פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6283 מאל
קאנטאקט:

פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

שליחה דורך לעיקוואד »

דער אשכול וועט זיין בלויז למעשה.
איך וועל שרייבען א ליסטע פון בתי מדרשים אדער אנדערע מוסדות וואס זענען נאך אפן און פארשידענע עצות וואס מען קען טוהן און מיט וועם מען קען רעדן.
איך בין זיכער אז עס זענען דא פיל מער וואס איך ווייס נישט דאס וואס איך שרייב איז טיפה מן הים וואס איך האב פשוט זיך נאכגעפרעגט ביי חברים און קרובים.

רבותי זייטס נישט מיואש מיר קענען העלפען.
יעצט פארציילט מיר א חבר פון ארץ ישראל אז ער קען דער פשוט'ער יונגערמאן וואס האט גורם געווען אז ר' חיים קנייבסקי זאל טוישן זיין הוראה. ער האט פשוט גערעדט מיט זיין טאטע א רב וואס האט גערעדט מיט אנדערע מער מאכטפולע רבנים און עס איז אנגקומען צו עם און די הוראה האט זיך געטוישט מן הקצה אל הקצה.
פיל ענליכע זאכן געשעהן דא יעצט.
רעדטס מיט וועם איר קענט אפילו עס איז א חבר'ס חבר'ס חבר. זאכן קומען אן.

ביטע האלטן אנדערע דיסקוסיעס פאר אנדערע אשכולות.

ווער עס האט מער דעטאלען אדער פרטים וועגן למעשה איז געבעטן מיטטיילען לצורך פיקוח נפשות רבות מישראל.

כללות'דיגע עצות

* רופען 311

די 311 וועבזייטל האט א ספעציעלע פארם צו רעפארטן אז איינער האלט נישט סושאל דיסטאנסינג.

https://portal.311.nyc.gov/article/?kanumber=KA-03299

* רופן הצלה? הצלה דארף צו וויסען די מציאות און זיין מוכן ארבעטן צו טוהן וואס מען דארף



מקורות פון אינפארמאציע


עס דרייען זיך פארשידענע שמועות. איך וועל פראבירן צו מאכן א פאסט נאר אויף דאס וואס איך האב פרעזענליך מברר געווען. פשוט ווייל אנדערש וועט ווערן א ליקוט שמועות וואס מיט דעם קען מען גארנישט טוהן.

איך וועל אבער מאכן נאך א פאסט מיט מקוורת און אויך זאכן וואס איך הער כדי דער עולם זאל קענען מאשר זיין /מכחיש זיין און מטכס עצה זיין וואס צו טוהן.

געדענטקס פיקוח נפש איז מער וויכטיג ווי א ספק מוציא שם רע.

חומר צו מסביר זיין.

אסאך איז לענ"ד מחוסר ידיעה. מען דארף צאמשטעלן א ליסטע פון גוטע קלארע ריסורסעס וואס מען קען ווייזען פאר דער עולם זיי זאלן פארשטיין חומר הדבר. עס דארף מסביר זיין:

*ווי די מגיפה האלט אין די וועלט, אין אמעריקע און ארץ ישראל בפרט און ניו יארק בפרט.
דאס איז א גוטע פשוטע קלארע סייטס
https://www.worldometers.info/coronavirus/
* די ליסטעס פון היימישע מתים און חולים - ווי איז די קראנטסטע ליסט?
*וויפיל די סושאל דיסטאנסינג העלפט און מאכט א ריזן נפקא מינא.
*מסביר זיין די מאדלעס פון די פרעדיקציעס און ווי עס וועט גיין לכאורה.
*מקורות פון הלכה פוסקים און רבנים וואס האלטן די ריכטיגע זאך.
* וואס נאך?

לייגט צו א האנט.


איך קען פארשטייט זיך נישט נאכגיין אליינס אלעס. איך וואוין אין קראון הייטס אויף וויפיל איך ווייס איז אלעס פארמאכט דא אפילו 770 נאך אלע מלחמות איבער דעם.

יעדער בית מדרש וועל איך מאכן נאך א הודעה מיט אינפארמאציע און וועל צולייגען דארט וואס דער עולם וועט אריינשיקן.

ביטע פראבירט צו שרייבען קראנט אדער לפחות אויב עס איז בידיעה אדער מפי השמועה און ווי דער שמועה קומט פון. אפשר אפילו ווי מען קען מברר זיין אויב מען קען.

ביטע אויב מען קען שרייבן פונקטליכע אינפארמאציע אויף יעדער שול וואס מען שרייבט.
* אדרעס פון דער שול
*נאמן פון דער רב/רבי/דיין/גבאי/עני אנדערע עסקן איש חשוב אדער מאכער וואס קען מאכן א נפקא מינא.
*טעלעפאן נומערן/אימעיל אדרעסן/שעות קבלה פון די אויבנדערמאנטע.
*אויב מען ווייסט ערשטהאנטיג [פון דיר אדער איינער וואס איז א קרוב אדער נאמן אייערע וואס איז דארט געווען]


א מסודר'ידע ליסטע

https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 10 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~

דער אשכול פארמאגט 123 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר