זרח דער היפאקריט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

זרח דער היפאקריט

שליחה דורך יהורם »

זרח איז א זעקס אין צוואנציג יעריגער אינגערמאן, געלערנט האט ער אין חדר אין א מוסד אין וויליאמסבורג, ישיבה האט ער געלערנט אין קווינס, חתונה געהאט ביי די ניינצן און יעצט איז ער שוין א געסעטלטער אינגערמאן מיט א גוטע דזשאב און דריי זיסע קינדערלעך, ער ווערט פאררעכנט צווישן די מער אפענע קעפ אין זיין עיזש, ער איז געווען דער ערשטער וואס א טאג נאך שבע ברכות האט ער שוין געהאט די אייפאון 5 און ער פלעגט נאך אלס קינד האבן אויף זיין MP3 ליפא שמעלצער און מיכאל שניצלער.

ער איז גוט מיט עסקנים און ער דרייווט א היהאנדעי סאנעטע מיט טינט, ער פארמאגט א פי. בי. עי. קארטל פון זיין חבר'ס פריינד, בקיצור ער איז פאל"י סע"ט א"פ.

ווינטער תש"פ איז געווען גאר באדייטנד פאר זרח'ן, ער האט נישט געהאט קיין ליידיגע מינוט אין טאג, אנגעהויבן פון די מאנסי שטעכעריי ווען ער האט געוואוסט אינסייד אינפארמעישן אויף געוויסע שולדיגע און זיך געלאזט הערן אויף אלע גרופ'ס, דאן איז ער פארנומען געווארן מיט די אטאקע אין דזשערסי סיטי וואו ערהאט זיך געשפירט נאנט צום אטאקע ווייל ער האט פונקט געטראכט א וואך פארדעם אפשר צו דינגען דארט א דירה, נאר אין זכות פון ר' ישעי'לע אדער דער ריבניצער איז ער פונקט נישט אנגעקומען צו ריטשן דעם בראוקער...

ביי די פארשעי אטאקע איז ער שוין געווען עכט ביזי און נישט געקענט אהיימקומען צייטליך ווייל ער האט שוין געמוזט איינמאל פאר אלעמאל ווייזן אז ער איז עכט ביזי מיט די ריעל פיפל, ער האט איבערמידליך שווער געארבעט צו טרעפן יוסי געשטעטנער און אים זאגן טענק יו פאר יור ווארק פאר אוער קאמיונעטי, ער האט ריטוויטעט קאומאו און געווארט פאר א רעספאנס.

ער איז א געשוואוירענער טראמפ פען, ער איז אויסגעשפראכן קעגן דעמאקראטן און ליבעראלן, ער איז זיכער אז זיין טעקס גייט פאר טרענסדזשענדער אפעראציע'ס און אז דעבלאזיו איז א בייזער רוח, 'פעיק ניוז' ליגט אים אייביג אויפן צונג ווען איינער זאגט אים עפעס וואס ער ווייסט נישט, ער איז א מורא'דיגער חכם בעניני פאליטיק ווייל ער האט געוואטשט די דעמאקראטישע דיבעיט'ס, ער פארשטייט נישט פארוואס טראמפ הייסט נישט פוטין זאל ווארפן איראן'ס נוקלער אויף בערני סענדערס, טיף אין הארצן האלט ער אז טראמפ איז א איד, און ער האלט אפילו אז לעיזער קעסטענבוים קען נאך איין טאג זיין וויצע פרעזידענט.

ער האלט אז ער קען איבערווייזן אטעאיסטן ביז צוויי מינוט אז עס איז דא א גאט, ער האלט אז חקירה איז שטותים, ער לאווט קומזיצן און גריל'ס און ער ווערט משוגע פאר גאט עד כדי כך אז ער איז אויפגעסיינט אויף אלע זעקס טענק יו ה' גרופס אויף וואטסעפפ.

כ'מיין אז איר האט אים שוין ארויס, זרח איז א טיפישער וויליאמסבורגער.

איך האב אים זייער ליב געהאט און פארשוויגן ביז היינט ווען איך האב אים געפינען, איך האב אים געזען שרייען אויף א גרופ אז מען מוז זיצן אינדערהיים און גיין מיט א מאסקע אז עס זאל נישט זיין א חילול ה', ער האט געלייגט פיקטשערס פון מנינים און געשריבן אז ער שעמט זיך מיט זיין קאמיוניטי, אבער נעכטן האט ער געפאוסט א פיקטשער ווי ער איז אין א פארק אן קיין הענטשוך!

ווס ברויך איך טאן מיט אים? צוויי פעטש העלפט נישט...

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר