתִים; עָזְבוּ אֶת-ה', נִאֲצוּ אֶת-קְדוֹשׁ יִשְׂרָאֵל--נָזֹרוּ אָחוֹר. ה עַל מֶה תֻכּוּ עוֹד, תּוֹסִיפוּ סָרָה; כָּל-רֹאשׁ לָחֳלִי, וְכָל-לֵבָב דַּוָּי. ו מִכַּף-רֶגֶל וְעַד-רֹאשׁ אֵין-בּוֹ מְתֹם, פֶּצַע וְחַבּוּרָה וּמַכָּה טְרִיָּה; לֹא-זֹרוּ וְלֹא חֻבָּשׁוּ, וְלֹא רֻכְּכָה בַּשָּׁמֶן. ז אַרְצְכֶם שְׁמָמָה, עָרֵיכֶם שְׂרֻפוֹת אֵשׁ; אַדְמַתְכֶם, לְנֶגְדְּכֶם זָרִים אֹכְלִים אֹתָהּ, וּשְׁמָמָה, כְּמַהְפֵּכַת זָרִים. ח וְנוֹתְרָה בַת-צִיּוֹן, כְּסֻכָּה בְכָרֶם; כִּמְלוּנָה בְמִקְשָׁה, כְּעִיר נְצוּרָה. ט לוּלֵי ה צְבָקוֹת, הוֹתִיר לָנוּ שָׂרִיד כִּמְעָט--כִּסְדֹם הָיִינוּ, לַעֲמֹרָה דָּמִינוּ.
י שִׁמְעוּ דְבַר-ה, קְצִינֵי סְדֹם; הַאֲזִינוּ תּוֹרַת אֱלֹקינוּ, עַם עֲמֹרָה. יא לָמָּה-לִּי רֹב-זִבְחֵיכֶם יֹאמַר ה, שָׂבַעְתִּי עֹלוֹת אֵילִים וְחֵלֶב מְרִיאִים; וְדַם פָּרִים וּכְבָשִׂים וְעַתּוּדִים, לֹא חָפָצְתִּי. יב כִּי תָבֹאוּ, לֵרָאוֹת פָּנָי--מִי-בִקֵּשׁ זֹאת מִיֶּדְכֶם, רְמֹס חֲצֵרָי. יג לֹא תוֹסִיפוּ, הָבִיא מִנְחַת-שָׁוְא--קְטֹרֶת תּוֹעֵבָה הִיא, לִי; חֹדֶשׁ וְשַׁבָּת קְרֹא מִקְרָא, לֹא-אוּכַל אָוֶן וַעֲצָרָה. יד חָדְשֵׁיכֶם וּמוֹעֲדֵיכֶם שָׂנְאָה נַפְשִׁי, הָיוּ עָלַי לָטֹרַח; נִלְאֵיתִי, נְשֹׂא. טו וּבְפָרִשְׂכֶם כַּפֵּיכֶם, אַעְלִים עֵינַי מִכֶּם--גַּם כִּי-תַרְבּוּ תְפִלָּה, אֵינֶנִּי שֹׁמֵעַ: יְדֵיכֶם, דָּמִים מָלֵאוּ. טז רַחֲצוּ, הִזַּכּוּ--הָסִירוּ רֹעַ מַעַלְלֵיכֶם, מִנֶּגֶד עֵינָי: חִדְלוּ, הָרֵעַ. יז לִמְדוּ הֵיטֵב דִּרְשׁוּ מִשְׁפָּט, אַשְּׁרוּ חָמוֹץ; שִׁפְטוּ יָתוֹם, רִיבוּ אַלְמָנָה. יח לְכוּ-נָא וְנִוָּכְחָה, יֹאמַר ה; אִם-יִהְיוּ חֲטָאֵיכֶם כַּשָּׁנִים כַּשֶּׁלֶג יַלְבִּינוּ, אִם-יַאְדִּימוּ כַתּוֹלָע כַּצֶּמֶר יִהְיוּ. יט אִם-תֹּאבוּ, וּשְׁמַעְתֶּם--טוּב הָאָרֶץ, תֹּאכֵלוּ. כ וְאִם-תְּמָאֲנוּ, וּמְרִיתֶם--חֶרֶב תְּאֻכְּלוּ, כִּי פִּי ה דִּבֵּר.
כא אֵיכָה הָיְתָה לְזוֹנָה, קִרְיָה נֶאֱמָנָה; מְלֵאֲתִי מִשְׁפָּט, צֶדֶק יָלִין בָּהּ--וְעַתָּה מְרַצְּחִים. כב כַּסְפֵּךְ, הָיָה לְסִיגִים; סָבְאֵךְ, מָהוּל בַּמָּיִם. כג שָׂרַיִךְ סוֹרְרִים, וְחַבְרֵי גַּנָּבִים--כֻּלּוֹ אֹהֵב שֹׁחַד, וְרֹדֵף שַׁלְמֹנִים; יָתוֹם לֹא יִשְׁפֹּטוּ, וְרִיב אַלְמָנָה לֹא-יָבוֹא אֲלֵיהֶם. כד לָכֵן, נְאֻם הָאָדוֹן ה צְבָקוֹת--אֲבִיר, יִשְׂרָאֵל: הוֹי אֶנָּחֵם מִצָּרַי, וְאִנָּקְמָה מֵאוֹיְבָי. כה וְאָשִׁיבָה יָדִי עָלַיִךְ, וְאֶצְרֹף כַּבֹּר סִיגָיִךְ; וְאָסִירָה, כָּל-בְּדִילָיִךְ. כו וְאָשִׁיבָה שֹׁפְטַיִךְ כְּבָרִאשֹׁנָה, וְיֹעֲצַיִךְ כְּבַתְּחִלָּה; אַחֲרֵי-כֵן, יִקָּרֵא לָךְ עִיר הַצֶּדֶק--קִרְיָה, נֶאֱמָנָה. כז צִיּוֹן, בְּמִשְׁפָּט תִּפָּדֶה; וְשָׁבֶיהָ, בִּצְדָקָה. כח וְשֶׁבֶר פֹּשְׁעִים וְחַטָּאִים, יַחְדָּו; וְעֹזְבֵי ה, יִכְלוּ. כט כִּי יֵבֹשׁוּ, מֵאֵילִים אֲשֶׁר חֲמַדְתֶּם; וְתַחְפְּרוּ--מֵהַגַּנּוֹת, אֲשֶׁר בְּחַרְתֶּם. ל כִּי תִהְיוּ, כְּאֵלָה נֹבֶלֶת עָלֶהָ; וּכְגַנָּה, אֲשֶׁר-מַיִם אֵין לָהּ. לא וְהָיָה הֶחָסֹן לִנְעֹרֶת, וּפֹעֲלוֹ לְנִיצוֹץ; וּבָעֲרוּ שְׁנֵיהֶם יַחְדָּו, וְאֵין מְכַבֶּה.

אין מיין האמבל דעצידירנד אפיניען, איז די נביא היינט נאכמער גילטיג ווי אלעמאל, די פראבלעם קען זיין אינטערנעט, אדער צניעות אדער די אויפרייסערישקייט אדער וואס אימער, ביי די רבנים, פאנטרעגער און אומאפציעלע זעלבסט דעקלערירטע פארשטייער פון חרדישן אידנטום, די מציאות הדברים איז, אז אונז האלטן ביי אזא דור, אז אנשטאט זיי זאלן טוען ווי פארלאנגט אין תורה און הלכה כלפי זיך זעלבסט, זענען זיי די כשרסטע פון אלעמען אבער אלע אנדערע זענען שולדיג אין די פראבלעמען פונעם דור. האט אונז דער אייבערשטער געשיקט א מעסעזש, איך דארף נישט ענקערע שילן, ענקער תורה איז נישט וויכטיג און די מקווה איז איבריג. ווילסט זיין א איד, פאר מיר איז גענוג די פנימיות און אויב ווילסטו קענסטו דאווענען אינדערהיים אויך, איך דארף אבער נישט ענקערע תפילות נאר ענדערש ענקער פנימית און אמתדיגקייט.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר