קאראנא איז צוליב יענעמס עבירות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

קאראנא איז צוליב יענעמס עבירות

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 11:26 am

ס'דרייט זיך ארום א דרשה פון א באקאנטע ראש ישיבה און וועלט בארימטע בעל דרשן. אין וואו ער איז מעורר דעם עולם תשובה צו טוהן אזויווי ס'ווערט געברענגט אין רמב"ם הלכות תשובה, אז ווען ס'קומט פרעניות אויף דער וועלט ברויך מען מעורר זיין דעם עולם צו תשובה און מפשפש זיין במעשים וואו און וואס מ'קען מתקן זיין.

אינז זענען דאך שוין געוואוינט כסדר צו הערן די זעלבע איבערגעקייטע, שמאלע געפאסטע קליידער, די לעצטע פאר יאר איז צוגעקומען אינטערנעט מיט סמארטפאונס. אבער די יעצטיגע דרשה איז מעורר אויף גאר וויכטיגע זאכן, דהיינו צו מאכן די גאר טייערע חתונות וואס מן הסתם ניין און ניינציג פראצענט עולם קען עס באמת נישט ערלויבן, און מ'מאכט ווייל מ'שעהמט זיך פון שכנים, קרובים וכדו'.

ווי אויך איז ער מעורר וועגן די נייע סטייל פון ארום לויפן אויף קברי צדיקים אויף א מין לוקסעריעזע סטיל. און ער פרובירט צו משלב זיין די איצטיגע געשעענישן מיט אט די צווי זאכן היות מ'קען טאקע איצט נישט חתונה מאכן אין טייערע זאלן מיט רייסערישע מוזיק, טייערע בילדער, רייכע מאלצייטן, נאר אזויווי מ'האט אמאליגע צייטן געטוהן, אינדערהיים מיט א מספר מצומצם מאד, אויסגערעכנטע פארציעס, וואס קאסט א שיבוש קעגן די גרויסע חתונות פון פארדעם. ווי אויך זעהט מען אז די נסיעות צו קברי צדיקים זענען טאטאל אפגעשטעלט געווארן, במילא מוז זיין אז ס'וועגן דעם.

קען זיין אז ס'קומט פארדעם, כ'בין נישט אין הימל און אויך בין איך נישט גאט, און כ'פיר נישט גאט'ס ביכער. אבער אז איר ווייסט יא און איר שטעלט צוזאמען און איר מאכט דעם איינס פלוס איינס איקאל צוויי חשבון, פארוואס טאקע זענט איר נישט אויך מעורר וועגן די מוראדיגע עוולה וואס האט שוין אזויפיל אידיש טרערן און בלוט פארגאסן?? דאס מאכן סעלעקציעס פון בחורים און אינגלעך און לעצטענס אויך מיידלעך מיטן זיך וועהלן וועם יא און וועם נישט, נוסח מענגעלע?? וואס פון די צרה וואס גייט פאר איצטערט קען מען טאקע זעהן בחוש ווי די ישיבות און ת"ת זענען אלע פארמאכט?? ווער זאגט אז ס'אויך נישט צוליב דעם??

איך מאך ח"ו נישט אוועק די צוויי נקודות וואס דער ראש ישיבה ברענגט ארויס, סוכ"ס איז עס עפעס וואסי נוגע פאר כמעט יעדן איד, וואס נאך אלעם האט מיט זילטש דערפון די איינציגסטע וואס בלייבן מיט כאטשיג עפעס הנאה זענען די בעלי בתים פון די זאלן, בילדער כאפערס מוזיקאנטן, וכו' אבער די עלטערן ווערן נאר דערשטיקט דערפון און ס'באמת א וויי געשריי און לאמיר טאקע האפן אז ס'וועט כאטשיג ארויסקומען דערפון א גרויסע טובה און מ'וועט זיך ארויסלערנען אז ס'געשעהט גארנישט און מ'קען האבן פונקט אזא פריילעך לעבן אן די אלע טייערע געשפענדערייען
און די זעלבע איז אויך מיט קברי צדיקים, ס'באמת נישט קיין אידישע זאך קיינמאל נישט געווען.

אבער לאמיר נישט פארקריכן פונעם ענין, קוקטס ווי ענקערע ישיבות און ת"ת זענען אזוי פלוצלינג פארמאכט געווארן, שטעלט זיך די שאלה על מה עשה ד' ככה?? די תירץ ווייסן מיר עמך אידן ליידער זייער גוט, עטס ראשי ישיבות ווייסטס נישט דעם תירץ ווייל עטס האטס קיינמאל נישט מיטגעמאכט דעם צער פון באקומען א לא נתקבל עטס אדער ענקערע וועדם זענען די וואס טיילן אויס דעם לא נתקבל, ענקערע קינדער און בחורים ווערן אנגענומען איבעראל גאר גרינג, שמור לי ואשמור לך.

תשובה ברויך מען טוהן אויף די אייגענע עבירות נישט אויף יענעמס, אינז עמך אידן וועלן מאכן אינזערע אייגענע וואן פלוס וואן חשבונות און איר ראשי ישיבות מאכטס ענקערע, און אינז זענען אפילו גרייט אויסצוהערן אלעס וואס איר חשובי העדה רעקאמענדירן אדרבה אינז ווילן הערן אייערע דברי חיזוק, אבער צו דעם מוז מען זיין א עקזעמפאל, מ'קען נישט סתם ארויס קומען שרייען און אויפוועקן אויף יענעמס עבירות און וואס מ'איז בכלל נישט געשלאגן געווארן מיט.

אינז עמך אידן בעטן אייך די ראשי ישיבות, הערטס אויף מיט די מענגעלע סטייל סעלעקציעס, זייטס מקרב אלע אידן פארגיסט נישט קיין אידישע טרערן און בלוט גייטס אין די וועגן פון הלל און רבי אלעזר בן עזריה אוו רבי עקיבא וואס האבן מקרב געווען יעדן איד צו תורה, און האבן נישט געקוקט צו תוכו כברו, נעמטס ענק פאר אז צום נייעם זמן זענען ענקערע טירן אפן פאר יעדן וואס וויל לערנען תורה, און די טויערן פון די ישיבות וועלן זיך עפענען שנעלער און וועלן זיין לשם ולתפארת ווי קיינמאל פריער

האטס מיר א פרייליכן חודש
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 866
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4084 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1572 מאל

קאראנא איז צוליב יענעמס עבירות

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:40 pm

דער וויענער רב שליט״א, אין זיין דרשה דינסטאג נאכט, האט אין אנהויב דרשה אנגערירט אויף די נקודה מיט דעם אז ישיבות זענען יעצט פארמאכט ואפשר לרמז אז (געוויסע) ישיבות ״האבן געמאכט א חורבן בעולם התורה״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1710
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1255 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 26, 2020 3:30 pm

זאגט ער גוט.

בכלל איז ער נישט גערעכט וועגן חתונה מאכן און קברי צדיקים, ווייל ער איז נישט קיין עוולה צו ספענדען געלט אויף די צוויי זאכן. אז איינער האט נישט און בארגט, איז עס א גרויסע שטות, אבער קיין עבירה ווערט עס נישט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 27, 2020 12:11 am

דער גאלדענער אדלער: דו ביסט זייער שטארק גערעכט מיט דיין נקודה אז רוב פון אונזערע מוכיחים זענען גרייט צו שטראפן דעם עולם אויף יענעמ'ס עבירות. ווען אין די זעלבע צייט פארקוקן זיי די גרויסע, גראבע און הימל-שרייענדע עבירות פון זייער אייגענעם קרייז.

דאס דערמאנט אין א קלאסישן משל. והנה: ס'איז געווען אמאל וואס ס'האט אויסגעבראכן א מגיפה, רח"ל צווישן די חיות. האבן די הויפטן פון די חיות פאררופן א פארזאמלונג פון אלע חיות. וואו א יעדער האט געדארפט קומען און אויסרעכענען זייערע חטאים. וואס אפשר צוליעב דעם איז געקומען די מגיפה אויף זיי. האט מען מכבד געווען דעם לייב אלס דער קעניג פון די חיות אז ער זאלל קומען צוערשט און אויסרעכענען וואס ער האט געזינדיגט. האט ער אנגעהויבן זיין וידוי. אז נעכטן האט ער געזעהן אן איינזאם ציגעלע גיין אויפ'ן וועג. איז ער באפאללן דאס ציגעלע און פארציקט...! האבן זיך אנגערופן די אנדערע חיות (פון די קאמיטע). ניין. דו ביסט נישט שולדיג. דאס איז דאך דיין נאטור. נעקסט...! האטציך אויפגעשטעלט דער טייגער און געזאגט...2טעג צוריק האביך באגעגנט א סטאדע פון אקסן. און איין קעלבל איז געגאנגען הינטער זיין מאמע. איך בין געווען זייער הונגעריג. ביניך ארויפגעשפרינגען אויף איהם און אויפגעגעסן. רופן זיך אן די איבעריגע חיות...ניין. דו ביסט נישט שולדיג. דאס איז דאך דיין נאטור. נעקסט.. איז געקומען דער עלעפאנט און ר'האטציך מודה געווען אז א טאג פריער האט ער באגעגנט א סטאדע פון הערשן. און ר'האט געזעהן דארט א יונגן הערש און האט איהם צוטרעטן...האבן זיך אלע חיות אנגערופן... ניין דו ביסט נישט שולדיג. און אזוי ווייטער...! ביז...ס'איז געקומען די רייע אויפ'ן שעפעלע...דער שעפעלע גייט ארויף אויפ'ן סטעידזש און הייבט אן זיין ווידוי...א טאג פריער איז אדורכגעפארן א וואגן אנגעפאקט מיט היי. און ער איז געווען זייער הונגעריג. האט ער ארויסגענומען איין שטרוי פונ'ם וואגן...זענען אלע חיות ארויפגעשפרינגען אויף איהם און זיי האבן געשריגן אויף איהם אז ער איז דער שולדיגער. און זיי האבן איהם צוריסן...דעם נמשל פארשטייט א יעדער. אונזערע מוכיחים זענען אייביג פארנומען מיט'ן אינטערנעט און קאמפיוטערס און סמארטפאונס. און פון זייערע אייגענע חטאים עוונות ופשעים פארגעסן זיי. אדער זיי מאכן זיך נישט וואוסנדיג...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14039
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9142 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג מערץ 27, 2020 12:19 am

אוי ר' בערל, מיין זיידע פלעגט מיר פארציילן דער משל, אלטע זכרונות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » פרייטאג מערץ 27, 2020 11:00 am

"דע רבנים וואס זענען ארויסגעקומען אז ווער סהאט א סמארטפאן איז פסול לעדות, פארוואס קומען זיי נישט ארויס מיט א פסק אז ווער סדרייט זיך אויפן גאס און פארשפרייט די ווירוס איז אויכ פסול לעדות? ער איז אסאך א גרעסערע רוצח"
ק/פ
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט