פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מוצ"ש אפריל 04, 2020 9:02 pm

וואלווי האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
והוקע אותם לה' נגד השמש וישב חרון אף ה' מישראל

נישט מער נישט ווייניגער, חסידי סטיטשין (ר' מאטל...) האבן געפונען פאר וויכטיג צו טרעטען אויף די תורה לעיני העדה, און אפען געהאלטן זייער שטיבל אין מאנסי כאילו לא היה, נישטא קיין מחלה, נישטא קיין סכנה, נישטא קיין תורה, נישטא קיין געזעץ, אדרבה זיי האבן געדאווענט בציבור גאנץ שבת, געשריגען און געברענט, נישט אויסגעלאזט קיין שטיקעל פון סידור, געזאגט א יעדע יוצר, געזינגען שטייטע און שנעלע ניגונים שלש סעודות, אלעס צו בלייבן עובדים מתוך מסירות נפש.

נישט זייער אייגען נפש חלילה, נאר יענעמ'ס, זאל יענער אויסגיין ח"ו פאר זייער באשעפער....

#רוצחיםבלעז


ככלב ששב על קיאו.

די וואך נאכאמאל כאילו לא היה.
ער האט געזעהן ווי די דזשאוק איז עם געלונגען פאריגע וואך און צוויי וואכן צוריק טוט ער עס נאכאמאל. וואס ער האט נישט געזעהן און אפילו נישט ברוח קדשו ווי זיינע חסידים לויפן ארום אין אנדערע פלעצער און טוען מעגליך אנזייען כאאס און שטעקן אן אנדערע
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3885 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1506 מאל

הודעהדורך וואלווי » מוצ"ש אפריל 04, 2020 9:09 pm

די אמת איז אז ס'כמעט אומעגליך אז ער ווייסט נישט דערפון. לולא דמסתפינא וואל איך געזאגט אז ער האט אזוי באפוילען דיירעקט אז מ'זאל זיך צוזאמקומען.

זעט אויס אז ווען מ'איז געווארן א מאסן מערדער איז עס שווער זיך אפצוגעוויינען..
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2468
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מוצ"ש אפריל 04, 2020 9:20 pm

ביהמ''ד בריגל אין וויליאמסבורג אויף מארסיי ביי מידעלטאון איז געהעריג אפען. פולע מנינים אן קיין דיסטענסינג בכלל. אויך איז די ביהמ''ד אפען אגאנצן טאג פאר בחור'לעך צו לערנען און פארברענגען.

איינער ווייסט ווער דער רב דארט איז?
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1803
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2312 מאל

הודעהדורך כרפס » מוצ"ש אפריל 04, 2020 9:20 pm

האט קאסאן פארשעי פארמאכט?
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אפריל 04, 2020 9:34 pm

עס איז דא א געוויסע תאווה פון מענטשן אויפצוזוכן אין יעדער פרשה א מענטש אויף וועמן מ׳קען גיסן די עמערס פארביסענקייט, און דערמיט צושטאפן די אויערן צו יעדער שטיק שכל.

מ׳קומט אן צו די ׳יענער חברה׳ די ׳וואטסעפפ חברה׳ וואס דאווענען קיינמאל נישט מיט מנין, צו אפשר בכלל נישט. און מ׳ווייסט פון די חברה פון שומרים קארטלעך און ראבינאוויטש פלוידעריי. און אויב אזוי זענען זיי שולדיג פאר׳ן פארמאכן בתי מדרשים, נישט די וויירוס. און דערמיט שטעלט מען איין די לעבן פון טויזענטער אידען.

אבער ניין, מ׳האט א תירוץ! עפעס וואס פרעגט אם די מעדיצין, פרעגט אפ די מאטעמאטיק, פרעגט אפ די טויט ראטע. אלס עגזיסטירט שוין נישט! פארוואס? ווייל געשעפטן זענען נאך אפן. דאס דארף זיין א ראיה אז מ׳מעג גיין אין מקוה מיט אנדערע, מ׳מעג שטיין צושטופט אין ביהמ״ד און מ׳מעג יוצא זיין מיט האלבוועגס הרחקות. מ׳קען באזוכן זי זיידעס און מ׳קען באגן ער״פ מצות בצוותא. בקיצור, מ׳דארף גארנישט נאכגעבן פאר די געזונט פון די מענטשהייט. זאלען זיי אלע אויסשטארבן, ווייל מ׳האט א ליצנות פון געשעפטן.
זיסקייט, די מציאות בייגט זיך נישט פאר ליצנות. וועסט ווייטער גיין אין שול, גיין מענטשן ווייטער שטארבן, אן לוויות, אן טהרות, אן א געהעריגע שבעה און אן א יאר קדיש זאגן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9132
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8591 מאל

ווילימסבורג - סאטמאר ראדני

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג אפריל 05, 2020 12:01 am

איז געווען אפען שבת די שטיבלעך אינטען מיט מניינים געהעריג.

אויב איינער קען קלינגען דער רבי אדער דער גבאי אדער דער רב פרעגן הייתכן, אז די קהילה גיט קלאר ארויס צעטלעך צו פאלגן די הוראות און זיי פאלגן נישט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3883
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6093 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג אפריל 05, 2020 12:04 am

לעיקוואד האט געשריבן:איז געווען אפען שבת די שטיבלעך אינטען מיט מניינים געהעריג.

אויב איינער קען קלינגען דער רבי אדער דער גבאי אדער דער רב פרעגן הייתכן, אז די קהילה גיט קלאר ארויס צעטלעך צו פאלגן די הוראות און זיי פאלגן נישט.


ווי? Name and address?
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2468
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג אפריל 05, 2020 12:12 am

וואלווי האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:איז געווען אפען שבת די שטיבלעך אינטען מיט מניינים געהעריג.

אויב איינער קען קלינגען דער רבי אדער דער גבאי אדער דער רב פרעגן הייתכן, אז די קהילה גיט קלאר ארויס צעטלעך צו פאלגן די הוראות און זיי פאלגן נישט.


ווי? Name and address?


Congregation Yetev Lev D'Satmar

152 Rodney St,
Brooklyn, NY 11211
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3883
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6093 מאל

קרית יואל - טאלטשעווע

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג אפריל 05, 2020 12:14 am

7 Apta way

רב: הרב העניך מייזליש

845-783-3693

איז געווען אפען שבת געהעריג, שלשידעס איז געווען געפאקט. דער רב זיצט אביסעל אפגעזונדערט אבער דער עולם איז געהעריג פול נאנט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3883
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6093 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג אפריל 05, 2020 12:32 am

וואלווי האט געשריבן:די אמת איז אז ס'כמעט אומעגליך אז ער ווייסט נישט דערפון. לולא דמסתפינא וואל איך געזאגט אז ער האט אזוי באפוילען דיירעקט אז מ'זאל זיך צוזאמקומען.

זעט אויס אז ווען מ'איז געווארן א מאסן מערדער איז עס שווער זיך אפצוגעוויינען..

ר' מאטיל זילבער און זיין שווער הרב וואלפסאן זאגן קלאר מען זאל לאזן בתי מדרשים אפען ווי לאנג די רעגירונג שפארט עס נישט צו בפירוש ובכח.

זיי זענען אויך קלאר נישט באקאנט נישט אין די מציאות הדברים און נישט וואס די רעגירונג און אלע דאקטורים בעטן.

דאס איז די פרייז פון לעבן אויף אן אנדערע וועלט.

טאמער איינער ווייסט אפשר וויאזוי זיי מסביר זיין די סכנה על פי קבלה אדער אן אנדערע עצה זאל מען זיך מודיע זיין.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3883
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6093 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג אפריל 05, 2020 12:38 am

לעיקוואד האט געשריבן:איז געווען אפען שבת די שטיבלעך אינטען מיט מניינים געהעריג.

אויב איינער קען קלינגען דער רבי אדער דער גבאי אדער דער רב פרעגן הייתכן, אז די קהילה גיט קלאר ארויס צעטלעך צו פאלגן די הוראות און זיי פאלגן נישט.

די הוראה פון סאטמאר רבי איז געווען צו זיין פארמאכט פאר צוויי וואכן, מ'האלט שוין נאכדעם.

נישט אז איך האלט אז מ'מעג שוין נאכלאזן, נאר צו ענפערן אויף דיין פראגע.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1433 מאל

הודעהדורך כרפס » זונטאג אפריל 05, 2020 12:49 am

ומה הדם שלך עדיף מדמם של אלו? רוצה אתה שאאבד כל אומתך בגללך?
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » זונטאג אפריל 05, 2020 2:39 am

לעיקוואד האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:די אמת איז אז ס'כמעט אומעגליך אז ער ווייסט נישט דערפון. לולא דמסתפינא וואל איך געזאגט אז ער האט אזוי באפוילען דיירעקט אז מ'זאל זיך צוזאמקומען.

זעט אויס אז ווען מ'איז געווארן א מאסן מערדער איז עס שווער זיך אפצוגעוויינען..

ר' מאטיל זילבער און זיין שווער הרב וואלפסאן זאגן קלאר מען זאל לאזן בתי מדרשים אפען ווי לאנג די רעגירונג שפארט עס נישט צו בפירוש ובכח.

זיי זענען אויך קלאר נישט באקאנט נישט אין די מציאות הדברים און נישט וואס די רעגירונג און אלע דאקטורים בעטן.

דאס איז די פרייז פון לעבן אויף אן אנדערע וועלט.

טאמער איינער ווייסט אפשר וויאזוי זיי מסביר זיין די סכנה על פי קבלה אדער אן אנדערע עצה זאל מען זיך מודיע זיין.
כ'מיין מסביר זיין ע"פ קבלה גייט נישט העלפן ווייל מן הסתם שפירט ער אזוי ברוח קדשו און מיט א ווייטן בליק אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טוהן
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3885 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1506 מאל

הודעהדורך כרפס » זונטאג אפריל 05, 2020 3:04 am

צוויי געזונטע פעטש!
די קבלה וועט ער שוין צושטעלן
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

וואס זאגט די געזעץ

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג אפריל 06, 2020 2:38 am

וויבאלד אז מאיזשהו סיבה רעדן זיך מענטשען איין אז די שטאט און דאקטורים קענען בעצם באשטיין אז בתי מדרשים זאלן בלייבען אפען ווילאנג זיי האלטן אן א"ג סושאל דיסטענסינג. און מאיזה סיבה מיינען מענטשען אז דאס איז עפעס א תירוץ פאר א איד א מאמין בה' ותורתו וואס ווייסט אז אפילו ספק פיקוח נפש איז דוחה אלעס, מכל מקום בין איך מעתיק פון א צווייטער אשכול מיין תגובה ווי איך האב ב"ה אויסגעקלארט די מציאות הדברים מיט לינקס וואס יעדער קען אליינס זעהן די מקור.

לאמיך קלאר מאכן.

דער געזעץ אין ניו יארק סטעיט בסך הכל צווינגט נישט בכח קיין שולן צו פארמאכן ווילאנג זיי היטען געוויסע גדרים (וואס כמעט קיין איין אפענע שול היט נישט! בידיעה ברורה). זיי הייסען - אבער יא פארמאכען. (אויף ענגליש איז דער לשון strongly recommended).

אויף וויפיל איך ווייס האלט קיין איין רב נישט אז די סיבה פארוואס מען דארף פאלגן די רעגירונג איז וויבאלד זיי וועלן פשוט קומען מיט פאליציי פארמאכן די שול. אויף דעם וואלט מען דאך נישט געדארפט פרעגן די רב בכלל און מען וואלט זיך אפשר געדארפט קעגנשטעלן. נאר וויבאלד זיי נעמען אן אז די הוראות והמלצות פון שטאט איז מער ווייניגער וואס מען דארף על פי המציאות, מוז מען זיי פאלגן.

ממילא איז דאס וואס די פאליציי וועט דיר נישט שלעפן מיט קייטן קיין שום תירוץ נישט צו פאלגען די אפיציעלע גיידענס פון סטעיט אז מען זאל יא פארמאכן.

די סיבות פארוואס געוויסע מקומות צווינגען מקומות תפלה צו פארמאכן און געוויסע נישט האט כפשוט צוטוהן מיט פאליטיק און גארנישט מיט די פאקט פון וויפיל סכנה עס איז. ממילא דאס וואס ניו יארק האט פונקט א פאליטישע חשבון מיט קלויסטערס און בתי מדרשים זיי נישט מכריח זיין נישט מעלה און נישט מוריד פאר אן ערליכער איד וואס וויל טוהן וואס די הלכה פאדערט וואס דאס איז לכולי עלמא צו פאלגן לפחות דאס וואס די רעגירונג הייסט.

דאס איז אלעס דער סטעיט, וואס דאס איז נוגע מאנסי אדער קרית יואל, אבער דער געזעץ אין ניו יארק סיטי הייסט בפירוש יא קלאר פאר שולן זיך צו פארמאכן אן קיין שום תירוצים. און זאגט קלאר אז אפילו אינדרויסען זאל מען נישט האלטן קיין "סערוויסעס".

אזוי אויך די סטעיט ניו דז'ערזי (ווי לעיקוואד איז) האט קלאר געהייסן פארמאכען אלע "פלעיסעס אוו ווארשיפ" אן קיין תירוצים.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3883
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6093 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג אפריל 06, 2020 3:25 am

איך בין פריער געווען אין בארא פארק און כ'האב געזוכט מיט לעכט פאר צוויי שעה וואו צו פישן!

נישטא קיין אפיציעל אפענע שולן.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 426
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 494 מאל

הודעהדורך נחום הסופר » מאנטאג אפריל 06, 2020 9:52 am

נחום הסופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג אפריל 06, 2020 11:50 am

מיין ברודער זאגט מיר אז ישיבה ד'מאנסי איז אפען געהעריג מיט מנינים, אן קיין שום ריסריקשענס, און די אלטע קראנקע ראש ישיבה הגאון רבי משה גרין איז זיך משתתף געהעריג דארט.


אה, און אנדערע נייעס איז היינט די לויה פון הגאון רבי משה גרין ע"ה, וואס איז אוועק היינט פון קאראנע וויירוס..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2119
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2649 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג אפריל 06, 2020 11:52 am

מאך זיכער האט געשריבן:איך בין פריער געווען אין בארא פארק און כ'האב געזוכט מיט לעכט פאר צוויי שעה וואו צו פישן!

נישטא קיין אפיציעל אפענע שולן.


זוכסט נאך אלס....?
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2468
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

הודעהדורך מיימון » מאנטאג אפריל 06, 2020 1:42 pm

די אלע שולן וואס זענען יא אפן האלבוועגס אדער אינגאנצן זענען בלויז א קליין טייל פונעם בילד. אז מענטשן נעמען עס נישט ערנסט וועט גארנישט העלפן. שבת האט מען שוין נישט געדאוונט ביי אונז די לעצטע צוויי וואכן. וואו איז דער עולם? פאריגע וואך האב איך זיך געשטעלט אויף די גאס ארום 11:30 צו כאפן א בליק, יעדע פאר מינוט איז נאר איינער אהיימגעקומען פון ערגעץ. איין שכן האב איך געזען קומען און גיין צו א דערנעבנדיגן הויז מיט'ן טלית. איינער זאגט מיר ער האט געדאוונט ביי זיין טאטן מיט די משפחה מיט מנין. אזוי דאס איז נאר וואס כ'האב געזען. די וואך האב איך נישט באמערקט, אבער אין דערנעבנדיגן גאס וואס מ'קען אריבערהערן איז געווען א מנין אויף די פארטשעס. פון מיין גאס האט בלויז נאך איין שכן מיטגעדאוונט מיט זיי. די איבריגע? כ'האף זיי האבן געדאוונט אין שטוב, כ'גלייב אז נישט אלע.

אין א געוויסן שול בין איך געווען שוין נאכ'ן פארשפארן, געגאנגען אויסטשעקן, אינדרויסן האט אויסגעזען דעזערטירט, טונקל, אבער אין היכל הפנימי האט געארבעט די לעקטער און א גרויסער מנין איז אנגעגאנגען. מעגליך ס'האט זיך שוין געטוישט אינצווישן, זאכן זענען געווארן ערגער, אבער לפי הבנתי קומט נאך דער רב אראפ דאווענען און נאך אידן קומען אויך דא דארט נישט ממש ווי שנים כתקנן אבער בקיצור מ'דאוונט. לפי הבנתי איז דאס ביי רוב פריוואטע שולן וואס גייען אן אומאפיציעל האלבוועגס נאר פאר די נאנטע וכו'.

פארוואס נעמט מען עס נישט ערנסט? ווען מען לעבט אין א צמצום זעט מען בלויז זיך, אין וואס א שטערקערן צמצום מען לעבט אלץ ווייניגער זעט מען ארום זיך. עס איז נישט בלויז אז זיי ווייסן נישט די נייעס ווייל זיי האבן נישט קיין אינטערנעט. אפילו אויב דו וועסט זיי פארציילן די נייעס וועלן זיי עס נישט "כאפן". זיי האבן נישט די בעקגראונד צו משיג זיי וואס דא גייט פאר. זיי הערן נישט דעם פרעזידענט רעדן, דעם גאווערנאר, זיי ליינען נישט קיין צייטונגען זיי האבן נישט קיין מושג פון די אלע העצע און העדליינס וועגן חסידי'שע אידן וואס פאלגן נישט דעם קוואראנטין און אפילו זאלסטו זיי פארציילן פארשטייען זיי נישט וואס דו ווילסט, זיי האבן אונז אייביג פיינט ניין? ווי איינער זאגט, אפילו אויב דו וועסט אפשפארן קרית יואל וועלן די חברה דאס ניטאמאל וויסן, זיי גייען נישט ארויס פון קרית יואל... אפילו נייעס פון ארומיגע קרייזן דערגרייכן זיי נישט, וועסטשעסטער אידן זענען ביי זיי אומעקזיסטירנד, און ליטוואקעס פון לעיקוואוד זענען אזא סארט אינטערעסאנטע קוריאז וואס מען באגעגנט צומאל ביי א שמחה. אפילו ווען מענטשן שטארבן פון צווישן זיי כאפן זיי נישט וואס דאס האט צוטון. די אלע סייענטיפישע זאכן ווי הענטשוך מיט מאסקעס וואס מען זעט ביי א דענטיסט זענען עפעס פרעמד, אזעלכע מאדנע זאכן וואס די מגולחים פון הצלה זאגן, יא מ'דארף זיך צוהערן צו זיי יעצט ס'איז דאך דא עפעס א מגיפה, אפילו די רבנים זאגן מ'זאל פאלגן הצלה, אבער די הצלה זענען עפעס אזעלכע פרעמדע עלעמענטן מיט די סמארטפאונס מיט פענצי שיך, יא מ'טוט זיי א טובה און מ'שטייט ווייט ווען מעגליך אבער עס גייט נישט געהעריג אריין אין קאפ.

אלזא, די עצה? ר' יצחק טוט צום זאך אויפ'ן קורצן טערמין. שרייבט צעטלעך אין דבר יום ביומו, די טעגליכע הויפט אינפארמאציע קוואל פאר טויזנטער בחורים יונגעלייט און ווייבלעך. שרייבט קול קורא'ס מיט'ן נוסח המקובל, בקיצור ער פרובירט צו רעדן זייער שפראך. אויפ'ן לאנגן טערמין דארף מען אנהייבן איינמאל פאר אלעמאל ארויסצושלעפן דעם דאזיגן ציבור פון זייער פארמאכטקייט, ווייזט פאר אייער טאטע די נייעס אויף אייער פאון. יא, ער מעג וויסן אז דו האסט א סמארטפאון און ווייז אים וואס עס גייט פאר אויף די וועלט. בילדער, קליפס, וואויסנאוטס. ווייז פאר דיין ווייב, מאמע, פארמאכטן פרומען ברודער און שוואגער. זאג אים אביסל וואס עס גייט פאר, באקען אים מיט די נויטיגקייט פון זיין באהאפטן און אינפארמירט, שוואך אביסל אפ די שרעק פון קוקן אויף א 'כלי', יעצט מעג מען, און האפנטליך וועט דער ציבור מער אנהייבן צו לעבן מיט ריאליטי און באגרייפן אין וואספארא וועלט זיי לעבן.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1181 מאל

הודעהדורך חכמת שלמה » מאנטאג אפריל 06, 2020 2:57 pm

לב טהור אין גוטאמאלא.

אדמו"ר שליט"א - אין ניו-יורק
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:56 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

הודעהדורך מצפצף » מאנטאג אפריל 06, 2020 4:51 pm

יין שרף האט געשריבן:מיין ברודער זאגט מיר אז ישיבה ד'מאנסי איז אפען געהעריג מיט מנינים, אן קיין שום ריסריקשענס, און די אלטע קראנקע ראש ישיבה הגאון רבי משה גרין איז זיך משתתף געהעריג דארט.


אה, און אנדערע נייעס איז היינט די לויה פון הגאון רבי משה גרין ע"ה, וואס איז אוועק היינט פון קאראנע וויירוס..

ישיבה ד'מאנסי האט פארמאכט די זעלבע טאג ווי אלע אנדערע ישיבות.
מיין ברודער לערנט דארט.
מצפצף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג אפריל 06, 2020 9:19 pm

מצפצף האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:מיין ברודער זאגט מיר אז ישיבה ד'מאנסי איז אפען געהעריג מיט מנינים, אן קיין שום ריסריקשענס, און די אלטע קראנקע ראש ישיבה הגאון רבי משה גרין איז זיך משתתף געהעריג דארט.


אה, און אנדערע נייעס איז היינט די לויה פון הגאון רבי משה גרין ע"ה, וואס איז אוועק היינט פון קאראנע וויירוס..

ישיבה ד'מאנסי האט פארמאכט די זעלבע טאג ווי אלע אנדערע ישיבות.
מיין ברודער לערנט דארט.

איך רעד פונעם ביהמ"ד מיט די מנינים, נישט די ישיבה מיט די בחורים
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2119
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2649 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 06, 2020 9:27 pm

רוב געשעפטן אין לעיקוואד זענען גאנץ שטרענג, איינער שטייט ביים טיר און לאזט נישט אריין מער ווי די געזעץ לאזט, און דער עולם איז כמעט אלע צוגעדעקט מיט הענטשקעס און אפילו מאסקעס. איך האב געהערט אויף איין געשעפט, א קליינער, וואס איז געפאקט ווי אין מקוה ערב יוכ"פ. און איך האב געהערט אז אין ב.פ. איז דער סצענע אויך אזוי.
וויבאלד איך בין נישט געווען אין די געשעפטן, וויל איך נאך נישט מפרסם זיין קיין נעמן מיט טלפונן, אבער מדארף די חברה אויך אנרופן און מאכען א טומול. מיין שוועגערן איז געווען אין א געשעפט אין ב.פ., און זי האט געזען וואס דארט טוט זיך, נאך דעם וואס איהר מאן און שווער האבען עס געהאט (און איהר שווער איז א בן שמונים), איז זי צוגעגאנען צום געשעפט אייגענטומער, און געזאגט אז מ'דארף ארויס ווארפן די קליינע קינדער פון דארט און דער עולם איז צו פיל צושטופט. יענער האט אויסגערופן אויפ'ן לאודספיעקער, אבער דער עולם האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9132
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8591 מאל

הודעהדורך אספקלריה » מאנטאג אפריל 06, 2020 11:32 pm

אין ניו דזשערזי זענען די געזעצן שטערקער און קלארער ווי אין ניו יארק, און מ'ארעסטירט אין גרויסן.

ניו יארק סטעיט אויטאריטעטן האבען געפעילד צו מאכען שטרענגע געזעצן, בשעת אין ניו דזשערזי איז די מאקסימום נומער 10 האלט מען נאך אין ניו יארק ביי פופציג, מענטשן זיצן דא און זענען פארנומען מיט די טראמפ סינדראום, צי טראמפ האנדלט יא גוט, צו גאר איז יעצט געקומען די צייט וואס די ליבעראלן גייען טראמפייטן אקעגן טראמפ, איך זעה נישט קיינעם אראפרייסן קאומא, איך מיין אז דיר מורפי אין ניו דזשערזי האט זייער שיין באהאנדלט דעם קריזיס פון אלע הינזיכטן.
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: קאצקע ציקער און 4 געסט