לעיקוואד האט געשריבן:וויבאלד אז מאיזשהו סיבה רעדן זיך מענטשען איין אז די שטאט און דאקטורים קענען בעצם באשטיין אז בתי מדרשים זאלן בלייבען אפען ווילאנג זיי האלטן אן א"ג סושאל דיסטענסינג. און מאיזה סיבה מיינען מענטשען אז דאס איז עפעס א תירוץ פאר א איד א מאמין בה' ותורתו וואס ווייסט אז אפילו ספק פיקוח נפש איז דוחה אלעס, מכל מקום בין איך מעתיק פון א צווייטער אשכול מיין תגובה ווי איך האב ב"ה אויסגעקלארט די מציאות הדברים מיט לינקס וואס יעדער קען אליינס זעהן די מקור.
לאמיך קלאר מאכן.
דער געזעץ אין ניו יארק סטעיט בסך הכל צווינגט נישט בכח קיין שולן צו פארמאכן ווילאנג זיי היטען געוויסע גדרים (וואס כמעט קיין איין אפענע שול היט נישט! בידיעה ברורה). זיי הייסען - אבער יא פארמאכען. (אויף ענגליש איז דער לשון strongly recommended).
אויף וויפיל איך ווייס האלט קיין איין רב נישט אז די סיבה פארוואס מען דארף פאלגן די רעגירונג איז וויבאלד זיי וועלן פשוט קומען מיט פאליציי פארמאכן די שול. אויף דעם וואלט מען דאך נישט געדארפט פרעגן די רב בכלל און מען וואלט זיך אפשר געדארפט קעגנשטעלן. נאר וויבאלד זיי נעמען אן אז די הוראות והמלצות פון שטאט איז מער ווייניגער וואס מען דארף על פי המציאות, מוז מען זיי פאלגן.
ממילא איז דאס וואס די פאליציי וועט דיר נישט שלעפן מיט קייטן קיין שום תירוץ נישט צו פאלגען די אפיציעלע גיידענס פון סטעיט אז מען זאל יא פארמאכן.
די סיבות פארוואס געוויסע מקומות צווינגען מקומות תפלה צו פארמאכן און געוויסע נישט האט כפשוט צוטוהן מיט פאליטיק און גארנישט מיט די פאקט פון וויפיל סכנה עס איז. ממילא דאס וואס ניו יארק האט פונקט א פאליטישע חשבון מיט קלויסטערס און בתי מדרשים זיי נישט מכריח זיין נישט מעלה און נישט מוריד פאר אן ערליכער איד וואס וויל טוהן וואס די הלכה פאדערט וואס דאס איז לכולי עלמא צו פאלגן לפחות דאס וואס די רעגירונג הייסט.
דאס איז אלעס דער סטעיט, וואס דאס איז נוגע מאנסי אדער קרית יואל, אבער דער געזעץ אין ניו יארק סיטי הייסט בפירוש יא קלאר פאר שולן זיך צו פארמאכן אן קיין שום תירוצים. און זאגט קלאר אז אפילו אינדרויסען זאל מען נישט האלטן קיין "סערוויסעס".
אזוי אויך די סטעיט ניו דז'ערזי (ווי לעיקוואד איז) האט קלאר געהייסן פארמאכען אלע "פלעיסעס אוו ווארשיפ" אן קיין תירוצים.
לעיקוואד האט געשריבן:די סטעיט האט דאנערשטאג קלארער געמאכט די גיידענס צו זאגן אז רעליגיעזע שולן דארפן אויך זיין פארמאכט.
איסר האטלקי האט געשריבן:צוקער זיס דער, ער ברענגט א המודיע פון א פרישע געזעץ, פון היינטיגן טאג, ווייניגער פון א שעה צוריק.לעיקוואד האט געשריבן:די סטעיט האט דאנערשטאג קלארער געמאכט די גיידענס צו זאגן אז רעליגיעזע שולן דארפן אויך זיין פארמאכט.
שקר!! היינט זונטאג חול המועד. נישט קלארער געמאכט, נאר פארבאטן צום ערשטן מאל. ביז היינט איז עס בלויז געווען א רעקאמענדאציע.
כה לחי.
לעיקוואד האט געשריבן:האלהו וואס יענער חברה ווען יענער חברה?
גדולי הפוסקים האבן געפסק'נט קלאר אז ווער עס דאווענט מיט א מנין איז א רודף און אז מען זאל עם מסר'ן פאר די רעגירונג.
און דאס איז דאך א הלכה פשוטה בלי חולק לויט די איצטיגע מציאות. פשוט בתכלית הפשטות אז מסירה וכו' איז נדחה מפני פיקוח נפש דרבים.
דאס איז די הלכה והוראה מפורשת פון די פרומסטע מערסטע קנאות'דיגע רבנים.
אספקלריה האט געשריבן:סגייט מיר נישט און קאפ וואס איז די שאלה בכלל,
שטארבען נישט מענטשען טעגליך ? מהאט היינט אריינגעפירט מיין חבר און די פערציגער יארען,ער איז געווען געזונט ווי א בער, זענען נישט געשטארבען יונגע מענטשען ??
ווילאנג מענטשען ווערען נאך טעגליך אריינגעליפערט און שפיטאל, וויאזוי קען א רעכטדענקיגע מענטש ארויס גיין פון הויז אן א הכרח גמור?
סאיז נאך גארנישט קלאר אפילו דיע וואס האבען עס שוין געהאט מווייסט נישט ווען סגייט ארויס פון די סיסטעם.
ווען א מענטש וואלט ווען געהאט צוגעושעפעט א גאן צוזיך און ער ווייסט אז סאיז דא א קליינע צד ספק, אז זיין גאן קען שיסען א מענטש, וואלט ער געגאנגען און גראסערי,
וואס איז בכלל די אנדערע צד דא ?
אישתישבי האט געשריבן:קלאר צו מאכען צוויי נקודות
דער לשון הגעזעץ איז נישטא בגלוי, עס ליגט ביים ווינער רב אין לעדעל און וויל עס נישט ארויסגעבען, די אלע לשונות זענען צייטונגען וואס שרייבען מפי השמועה פין דער גאווערנער.
ביסט זיכער זיי האבן אונז געמיינט? איך האלט זיי האבן ענדערש געמיינט דעם פלארידע גאווערנאר.שמערל האט געשריבן:דאכט זיך אז @לעיקוואד לא דק, שולן דארפן נישט זיין פארמאכט מענטשן מעגן לעגאל דארט דאווענען ביחודות אויפוואשן דעם בעתמעדרעש אדער זיך מתודה זיין פארן גלח, דער געזעץ פון אפריל 23 האט פארבאטן איעדע סארט ציבוריש'ע צוזאמקום, און ווי יעדער וואס האט געוואלט האט דעמאלטס פארשטאנען האט עס אינקלודעד א רעליגיעזע צוזאמקום (מנין בלע''ז), אזוי ווי אבער די עם קשה עורף האט אבער נישט געוואלט פארשטיין, האט עס יעצט די רעגירונג קלאר ארויסגעשריבן פאר די פארשטאפטע הערצער, און אפילו פאר די רע בני ישראל וואס זענען גוט מיטן גאווערנאר און וועם ער האט זיי אליין געזאגט וכו'.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט