לעיקוואד האט געשריבן:
זאל יעדער רבי האבן איין שייגעץ וואס פארציילט עם יעדער טאג וואס די וואצאפ זאגט אויף עם. וואס קאווע שטיבל זאגט. וואס דער ניו יורק טיימס בכלל זאגט.
אויף אונז איז דער פליכט צו זיין דער שייגעץ.
ריכטיג האט געשריבן:מ'זאגט אז דאס איז ר' חיים לייבוש ראטענבערג
ריכטיג האט געשריבן:מ'זאגט אז דאס איז ר' חיים לייבוש ראטענבערג
לעיקוואד האט געשריבן:תירוצים און פאנטאזיעס לאמיר לאזן פאר א צווייטער מאל.
דערווייל שטארבן יעדער טאג מענטשען ווייל מיר האבן נישט צאמגענומען א קבוצה פאר פורים ארומלויפען צו אלע רבנים און שרייען.
מען האט נישט אפילו פראבירט. תירוצים קען מען זאגן נאכן פראבירען מיט אלע כוחות.
רוב תקנות און חרמות זענען נאר א תוצאה פון אפאר יונגעלייט וואס גיין ארום משוגע מאכן. מיר דארפן נישט זיין אנדערש. אנשטאטס ארויסגעבן ענערגיע צו האקן צווישען זיך דארף מען טוהן למעשה.
יא עס איז שווער פאר אנ"ש אנצוקניפען א קשר מיט אונזערע מנהיגים. פאר פרשידענע סיבות. דאס איז אבער אונזער פליכט. לא תעמוד על דם רעך ברוחניות ובגשמיות. לאמיר מטכס עצה זיין וויאזוי מען קען יא אנשטאטס טרעפן תירוצים פארוואס נישט אדער וויאזוי יענער איז שולדיג, ווייל דאס איז סכנת נפשות און ווארטן אויף א משיח וואס אלעס זאל קראכן איז נישט קיין לעזונג.
מען קען אסאך מער ווי מען מיינט.
והאיש משה האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:מ'זאגט אז דאס איז ר' חיים לייבוש ראטענבערג
ברכים ש(לא)כרעו לבעל, לא עלינו...
וואס ער האלט טאקע אז די 68 קאפעל האט די אייבישטער עס פשוט אראפגעשיקט מיט א מלאך פון הימעל? נעבעך... ווי אלט איז ער דער יוד?
טייערע לעיקוואד שליטא, דו וואלסט אפשר געוואלט ווערען א מקורב צום רב און אים פראבירן אויפצוקלערן?
אישתישבי האט געשריבן:ר' לעיקוואד
איך מיין איר זענט מגזם, קיינער דא האט נישט געוויסט קיין טראפ מער ווי קיינער אנדערש, והא ראי' עס איז קוים געוועהן א אשכול וועגן קאראנא אין די ערשטע טעג. קל וחומר אז איינער דא וואלט נישט געקענט ווארענען, ער וואלט געהאט א פנים ווי די וואס האבן געווארענט די אידן אין אונגארין וועגן די פוילישע שחיטות.
עס איז דא א גבול וואס מען קען טוהן, און ווי מען זעהט יעצט האט עס טאקע מיט דער הבנה פין דער זאך, נישט אזוי ווייט די ידיעה, ווען די וואס זענען עובר זענען בדרך כלל טאקע נישט קיין סמארט פאן באניצער, און מענטשן וואס דער ריאליטעט איז נישט זייער באזע.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און איין גאסט