הילל'ס טרוים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

הילל'ס טרוים

שליחה דורך הבל וריק »

מיט א ווייאיגע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] זיצט הלל אויפן בענקל און פרובירט צוזאמקלייבן זיינע געדאנקען.

עס איז האלב עלף אויפדערנאכט, די ווייב איז אויף נעטפליקס, די קינדער שלאפן געמיטליך, די וואקיום קלינער ליגט אויסגעשטרעקט אויפן קיך פאדלאגע, און א האלבע באטל אראנזש זשוס רוהט אויפן טיש.

ווי מאכט מען א דאלאר, קלערט הילל. אדער "ווי קריעיט מען וועליו" ווי זיין חבר מנשה - דער ביזנעס מבין רופט עס.

צען יאר, נישט מער געדאכט איז הלל שוין פארהייראט. די ערשטע יאר נאך די חתונה האט ער פארברענגט אין א בעקיארד אויף ראסס, ווי בחורים פלעגן קומען רייכערן און שפייען.
די צווייטע יאר האט ער אביסל געטוהן אין פוינטס. ס'טייטש געפענט דריי קארטלעך אונטער זיין און זיין ווייב'ס נאמען און עס פארמאכט דערנאך.
די דריטע יאר האט הילל געקלערט וואס ער וויל טוהן די פערטע יאר,
דערנאך האט ער פרובירט צו פארקויפן קיוטיפּס אויף אמאזאן, וואס האט זיך גענדיגט מיטן לאזן די באקסעס ליגן ביי זיין מאמע אין קעלער.
די פיפטע יאר האט הילל געלערנט מיט א בעלבתּיש'ער יונגערמאן אין די צופרי שטונדן, דערנאך געפארן קוקן בילדינגס אין די אומגעגנט.
די זעקסטע יאר האט הילל געקלערט פון גיין צו טורא קאלעזש פאר א געהעריגע פאך אין די פיס, אבער האט זיך געטראפן ארבעטן פאר זיין טאטן אין געשעפט – א פרינטינג ביזנעס.

אלנפאלס, אין די איצטיגע קאראנע טעג זיצט הלל מיט א פלייס איבער זיין סמארטפאון און קוקט אדורך די טרענדינג נייעס און טוויטער איבער די פארע פון א הייסע צופרי קאווע. מיטאג פרובירט הלל צו פארלירן עפעס געלט אויפן סטאק מארקעט, און הערשט אין די נאכט שטונדן שטאטעט ער אפ א באזוך אין די יוטוב קארידארן, נישטערענדיג פאר קליפס.

דורכאויס די טאג ווערט הלל באגלייט מיט שווערע גיגעבייטס קליפס און וואויסנאוטס פון פארשידענע חכמים למיניהם. א טייל איבער קאראנע, א טייל איבער וואס מ'קען זיך לערנען פון קאראנע, און א טייל אלארמירנדיג דעם שוין אלארמירטן געמיינדע, נישט ארויסצוגיין צווישן אנדערע.
טרעפט זיך הלל שוין די דריטע נאכט ביים קיך טיש, אונטערן בלאסן לעקטער פונעם פעטצאו טשילאר מיט די פארהויכטע גלאזלעך, איבער א טעצל טרויבן און שוואכע משלוח מנות טשאקאלאד, קלערנדיג איבער זיין מצב.
די עקאנאמיע הינקעט, די קינדער וואקסן באלד אונטער, ווי מאכט מען א דאלאר?

בליציגע געדאנקן לויפן פארביי זיינע מידע קערפער.
צוביסלעך ווערן די מחשבות א דמיון, און הלל זעהט זיך פלוצים אין א גאלדענעם דיינינגרום, מיט ברוינע מעבל און א לאנגע טיש, ווי ער שטייט אויפן אויבנאן מיט א ריזיגע קרוין אויף די שטריימל. ארום אים טאנצן צענדליגע בחורים מיט דאטשיקס און פארשידענע קליידונג. צו זיין זייט שטייען גבאים און וואכן די אומגעגנט. ער שרייט מיט א ווילדע געלעכטער און שרייבט טשעקס, און א פארשטעלטע טאכטער ברענגט קרויט צום טיש.
אין זיין דמיון זעהט זיך הלל זיצן ביי בארד מיטינגס געבן א מיינונג, ביי רבנים נאכזאגן א ווארט, ביים טיש הארט נעבן רעבין, אין שול רייסענדיג פעטע OJC ביכלעך.
הלל זעהט זיך אריינשלייכן דאנערשטאג נאכט אינעם קאלאני, נאך א וואך פון פרעס און פארטי, מיט זיין מייאיסטעטישן BMW באגריסנדיג זיין באשיידענע אשת חיל, די מאמע פון זיינע קינדער, וואס זיצט אין א רינג צווישן די חבערטעס, קייענדיג [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אויף די נאסע גראז.

הלל זעהט זיך טאנצן ביי זיין זונ'ס חתונה אין די זאלן פון קאנטינענטאל, צו די ארומיגע ביישויער וואס קוקן זיך צו מיט נייגער ארום און ארום אין א רינג.
פון א געפּאַקטע זאַל חלומ'ט הלל. א סטעיזש פול מיט מוזיקאנטן און א רייכע כאר. פון א טאנץ אינדערמיט, די קדשי קדשים פון לעבן, די אבן שתיה פון טרוימען, און די טופּענדע פיס פון די צאללאזע קרובים וואס טאנצן פאר אים אהין און צוריק.

הלל חלומ'ט פון נתקבל'ס, פון פאלגזאמע סטעף, פון לומדישע איידעמער, פון די ריעל דיעל, פון די פּלעפּלעריי אין קראלי, פון נזר אב השנה, פון אן אדרעס אין וויליאמסבורג, א נאמען אויפן גאס, א געדענקמאל אין היסטאריע.

ערוועקט זיך הלל א נאסער, אויפן שמיציג גלאזערנעם טיש, אין זיין קליין פארמארגעזשטן דירה'לע אין ניי וויליאמסבורג, אויפן פערטן שטאק.
הלל לעכצט, הלל איז א גארנישט, הלל וויל געלט, הלל וויל שעצונג.

הויבט זיך הלל פון בענקל מיט א קרעכץ, און שאקעלט אפ זיין פארוועלקט שמיציגן טלית קטןַ.
שלינגט הלל א גלעזל סעלצער, גרעפּסט דערויף א פארמידעטער. גיימער שלאפן? פרעגט ער א פארטיעפטע חוה, און אויפן געלעגער, מיט פארמאכטע אויגן, פרעגט הלל זיין זעהל "ווי מאכט מען א דאלער?"

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר