קאראנא איז צוליב יענעמס עבירות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

קאראנא איז צוליב יענעמס עבירות

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ס'דרייט זיך ארום א דרשה פון א באקאנטע ראש ישיבה און וועלט בארימטע בעל דרשן. אין וואו ער איז מעורר דעם עולם תשובה צו טוהן אזויווי ס'ווערט געברענגט אין רמב"ם הלכות תשובה, אז ווען ס'קומט פרעניות אויף דער וועלט ברויך מען מעורר זיין דעם עולם צו תשובה און מפשפש זיין במעשים וואו און וואס מ'קען מתקן זיין.

אינז זענען דאך שוין געוואוינט כסדר צו הערן די זעלבע איבערגעקייטע, שמאלע געפאסטע קליידער, די לעצטע פאר יאר איז צוגעקומען אינטערנעט מיט סמארטפאונס. אבער די יעצטיגע דרשה איז מעורר אויף גאר וויכטיגע זאכן, דהיינו צו מאכן די גאר טייערע חתונות וואס מן הסתם ניין און ניינציג פראצענט עולם קען עס באמת נישט ערלויבן, און מ'מאכט ווייל מ'שעהמט זיך פון שכנים, קרובים וכדו'.

ווי אויך איז ער מעורר וועגן די נייע סטייל פון ארום לויפן אויף קברי צדיקים אויף א מין לוקסעריעזע סטיל. און ער פרובירט צו משלב זיין די איצטיגע געשעענישן מיט אט די צווי זאכן היות מ'קען טאקע איצט נישט חתונה מאכן אין טייערע זאלן מיט רייסערישע מוזיק, טייערע בילדער, רייכע מאלצייטן, נאר אזויווי מ'האט אמאליגע צייטן געטוהן, אינדערהיים מיט א מספר מצומצם מאד, אויסגערעכנטע פארציעס, וואס קאסט א שיבוש קעגן די גרויסע חתונות פון פארדעם. ווי אויך זעהט מען אז די נסיעות צו קברי צדיקים זענען טאטאל אפגעשטעלט געווארן, במילא מוז זיין אז ס'וועגן דעם.

קען זיין אז ס'קומט פארדעם, כ'בין נישט אין הימל און אויך בין איך נישט גאט, און כ'פיר נישט גאט'ס ביכער. אבער אז איר ווייסט יא און איר שטעלט צוזאמען און איר מאכט דעם איינס פלוס איינס איקאל צוויי חשבון, פארוואס טאקע זענט איר נישט אויך מעורר וועגן די מוראדיגע עוולה וואס האט שוין אזויפיל אידיש טרערן און בלוט פארגאסן?? דאס מאכן סעלעקציעס פון בחורים און אינגלעך און לעצטענס אויך מיידלעך מיטן זיך וועהלן וועם יא און וועם נישט, נוסח מענגעלע?? וואס פון די צרה וואס גייט פאר איצטערט קען מען טאקע זעהן בחוש ווי די ישיבות און ת"ת זענען אלע פארמאכט?? ווער זאגט אז ס'אויך נישט צוליב דעם??

איך מאך ח"ו נישט אוועק די צוויי נקודות וואס דער ראש ישיבה ברענגט ארויס, סוכ"ס איז עס עפעס וואסי נוגע פאר כמעט יעדן איד, וואס נאך אלעם האט מיט זילטש דערפון די איינציגסטע וואס בלייבן מיט כאטשיג עפעס הנאה זענען די בעלי בתים פון די זאלן, בילדער כאפערס מוזיקאנטן, וכו' אבער די עלטערן ווערן נאר דערשטיקט דערפון און ס'באמת א וויי געשריי און לאמיר טאקע האפן אז ס'וועט כאטשיג ארויסקומען דערפון א גרויסע טובה און מ'וועט זיך ארויסלערנען אז ס'געשעהט גארנישט און מ'קען האבן פונקט אזא פריילעך לעבן אן די אלע טייערע געשפענדערייען
און די זעלבע איז אויך מיט קברי צדיקים, ס'באמת נישט קיין אידישע זאך קיינמאל נישט געווען.

אבער לאמיר נישט פארקריכן פונעם ענין, קוקטס ווי ענקערע ישיבות און ת"ת זענען אזוי פלוצלינג פארמאכט געווארן, שטעלט זיך די שאלה על מה עשה ד' ככה?? די תירץ ווייסן מיר עמך אידן ליידער זייער גוט, עטס ראשי ישיבות ווייסטס נישט דעם תירץ ווייל עטס האטס קיינמאל נישט מיטגעמאכט דעם צער פון באקומען א לא נתקבל עטס אדער ענקערע וועדם זענען די וואס טיילן אויס דעם לא נתקבל, ענקערע קינדער און בחורים ווערן אנגענומען איבעראל גאר גרינג, שמור לי ואשמור לך.

תשובה ברויך מען טוהן אויף די אייגענע עבירות נישט אויף יענעמס, אינז עמך אידן וועלן מאכן אינזערע אייגענע וואן פלוס וואן חשבונות און איר ראשי ישיבות מאכטס ענקערע, און אינז זענען אפילו גרייט אויסצוהערן אלעס וואס איר חשובי העדה רעקאמענדירן אדרבה אינז ווילן הערן אייערע דברי חיזוק, אבער צו דעם מוז מען זיין א עקזעמפאל, מ'קען נישט סתם ארויס קומען שרייען און אויפוועקן אויף יענעמס עבירות און וואס מ'איז בכלל נישט געשלאגן געווארן מיט.

אינז עמך אידן בעטן אייך די ראשי ישיבות, הערטס אויף מיט די מענגעלע סטייל סעלעקציעס, זייטס מקרב אלע אידן פארגיסט נישט קיין אידישע טרערן און בלוט גייטס אין די וועגן פון הלל און רבי אלעזר בן עזריה אוו רבי עקיבא וואס האבן מקרב געווען יעדן איד צו תורה, און האבן נישט געקוקט צו תוכו כברו, נעמטס ענק פאר אז צום נייעם זמן זענען ענקערע טירן אפן פאר יעדן וואס וויל לערנען תורה, און די טויערן פון די ישיבות וועלן זיך עפענען שנעלער און וועלן זיין לשם ולתפארת ווי קיינמאל פריער

האטס מיר א פרייליכן חודש

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר