איינער פון די פראבלעמען וואס מיר שטויסען זיך אן כסדר דא בבית רבינו אין די וועד להצלת כלל ישראל, איז אז מענטשען זענען נישט קלאר נישט אין די מציאות און נישט וויאזוי די קלארע הלכה זאגט אז מען דארף זיך מתייחס זיין צו דער מציאות.
דאס מיין איך:
* סיי אזעלכע מענטשען וואס לעבן מצומצם און זענען נישט באקאנט ממש אין די מציאות ווייסען נאר וואס מען שמועס אין בית מדרש ביי זיי.
* סיי מענטשען וואס האלטן זיך אפען, אבער ליינען נאר געוויסע צייטונגען אדער ראדיא. און די צייטונגען מאכן נישט קיין גוטע דז'אב קלאר צו מאכן די פשוטע פאקטן און עיקר הדרכה, זייענדיג פארנומען זיכען 'סטאריס' און פאליטיק.
* סיי מענטשען כליבי ודעתי וואס פארשטיין און זענען מסכים, אבער טרעפן נישט די ווערטער מסכם צו זיין די עיקר נקודה, צו ווייל עס איז נישט קלאר ביי זיי אדער ווייל עס איז שווער מסביר זיין און כאפן וואס יענער פארשטייט נישט.
גלייבענדיג אז קלאר מסביר זיין און פארענטפערן יענער'ס קשיות איז אלעמאל בעסער ווי שרייען און שעלטען, האב איך זיך גענומען די צייט מסדר זיין א שיעור וואס זאל קלאר מאכן די עיקר זאכן וואס מען דארף וויסען במציאות ובהלכה, און ספעציעל אנרירען די שאלות וואס איך זעה אז מענטשען האבען.
איך האב אויך צאמגעלייגט א רייע מקורות פון פוסקים ראשונים ואחרונים וואס רעדן קלאר וואס די הלכה איז אין אזא פאל.
עס איז כדאי מדגיש זיין אז יעדער ווארט וואס איך זאג דא איז וואס איז מוסכם לכולי עלמא למעלה מכל ספק, הן בחלק המציאות והן בחלק ההלכה.
ביטע נעמט די צייט דאס אויסצוהערן און פארשפרייטן.
אודיו
https://drive.google.com/file/d/1sMd84J ... GHtYk/view
ווידאו
https://youtu.be/fcdIqDa2Xk0
ווידאו - נישט יוטוב
https://photos.app.goo.gl/kmHXouodNUy88ErK6
מקורות ומראי מקומות
https://yitzchoklowy.com/beis-medrash-i ... s-halacha/
א שיעור און מקורות קלאר מאכן מציאות און הלכה - קורונה
דער אשכול פארמאגט 5 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן