אבל אשמים אנחנו - מיר קענען נאך יעצט *פיקוח נפש אפיל*

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

אבל אשמים אנחנו - מיר קענען נאך יעצט *פיקוח נפש אפיל*

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג מערץ 31, 2020 3:01 pm

טייערע חברים אשיחה את אשר בלבבי. בקיצור נמרץ. עס דרייט זיך אסאך קריטיק דא אויף אונזער הנהגה, ריכטיגע קריטיק.

כידוע איז אבער נישט קיין חכמה צו שלאגן על חטא אויף יענעם'ס הארץ, און דער אמת איז דאך אז מיר וואס פארשטיין יא זענען באמת שולדיג.

לאמיר זיך נישט נארן. יא רוב רבנים און מנהיגים לעבן אין א באבל, זיי ווייסען נישט וואס טוהט זיך אויף די וועלט. נישט אין די גרויסע וועלט און נישט אין די אינערליכע וועלט פון די בעלי בתים און פשוטי עם פון זייערע קהילות.

אבער דאס איז דער פאקט, עס גייט זיך נישט יעצט טוישען. אויף צו ראטעווען מענטשען בגשמיות וברוחניות דארף מען זיך רעכענען מיט די פאקטן אויף די ערד. עס איז נישט דא די פריבלעגיע צו שרייען אז יענער איז שלעכט מען דארף טרעפן א וועג צו רעדן מיט עם און עם ראטעווען.

מיר אנ"ש חברי קאווע שטיבל זענען מער אפן. מיר ווייסען און פארשטיין סכנות. וואס טוהן מיר אבער דערצו

אז עס איז געקומן אזא זאך ווי דער מגיפה, א גרויס חלק פון אונז אונז האבן געוואוסט שוין פאר פורים אז דא איז א ריזיגע סכנה. וואס האבן מיר געטוהן? וואס האבן מיר אפילו פראבירט צו טוהן? האט איינער גערעדט צו א רב א רבי א מנהיג עם געברענגט א קאמפיוטער און מסביר געווען די מציאות אויף די וועלט און וואס די מאטעמאטיק און סייענס זאגט? האט איינער געמאכט קולות וברקים אז אנדערע רביס פארשטיין שוין בעסער און וואס איז מיט מיר? אפילו דא אויף ק"ש אד"ג שרייט מען יעצט מען האט נישט געשריגען דעמאלטס.

פאר יעצט איז שוין אפשר צו שפעט, האפענטליך פארשטייט שוין יעצט יעדער. אבער וואס וועלן מיר זיך אינטערנעמען ווייטער? דאס איז דאך נישט די ערשטע און נישט די לעצטע פראבלעם וואס ליידט פון די זעלבער שורש.

אפשר זענען אונז שולדיג אז מיר זענן זיך מייאש און זאגן שלום עלי נפשי, פארוואס זאל איך זיך שלאגן אגאנצע טאג מיט דער רב, עס איז מער געשמאק צו טרעפן חברים כלבבי און רעדן בעיקר מיט זיי.

מיר האבן זיך אפגעשיידט פון די פאקטישע הנהגה אונזערע און זיך באהאלטן אין די לעכער אויף די אינטערנעט און אין ריעל לייף.

עס איז אמת. קיינער האט נישט הנאה צו הייסען דער שייגעץ וואס מאכט כסדר משוגע דער רבי מיט די עסקנים וועגן זיינע חכמות און איז מצליח איינס פון צען מאל. עס איז נישט געשמאק. פיל געשמאקער איז צו זיין א ראש לשועלים פאר אונזערע אחים לדעה.

אבער רבותי דאס איז סכנת נפשות. נישט קיין צייט צו טרעפן תירוצים און באשולדיגען יענעם. די צייט איז צו טרעפן

יעדער איינער דא זאל זיך מקבל זיין צו אנקניפען א קשר מיט טאקע די חאניאקישע פארמאכטע מנהיגים. עס איז א פאקט אז אפילו פון די מיינסטרים מנהיגים איז דא פון זיי וואס האבן חברים און בעלי בתים וואס פארציילן זיי די מציאות און זייער הנהגה איז טאקע בעסער לפי ערך.

מיר דארפן אסאך מער פון דעם.

מען דארף רעדן זייער שפראך.

מיר דארפן זיך מתגבר זיין אויף די בושה און אומבאקוועמליכקייט און טוהן למעשה.

מען קען נישט אנקומען נאר בשעת א קריזיס מיט מעשיות.

מען דארף האלטן א כסדר'דיגע קשר מיט די מנהיגים אונזערע און זיי אפדעיטען אויף אונזערע שאלות און ספיקות קשיות און נסיונות און סתם נייעס און פאקטן. אז עס זאל זיין א בריק פון טראסט וואס זאגט פאר דער רבי וואס טוהט זיך.

זאל יעדער רבי האבן איין שייגעץ וואס פארציילט עם יעדער טאג וואס די וואצאפ זאגט אויף עם. וואס קאווע שטיבל זאגט. וואס דער ניו יורק טיימס בכלל זאגט.

אויף אונז איז דער פליכט צו זיין דער שייגעץ.

מי לה' אלי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לעיקוואד אום מיטוואך אפריל 01, 2020 6:25 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3899
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1799 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6190 מאל

הודעהדורך והאיש משה » דינסטאג מערץ 31, 2020 3:17 pm

שטארקע נקודה, אבער כ'וויל צו ווארפען מיינע 2 צענט און הערה:

רוב פון דער עולם דא ווארט אז די שקר זאל פלאצען איינמאל פאר אלעמאל... סאו די ווילסט אז מ'זאל קומען מחזק זיין די סיסטעם און ס'זאל געדויערען נאך 2 יובל'ס ביז ס'קומט א קראך...

יעצט אפי' די מיעוט דא וואס ווייסען און פארשטייען, אז א שינוי געשעט נישט פון א מינוט צו א מינוט, נאר ס'איז א פראסעס פון יארען מיט געשעהענישן... וואס אדער טוישען זיי זיך צוביסלעך, אדער וועלען מיר זיי טוישען צוביסלאך, האלט איך אז ס'געשעהט און וואס זיי ווילען וויסען ווייסען זיי שוין איינמאל, און אפי' וואס זיי ווילען נישט וויסען ווייסען זיי אויך.
לדוגמ' ביי די פרשה: ווען ס'געווארען אן אמת'ע סקאנדאל זיינען אלע ווילדע פרייזן פון "תורה מגני ומצלי" ביז "מסירות נפש פאר א קוצו של י' פון שו"ע" אדער משנה זיין א זוז כל שהוא וכו' אפגעפגר'ט, וואס דאס אליין וועט און לאנג ראן מאכען א ריזיגער שינוי ווייל מ'וועט נישט קיינמאל קענען לינקען, געדענקסט ביי יענע קאראנע מגיפה האבן די רבי'ס געהאלטן מסירות נפש אא"וו (זאכן וואס מיר ליידען פון אמאליגע צייטען)

לגופו של ענין שרייבסטו:

לעיקוואד האט געשריבן:
זאל יעדער רבי האבן איין שייגעץ וואס פארציילט עם יעדער טאג וואס די וואצאפ זאגט אויף עם. וואס קאווע שטיבל זאגט. וואס דער ניו יורק טיימס בכלל זאגט.

אויף אונז איז דער פליכט צו זיין דער שייגעץ.


פארוואס מיינסטו אז אזא מענטש (שייגעץ) קאן בלייבן נאנט מיט דעם רבי'ן, רוב פון די רבי'ס זיינען (ווילען נאר) זיין ארום גענומען מיט יעס פיפעל.
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג מערץ 31, 2020 3:37 pm

תירוצים און פאנטאזיעס לאמיר לאזן פאר א צווייטער מאל.

דערווייל שטארבן יעדער טאג מענטשען ווייל מיר האבן נישט צאמגענומען א קבוצה פאר פורים ארומלויפען צו אלע רבנים און שרייען.

מען האט נישט אפילו פראבירט. תירוצים קען מען זאגן נאכן פראבירען מיט אלע כוחות.

רוב תקנות און חרמות זענען נאר א תוצאה פון אפאר יונגעלייט וואס גיין ארום משוגע מאכן. מיר דארפן נישט זיין אנדערש. אנשטאטס ארויסגעבן ענערגיע צו האקן צווישען זיך דארף מען טוהן למעשה.

יא עס איז שווער פאר אנ"ש אנצוקניפען א קשר מיט אונזערע מנהיגים. פאר פרשידענע סיבות. דאס איז אבער אונזער פליכט. לא תעמוד על דם רעך ברוחניות ובגשמיות. לאמיר מטכס עצה זיין וויאזוי מען קען יא אנשטאטס טרעפן תירוצים פארוואס נישט אדער וויאזוי יענער איז שולדיג, ווייל דאס איז סכנת נפשות און ווארטן אויף א משיח וואס אלעס זאל קראכן איז נישט קיין לעזונג.

מען קען אסאך מער ווי מען מיינט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3899
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1799 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6190 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג מערץ 31, 2020 4:31 pm

מ'זאגט אז דאס איז ר' חיים לייבוש ראטענבערג
בייגעלייגטע פיילס
AUD-20200331-WA0033.mp3
(1.64 MiB) אראפגעלאדנט 158 מאל
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2389
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1934 מאל

הודעהדורך והאיש משה » דינסטאג מערץ 31, 2020 6:00 pm

ריכטיג האט געשריבן:מ'זאגט אז דאס איז ר' חיים לייבוש ראטענבערג


ברכים ש(לא)כרעו לבעל, לא עלינו...

וואס ער האלט טאקע אז די 68 קאפעל האט די אייבישטער עס פשוט אראפגעשיקט מיט א מלאך פון הימעל? נעבעך... ווי אלט איז ער דער יוד?

טייערע לעיקוואד שליטא, דו וואלסט אפשר געוואלט ווערען א מקורב צום רב און אים פראבירן אויפצוקלערן :x ?
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג מערץ 31, 2020 6:18 pm

פון די רעקאדירונג קוקט אויס ווי דער רב האט אלע קאראנע סימפטאמען...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג מערץ 31, 2020 6:22 pm

ריכטיג האט געשריבן:מ'זאגט אז דאס איז ר' חיים לייבוש ראטענבערג

פארוואס אלעמאל ווען איינער רעדט צום זאך דארף ער עס באזאלצן און באפעפערן מיט טיפשות?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3896
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3079 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דינסטאג מערץ 31, 2020 10:51 pm

לעיקוואד האט געשריבן:תירוצים און פאנטאזיעס לאמיר לאזן פאר א צווייטער מאל.

דערווייל שטארבן יעדער טאג מענטשען ווייל מיר האבן נישט צאמגענומען א קבוצה פאר פורים ארומלויפען צו אלע רבנים און שרייען.

מען האט נישט אפילו פראבירט. תירוצים קען מען זאגן נאכן פראבירען מיט אלע כוחות.

רוב תקנות און חרמות זענען נאר א תוצאה פון אפאר יונגעלייט וואס גיין ארום משוגע מאכן. מיר דארפן נישט זיין אנדערש. אנשטאטס ארויסגעבן ענערגיע צו האקן צווישען זיך דארף מען טוהן למעשה.

יא עס איז שווער פאר אנ"ש אנצוקניפען א קשר מיט אונזערע מנהיגים. פאר פרשידענע סיבות. דאס איז אבער אונזער פליכט. לא תעמוד על דם רעך ברוחניות ובגשמיות. לאמיר מטכס עצה זיין וויאזוי מען קען יא אנשטאטס טרעפן תירוצים פארוואס נישט אדער וויאזוי יענער איז שולדיג, ווייל דאס איז סכנת נפשות און ווארטן אויף א משיח וואס אלעס זאל קראכן איז נישט קיין לעזונג.

מען קען אסאך מער ווי מען מיינט.

מעורר זיין פאר פורים וואלט ניט געהאלפען קיין סאך. והא ראי׳, גיט א קוק אויף קווינס, מאנהעטטען, און אנדערע לאקאלע געגנטער. סאיז גארניט בעסער דארט. אין עצה ואין תבונה לנגד השם. כיון שניתן רשות ל...
לגופו של ענין, אוודאי ליגט א פליכט אויף דער מער בעהאווענטער ציבור זיך זעצן מיט מנהיגי ישראל און דורך שמועסן ענינים העומדים על הפרק.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 896
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 618 מאל

הודעהדורך שמערל » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:21 am

שקר, מ'האט יא פראבירט, ביודעי ובמכירי קאמינא, נאר ווילאנג מען האט נישט געזעהן קיין מת מוטל לפניו האבן די רבנים (און פשוטי עם) נישט געוואלט גלייבן. אין וויליאמסבורג האט מען אויפגעהערט לאכן פאר צוויי וואכן צוריק ווען ר' מעכל רויזנפעלד איז געשטארבן, און אין קרית יואל האט מען נאך געלאכט ביז צוויי טעג צוריק ווען ר' אריש שווארץ איז געשטארבן, און אין מאה שערים לאכט מען נאך יעצט.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1112
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1360 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:33 am

קאן זיין אז ס׳וואלטן געראטעוועט געווארען מענשען ווען מ׳וואלט געווען מער באוואוסט און וואכעדיג צום ענין, אבער דער גרויסער פיקטשער וואלט נאך אלץ ליידער געווען בערך דאס זעלבע, השם ירחם.
דער פרעזידענט יר״ה האט היינט מבשר געווען דאס אמעריקאנער באפעלקערונג די ביטערע בשורה, אז סוועלען זיין מינימום הונדערט טויזנט קאוויד-19 קרבנות, מאקסימום צוויי הונדערט און פערציג טויטע. דאס איז טאפעלט קרבנות פונעם וויעטנאם קריג, און מער געפאלענע ווי אמעריקאנער זעלנער ביים ערשטן וועלטס קריג ל״ע.
מרעדט דא ווארשיינליך פון א וועלטס עפידעמיק וועלכער איז חובק זרועות עולם אין היסטארישע באגריפען. רבנים, פאר פורים אדער נאכהער, איז ניט מעלה ומוריד.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 896
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 618 מאל

הודעהדורך שמערל » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:36 am

מאקסימום 2.2 מיליאן קרבנות
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1112
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1360 מאל

הודעהדורך אספקלריה » מיטוואך אפריל 01, 2020 12:54 am

איך בין נישט אינגאנצען זעכיר אז סאיז דווקא אונז, איך מיין אז די המון עם און ניו יארק זענען געווען די זעלבע ווי אונז,ניו יארקערס וואונען אויפען גאס, און מקען זיי נישט אריינשיקען און די היייזער ווייל סאיז נישט קיין פלאץ.
ווי אויך חרדים מיט מנין וכ״ו דער עולם לעבט צוזאמען, מהאט פארמאכט ווען יעדער האט פארמאכט, אפשר א טאג צוויי שפעטער,ווילאנג סאיז געווען פובליק סקול איז אוכט געווען פריוואטע סקול, סהאטזיך אלעס גענדיגט צוזאמען, מהאט געטאנצען ביי די טישען און מהאט געטאנצען ביי די מקומות המקודשים, ביז ארום די זעלבע צייט.
דער עולם איז געגאנגען און געשעפטען איבאראל און ניו יארק נישט נאר און בארא פארק,און אמעריקא האט מען נישט געטוהן ווי און ארץ ישראל מהאט נישט פארמאכט גענוג שנעל,
בנוגע די פאר אפענע שוהלען זיי דארף מען מוקיע זיין בשער בית רבים און מפרסם זיין, אבער רובא פון די שוהלען האבען שנעל פארמאכט, און לעיקוואד איז דאכציך אלעס געווען פארשלאסען חוץ דער צורידערטער בורשטין.
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 195
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך אפריל 01, 2020 1:34 am

עס איז אמת אז דער גרעסערע מצב איז אויך ביטער, און מען דארף אוודאי אויף טראמפ און אנדערע שרייען אסאך מער ווי מען דארף אויף אונזערע צדיקים. דאס איז שוין אבער א גרעסערע עבודה... איך רעד פאר אונזער קליינער וועלטל.

עס איז אבער נישט אמת אז עס איז נישט מעלה ומוריד קליינע זאכן אזויווי פאר פורים און נאך פורים. פאר די וועלט אז מען קוקט אויף די ריזיגע נומבערס איז נישט מעלה ומוריד (פאר דעם וואלט מען געדארפט פיל פריער פיל גרעסערע זאכן טוהן) אבער אין דער קליינער היימישער עולם וואלט דאס געמאכט א ריזן דיפערענס.

די נומערן ווייזען אז אפילו יעדער שטאט אדער געגנט ווי פריער מען האט פארמאכט און פארמיידט גרויסע צאמקומען איז א נפקא מינא פון טויזנטער אנגעשטעקטע.

ווי אויך ווייסען מיר אז פון איינצעלנע צאמקומענושען קענען זיין הונדרעטער צו טויזנטער אנשטעקענישן.(סופער-ספרעדער-איווענטס)

און אוודאי א חברה וואס איז למעשה אביסעל אפגעזונדערט מאכט דאס א ריזיגע חילוק יעדער צאמקומעניש.

עס איז דא ליידער א שטארקע צד ומקום (הגם מיר ווייסען נישט זיכער און וועלן לכאורה קיינמאל וויסען וויבאלד קיינער האלט נישט חשבון אויף דער לעוול וואס מען דארף צו דעם) אז איינער אדער צוויי פורים טישען זענען שולדיג אין צענדליגע מתים. און אז פשוטו כמשמעו ווען דאס וואלט נישט געווען וואלטן די אידן נאך געלעבט.

אויף דעם איז אויך נישטא קיין קלארע נומערן דערווייל אבער אחרי ככלות הכל אויב איינער וועט מאכן א פשוט'ע חשבון און משווה זיין פארשידענע קהילות אפילו אינערהאלב אונזער עולם וועט ער לכאורה זעהן אז יעדער וואך וואס א געוויסע קהילה איז געווען אפען איז שולדיג אין נפטרים דארט.

ממילא איז עס קרוב לוודאי אז אויב נאך אפאר מענטשען ווואלטן נאך אביסעל געשריגען וואלטן נאך אפאר מענטשען נאך געלעבט היינט. טאמער וואלט מען נישט אויפגעטוהן אויף יעדער וואלט מען אויפגעטוהן אויף אסאך.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3899
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1799 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6190 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך אפריל 01, 2020 1:44 am

לעיקוואד זאגט דברים כדרבונות, און די שאלה איז וויאזוי נעמט מען זיינע ווערטער למעשה.
אפשר קען מען דא צוזאמשטעלן א שטיקל פאלדער מיט סטאטיסטיקס און פאקטן. איך בין גרייט צו גיין רעדן צו די דיינים און רבנים וועמען איך קען אויב איך שפיר אז איך האב גענוג קלארע און איבערצייגנדע מאטעריאל. כ'בין נאר נישט אזוי געאייגנט צוזאמצושטעלן אזא פרעזענטאציע. ווער קען ארויסהעלפן?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2557
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7340 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך אפריל 01, 2020 2:06 am

כוכב, די ראדיקאלן וואס רעדן צו די רבנים האבן אויך נישט קיין פראפעסיאנאלע פרעזענטאציעס. מ'דארף פשוט רעדן צו זיי כאשר ידבר איש אל רעהו.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2641
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10383 מאל

Re: אבל אשמים אנחנו - וואס וועלן מיר טוהן בעסער

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך אפריל 01, 2020 10:03 am

עס איז זיכער אז פורים האט געשאדט, אבער פורים טישן איז לכאורה נישט דער גרעסטער פאקטאר, א דורכשניטליכער היימישער איד קומט דורכאויס דעם פורים אין נאנטע קאנטאקט מיט עטליכע הונדערט מענטשן, די פורים טישן לייגן נישט צופיל צו.

און עס איז שווער צו האבן טענות אויף רבנים וועגן פורים, ווען די גאווערמענט, מיט זייער העלט דעפארטמענט, האט מיאוס געפעילט, דעבלאזיאו האט אפי' געזאגט אז מען קען געהעריג זיך צאמקומען פורים.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 822
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 622 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 401 מאל

הודעהדורך קטלא קניא » מיטוואך אפריל 01, 2020 10:23 am

לעיקוואד, יפה דברת און מען קען זיך נישט קריגן אויף אייערע הנחות, נאר אויף אייער עצה בין איך מחולק. נישט ווייל עס איז בעצם א שלעכטע עצה נאר ווייל ס'איז נישטא מיט וועם צו האנדלען. צו די גרויסע רבי'ס און גדולים קענט איר נישט אנקומען און זיי וועלן אייך נישט אויסהערן, און רוב רבנים וועלן נישט זאגן קיין האלב ווארט, און זיכער נישט ברבים, קעגן דער 'גאס' אדער זייערע קאלעגן. פארוואס און פארווען קענען מיר רעדן אי"ה אחר יעבור זעם אבער אזוי איז היינט דער מצב.

פון די אלע קליפס וואס גיין ארום, האבן מיר געהערט הצלה לייט, און חברא קדישא לייט, און מקובלים, און סתם בעלי בתים, און ראטנבערג ודכוותיה און נאך ווי זייער גלייכן. וויפל היימישע רבנים, דיינים, מו"צ'ן רבי'ס, ראשי ישיבות וכדומה האט מען געהערט וואס האבן מסביר געווען בדרכי נועם און מיט שכל וואס דא גייט פאר, פארוואס תורה מגיני ומצלי איז פראסט שגעון און אז "מסירת נפש" פאר מנין איז פשוט מאבד עצמו ואחרים לדעת, אדער בלי דעת? נישט וואס א רב האט געזאגט פאר זיינע נאנטע, אויב איז דא אזוינע, נאר א רב א בר סמכא וואס האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט ברבים (אדער וואס זאגט אפילו היינט) נאכאמאל און נאכאמאל, רבותי, ס'ברענט א פייער און שפארט אייך איין. גייט נישט אויף חתונות און שמחות און גייט נישט אין שול און מקווה עד יעבור זעם. ווער איז דאס געווען?

אונזערע פראבלעמען זענען גוט באקאנט און צו ארבעטן מיט דער שטאף און שברי כלים וואס מיר פארמאגן איז א שאד דער צייט און כוח. די פון זיי וואס ווילן אויסהערן, אדער ווייסן זיי שוין און טון גארנישט, אדער וועלן זיי אויסהערן, שמייכלען, און ווייטער גייען.

איר זענעט אבער גערעכט אז דא דרייט זיך א קוואל פון טאלאנט, און דער צייט איז געקומען אויפצושטייגן. ס'זענען דא אן א שיעור רבנים בעלי דעת אויף דער וועלט אבער אונזער עולם וויל נאר הערן פון אייגענע, און די פון אונז וואס זענען פעהיג צו פירן זענען טאקע דא. עולם, טוט אייך אויס די קינדער שיך און שטייגט אויף. די חובבי ציון בשעתם, די בעלי תורה ודרך ארץ בשעתם, אזוינע ווי ר' ישכר שלמה טייכטאל, זיי האבן זיך נישט ארומגעדרייט מיט זייערע טענות און אידעען בעילום שם נאר זיי האבן געשריבן און זענען געווען טעטיג אונטער זייער נאמען און האבן געהאט קוראז ארויסצוטרעטן בפני קהל ועדה. און זיי האבן אויסגעפירט מיט א וועלט בימינו פון הונדערטער טויזנטער אידן שומרי שבת, נושאים ונותנים באמונה און וואס זענען מקדש שם שמים ברבים וואס איז א דאנק זייער טעטיגקייט און העלדישקייט בשעתם.

מיר זענען איצט ביי אזא פרשת דרכים. איר זאגט מי לה' אלי, זאג איך האומר לאביו ולאמו לא ראיתיו ואת אחיו לא הכיר ואת בניו לא ידע כי שמרו אמרתך ובריתך ינצרו. פחד פון א געזעלשאפט וואס הרג'ט זיך בידים איז טפשות. ווי אנדערע האבן געזאגט, דאס איז דער גרעסטער דורכפאל פון אונזער פירערשאפט זייט ערב דער שואה. און ס'פארלאנגט פון אונז: וואס טון מיר דערצו?

אונז זענען נישט במקום שאין איש. קוקט נאר דער מאמר אויף דער הגדת המלבים פון @אמת וצדק, קוקט אויף @ראובן און זיין קאלאסישער ארבעט ארויסצוגעבן דער וועקער, און אויך די פילע שרייבער, קוקט דא אויף ק"ש די פילצאליגע ארטיקלען אנגעזאפט מיט אמת'ע חכמת, אהבת און ידיעת התורה. אונז וואס אונז האבן די קראפטן האבן אן אחריות לפעול ולהפעיל יעדער לפי יכלתו. מיר קענען מאכן א טויש און אונזער וועלט וויינט אויף א טויש. ס'איז באו מים עד נפש פשוטו כמשמעו און מיר דארפן הערן דער רוף: לך נחה את העם.

איך באהעפט א צווייטער מאל א קורצע שטיקל איך האב אפגעשריבן דעם פארגאנגענעם ערב שבת ווייל עס איז נוגע דירעקט לענינינו.

חזק ואמץ כי אתה תנחיל אותם!

ויקרא דרשה.jpg
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 464 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 01, 2020 10:35 am

דער רעגירונג האט אויך נישט געטון פאר אינטרנט צו אנדערע זאכען וואס חתימה קלייבערס האבען געטון.

איך זע דער עולם פארשטייט נאכאלס נישט די מציאות. נישט יעדער בארירונג מיט אן אנגעשטעקטע וועט יענעם אנשטעקן. דער גאנצע עניין איז די אויסזיכטן. ווען איינער גיבט שלח מנות צו הונדרעט מענטשן, און ער גייט אויך צו א טיש פון טויזענט מענטשן, גיין ארויף די אויסזיכטן (טשאנס בלע״ז). ווען טויזענטער מענטשן טון אזוי, ווערן די קאנסעקווענצן קענטיג צו יעדער. ווען די טישן וואלטן נישט פארגעקומן, וואלטן ווייניגער מענטשן געווארען אנגעשטעקט. ועוד, ווען איינער זעט אז זיין טיש איז פארמאכט צוליעב דער וויירוס, היא ער זיך מער פון די הונדרעט מענטשן מיט וועמן ער קומט אין בארירונג. גיין אראפ די אויסזיכטן נאך מער. און ער וועט נישט גיין אזוי שנעל צו א חתונה די נעקסטע וואך. נאך נידריגע. ווען א הצעה קומט צו פארמאכן שולן, וועט מען נישט צווייפלן און קלערן ביז די רעגירונג פאדערט עס, אן עצה טובה איז גענוג, ווייל יעדער איז שוין איינגעוואוינט איינצוזען אז דאס איז אן ערנסטע זאך. די אלע וואס זענען שנעל געלאפן חתונה צו מאכן איידער די געזעץ גייט אין קראפט (א מין משוגעת? פארוואס מיינסטו אז נאר ניין אזייגער ווערט עס א סכנה און פאר דעם איז אלס גוט?), וואלטן אפשר געטראכט אז דא רעדט זיך נישט פון רעגירונג געזעצן, נאר אונז ער געזונט.

בקיצור, אפשטעלן די טישן, כולל די טיש אין במ״ג ליל פורים (יא, מ׳האט געבעטן נישט צוצורירן איינער די צווייטע. עס האט איינער געהאט א הו״א צו פאלגן? א מכה בדופק!), וואלט שטארק ארויס געהאלפן, און פאר נעקסטע מאל דארף מען וויסען אז בנפשינו הוא, לעיקוואד איז הונדרעט פערצענט גערעכט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9111 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך אפריל 01, 2020 6:23 pm

טייערע גוטע פריינט.

לא עת לחשות.

ווען איך האב געשריבען מיין מעסעדזש נעכטן האב איך געמיינט איך רעד אויפ'ן עתיד פאר די נעקסטע זאך, איך בין געווען זיכער אז ווי מען האלט היינט פארשטייט שוין יעדער איינער וואס מען דארף טוהן.

נאכ'ן מברר זיין היינט איז דאס צו'ם באדויערען נישט די פאקט.

עס איז נאך דא אויף דער מינוט חשוב'ע קהילות בתי מדרשים און אזוי ווייטער וואס פירען זיך ווייטער כאילו לא היה, א טייל מיט פארשידענע אויסגטראכטע הרחקות און תירוצים וואס קיין שום דאקטאר אדער אחריות'דיגער הנהגה איז זיך נישט סומך אויף זיי.

איך האב מברר געווען. רובא דרובא דערפון איז פשוט מחוסר ידיעה, ווייל מענטשען וואס פארשטיין נישט און האלטן נישט מיט די נייעס בכלל כאפן נישט וואס גייט דא פאר. און בעיקר כאפן נישט וואספארא משונה'דיגע חילוק די פארמאכן קען מאכן.

מען איז נאכאלץ מפלפל פלפולים וואס איז דאס אנדערש פון די גראסערי.

להווי ידוע, דער גראסערי מאן איז היינט אפען מיט מסירות נפש ווייל דער עולם זאל נישט הונגערן.

ביי מיר אין בנין איז דא א עסן געשעפט וואס האט זיך געמוזט פארמאכן וויבאלד האלב פון די ארבעטארערס זענען אויף רעספירעיטערס רח"ל.

חברים, יעצט איז נישט קיין צייט צו שרייען אויף דיין וואצאפ גרופ.

יעצט איז נישט קיין צייט מסביר זיין אפשר וועט דאס גורם זיין זאכן זאלן קראכן.

איר קענט נאך יעצט די רגע ראטעווען די לעבן פון צענדליגער אדער הונדרעטער אידן דורך א טעלעפאן קאל.

יעדער איינער וואס האט א מידענסטער קשר צו איינער פון די קהילות זאל רופן דער רב דער רבי דער דיין דער עסקן דער מאכער און פראבירען מסביר צו זיין וואס דא טוהט זיך.

זייטס מסביר מיט גוטנס מיט טשארטס מיט פאקטן מיט ווידעאוס מיט וואס איר קענט.

דא רעד איך פון פיקוח נפש כפשוטו.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3899
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1799 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6190 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך אפריל 01, 2020 6:27 pm

והאיש משה האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:מ'זאגט אז דאס איז ר' חיים לייבוש ראטענבערג


ברכים ש(לא)כרעו לבעל, לא עלינו...

וואס ער האלט טאקע אז די 68 קאפעל האט די אייבישטער עס פשוט אראפגעשיקט מיט א מלאך פון הימעל? נעבעך... ווי אלט איז ער דער יוד?

טייערע לעיקוואד שליטא, דו וואלסט אפשר געוואלט ווערען א מקורב צום רב און אים פראבירן אויפצוקלערן :x ?


דאס איז א וויץ דא? אז ער וויל נישט הערן פאר אריבער ביי זיין שוהל מיט א טראק צעמענט און גיס עס אויס אויפ'ן טיר. די קאנטסראקשין קאמפעניס ארבעטן נאך. דו וועסט ראטעווען צענדליגע נפשות.

וואס טוהט זיך דא מיט אונז?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3899
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1799 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6190 מאל

הודעהדורך אנשטענדיגע ייוד » מיטוואך אפריל 01, 2020 7:27 pm

לעיקוואד דו זאגסט א נקודה!!
אנשטענדיגע ייוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 10:35 pm
געפינט זיך: ביי די ארי עמבערס
האט שוין געלייקט: 245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך אפריל 01, 2020 8:16 pm

ר' לעיקוואד
איך מיין איר זענט מגזם, קיינער דא האט נישט געוויסט קיין טראפ מער ווי קיינער אנדערש, והא ראי' עס איז קוים געוועהן א אשכול וועגן קאראנא אין די ערשטע טעג. קל וחומר אז איינער דא וואלט נישט געקענט ווארענען, ער וואלט געהאט א פנים ווי די וואס האבן געווארענט די אידן אין אונגארין וועגן די פוילישע שחיטות.

עס איז דא א גבול וואס מען קען טוהן, און ווי מען זעהט יעצט האט עס טאקע מיט דער הבנה פין דער זאך, נישט אזוי ווייט די ידיעה, ווען די וואס זענען עובר זענען בדרך כלל טאקע נישט קיין סמארט פאן באניצער, און מענטשן וואס דער ריאליטעט איז נישט זייער באזע.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1452 מאל

הודעהדורך יואליש » מיטוואך אפריל 01, 2020 8:23 pm

די טבע איז אז מ'הערט זיך נישט צו ווילאנג דער דאקטאר זאגט נישט שלא תמות כדרך שמת פלוני. היינט מיט ירידות הדורות העלפט שוין נישט קיין פלוני, און מ' ברויך קודם זעהן א חורש תלם אחד אויבנאהן אין בית החיים.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2532
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3948 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך אפריל 01, 2020 9:28 pm

אישתישבי האט געשריבן:ר' לעיקוואד
איך מיין איר זענט מגזם, קיינער דא האט נישט געוויסט קיין טראפ מער ווי קיינער אנדערש, והא ראי' עס איז קוים געוועהן א אשכול וועגן קאראנא אין די ערשטע טעג. קל וחומר אז איינער דא וואלט נישט געקענט ווארענען, ער וואלט געהאט א פנים ווי די וואס האבן געווארענט די אידן אין אונגארין וועגן די פוילישע שחיטות.

עס איז דא א גבול וואס מען קען טוהן, און ווי מען זעהט יעצט האט עס טאקע מיט דער הבנה פין דער זאך, נישט אזוי ווייט די ידיעה, ווען די וואס זענען עובר זענען בדרך כלל טאקע נישט קיין סמארט פאן באניצער, און מענטשן וואס דער ריאליטעט איז נישט זייער באזע.

וואס קומט אריין יעצט וואס איז געווען די רגע איז דא זאכן וואס איך און דיר ווייסען און נישט פארשידענע רבנים צדיקים און סתם המון עם און מען איז מחוייב זיי אויפקלערן אז זיי און הונדרעטע אנדערע אידן זאלן איבערלעבן!
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3899
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1799 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6190 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 01, 2020 9:56 pm

די שולן וואס גיין נאך אן זענען פון אויבער חכמים, דריי קעפ וואס נארמאלע טשארטס העלפט נישט פאר זיי. אפשר מסביר זיין אז די רוסן זוכן צו באגראבן אידען דורך די וויירוס וועט העלפן, איך ווייס נישט.

אבער נאך א נקודה איז יעצט ממש נייטיג. עס קומט יו״ט באלד און ווער וויל אריין גיין צו א יו״ט אן א טבילה? דער שאגת אריה איז דאך מצדד אז עס איז א דאורייתא..... מ׳דארף שוין מעורר זיין די רבנים ארויס צו געבן א באפויל אז מקוואות מוזן בלייבן פארמאכט, אויסצורופן אז זיי אליין גיין מוותר זיין אויף א די טבילה, אפילו טאמער פערעזנליך קענען זיי זיך געבן אן עצה אין א פריוואטע מקוה, נאר מעורר צו זיין די ציבור גיין זיי מוותר זיין דערויף. מ׳קען ראטעווען פיל מענטשן.

נאכ׳ן זיך באטייליגן אין די זום לוויה פון א באקאנטער מיינער, איינער פון די גרעסטע עסקנים אין לעיקוואד, וואס האט אין אנהייב גערעדט פון אויבישטערס וכדו׳, בין איך נאך מער נתעורר עפעס מפרסם צו זיין דערוועגן.

ביטע לייגט ארויף טלפון נומערן און לאמיר קלינגן און טון.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9111 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט