דורך מיימון » מאנטאג אפריל 06, 2020 1:42 pm
די אלע שולן וואס זענען יא אפן האלבוועגס אדער אינגאנצן זענען בלויז א קליין טייל פונעם בילד. אז מענטשן נעמען עס נישט ערנסט וועט גארנישט העלפן. שבת האט מען שוין נישט געדאוונט ביי אונז די לעצטע צוויי וואכן. וואו איז דער עולם? פאריגע וואך האב איך זיך געשטעלט אויף די גאס ארום 11:30 צו כאפן א בליק, יעדע פאר מינוט איז נאר איינער אהיימגעקומען פון ערגעץ. איין שכן האב איך געזען קומען און גיין צו א דערנעבנדיגן הויז מיט'ן טלית. איינער זאגט מיר ער האט געדאוונט ביי זיין טאטן מיט די משפחה מיט מנין. אזוי דאס איז נאר וואס כ'האב געזען. די וואך האב איך נישט באמערקט, אבער אין דערנעבנדיגן גאס וואס מ'קען אריבערהערן איז געווען א מנין אויף די פארטשעס. פון מיין גאס האט בלויז נאך איין שכן מיטגעדאוונט מיט זיי. די איבריגע? כ'האף זיי האבן געדאוונט אין שטוב, כ'גלייב אז נישט אלע.
אין א געוויסן שול בין איך געווען שוין נאכ'ן פארשפארן, געגאנגען אויסטשעקן, אינדרויסן האט אויסגעזען דעזערטירט, טונקל, אבער אין היכל הפנימי האט געארבעט די לעקטער און א גרויסער מנין איז אנגעגאנגען. מעגליך ס'האט זיך שוין געטוישט אינצווישן, זאכן זענען געווארן ערגער, אבער לפי הבנתי קומט נאך דער רב אראפ דאווענען און נאך אידן קומען אויך דא דארט נישט ממש ווי שנים כתקנן אבער בקיצור מ'דאוונט. לפי הבנתי איז דאס ביי רוב פריוואטע שולן וואס גייען אן אומאפיציעל האלבוועגס נאר פאר די נאנטע וכו'.
פארוואס נעמט מען עס נישט ערנסט? ווען מען לעבט אין א צמצום זעט מען בלויז זיך, אין וואס א שטערקערן צמצום מען לעבט אלץ ווייניגער זעט מען ארום זיך. עס איז נישט בלויז אז זיי ווייסן נישט די נייעס ווייל זיי האבן נישט קיין אינטערנעט. אפילו אויב דו וועסט זיי פארציילן די נייעס וועלן זיי עס נישט "כאפן". זיי האבן נישט די בעקגראונד צו משיג זיי וואס דא גייט פאר. זיי הערן נישט דעם פרעזידענט רעדן, דעם גאווערנאר, זיי ליינען נישט קיין צייטונגען זיי האבן נישט קיין מושג פון די אלע העצע און העדליינס וועגן חסידי'שע אידן וואס פאלגן נישט דעם קוואראנטין און אפילו זאלסטו זיי פארציילן פארשטייען זיי נישט וואס דו ווילסט, זיי האבן אונז אייביג פיינט ניין? ווי איינער זאגט, אפילו אויב דו וועסט אפשפארן קרית יואל וועלן די חברה דאס ניטאמאל וויסן, זיי גייען נישט ארויס פון קרית יואל... אפילו נייעס פון ארומיגע קרייזן דערגרייכן זיי נישט, וועסטשעסטער אידן זענען ביי זיי אומעקזיסטירנד, און ליטוואקעס פון לעיקוואוד זענען אזא סארט אינטערעסאנטע קוריאז וואס מען באגעגנט צומאל ביי א שמחה. אפילו ווען מענטשן שטארבן פון צווישן זיי כאפן זיי נישט וואס דאס האט צוטון. די אלע סייענטיפישע זאכן ווי הענטשוך מיט מאסקעס וואס מען זעט ביי א דענטיסט זענען עפעס פרעמד, אזעלכע מאדנע זאכן וואס די מגולחים פון הצלה זאגן, יא מ'דארף זיך צוהערן צו זיי יעצט ס'איז דאך דא עפעס א מגיפה, אפילו די רבנים זאגן מ'זאל פאלגן הצלה, אבער די הצלה זענען עפעס אזעלכע פרעמדע עלעמענטן מיט די סמארטפאונס מיט פענצי שיך, יא מ'טוט זיי א טובה און מ'שטייט ווייט ווען מעגליך אבער עס גייט נישט געהעריג אריין אין קאפ.
אלזא, די עצה? ר' יצחק טוט צום זאך אויפ'ן קורצן טערמין. שרייבט צעטלעך אין דבר יום ביומו, די טעגליכע הויפט אינפארמאציע קוואל פאר טויזנטער בחורים יונגעלייט און ווייבלעך. שרייבט קול קורא'ס מיט'ן נוסח המקובל, בקיצור ער פרובירט צו רעדן זייער שפראך. אויפ'ן לאנגן טערמין דארף מען אנהייבן איינמאל פאר אלעמאל ארויסצושלעפן דעם דאזיגן ציבור פון זייער פארמאכטקייט, ווייזט פאר אייער טאטע די נייעס אויף אייער פאון. יא, ער מעג וויסן אז דו האסט א סמארטפאון און ווייז אים וואס עס גייט פאר אויף די וועלט. בילדער, קליפס, וואויסנאוטס. ווייז פאר דיין ווייב, מאמע, פארמאכטן פרומען ברודער און שוואגער. זאג אים אביסל וואס עס גייט פאר, באקען אים מיט די נויטיגקייט פון זיין באהאפטן און אינפארמירט, שוואך אביסל אפ די שרעק פון קוקן אויף א 'כלי', יעצט מעג מען, און האפנטליך וועט דער ציבור מער אנהייבן צו לעבן מיט ריאליטי און באגרייפן אין וואספארא וועלט זיי לעבן.