קאצקע ציקער האט געשריבן: איז די פרעזידענט געווען פארנימען אפצולאכן פונעם וויירוס און עס באצייכענט פאר א מידיע האקס
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך קען דאס נישט פארשטיין אין דער צייט וואס מען זעהט קלאר אז טראמפ איז א אומקאמפעטענט פירער א בעיבי און א לאזער און דער צייט וואס די וועלט האט געפלאקערט טשיינע איראן איטאליע זענען מאסן געשטארבן איז די פרעזידענט געווען פארנימען אפצולאכן פונעם וויירוס און עס באצייכענט פאר א מידיע האקס און גארנישט געטון ספעיציעל צו פארמיידן אז די וויירוס זאל אנקימען ביי עים אין לאנד נאר געווען ביזי קאלט מאכן די געפאר ביים המון עם.
וואלט איך פארשטאנען אז די היימישע חסידים דעי וואס דינען די עבודה זרה וואס הייסט טראמפ זאלן אביסל נאכלאזן זייער מיינוגענן און איינזעהן אז דער מענטש באלאנגט נישט אין ווייסן הויז און גארנישט מפטירין כדאתמול זיי ווערן נאך מער פארברענט און פארענטפערן עים
איינער פארשטייט?
וואלווי האט געשריבן:יא יא, ווען מען האט צ**ה ביי זיך קומט אסאך אשר יצר'ס...
טראגטס ווייטער באמפער סטיקערס, פאוסט ווייטער סטעטוס פון דער אימווערדיגע בריאה, דער ביליגסטע פרעזידענט מאז היתה אמעריקע לגוי
קאך_לעפל האט געשריבן:בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר יָצַר אֶת הָאָדָם בְּחָכְמָה וּבָרָא בוֹ נְקָבִים נְקָבִים חֲלוּלִים חֲלוּלִים. גָּלוּי וְיָדוּעַ לִפְנֵי כִסֵּא כְבוֹדֶךָ, שֶׁאִם יִפָּתֵחַ אֶחָד מֵהֶם אוֹ יִסָּתֵם אֶחָד מֵהֶם, אִי אֶפְשַׁר לְהִתְקַיֵּם וְלַעֲמוֹד לְפָנֶיךָ אֲפִילוּ שָׁעָה אֶחָת. בָּרוּךְ אַתָּה ה' רוֹפֵא כָל בָּשָׂר וּמַפְלִיא לַעֲשׁוֹת.
קורקלענד האט געשריבן:די אלע קריטיקירער ווייסן אצינד וואס ער וואלט געדארפט וויסן דעמאלט.. וואו זענען זיי געווען דעמאלסט?
קאצקע ציקער האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:די אלע קריטיקירער ווייסן אצינד וואס ער וואלט געדארפט וויסן דעמאלט.. וואו זענען זיי געווען דעמאלסט?
איך האב מיך טאקע געווינדערט דעמאלטס בעליוו מי
קורקלענד האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:די אלע קריטיקירער ווייסן אצינד וואס ער וואלט געדארפט וויסן דעמאלט.. וואו זענען זיי געווען דעמאלסט?
איך האב מיך טאקע געווינדערט דעמאלטס בעליוו מי
ס'גייט מיר נישט אן וואס איר האט זיך געוואונדערט. ס'לויפן אדער בעסער געזאגט ס'זענען געלאפן קעגען א גאנצע ברייטע סטאדע, און קיינער האט נישט געווארענט דעראויף. אזוי אויך נישט די פירער פון קאנגרעס, סענאט, און אלע אנדערע פון די פרעזידענט'ס גוטע פריינט
נאכדעם צו קומען און וויסן וואס מ'האט פארדעם געקענט טוהן איז נישט קיין קונץ.
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך קען דאס נישט פארשטיין אין דער צייט וואס מען זעהט קלאר אז טראמפ איז א אומקאמפעטענט פירער א בעיבי און א לאזער און דער צייט וואס די וועלט האט געפלאקערט טשיינע איראן איטאליע זענען מאסן געשטארבן איז די פרעזידענט געווען פארנימען אפצולאכן פונעם וויירוס און עס באצייכענט פאר א מידיע האקס און גארנישט געטון ספעיציעל צו פארמיידן אז די וויירוס זאל אנקימען ביי עים אין לאנד נאר געווען ביזי קאלט מאכן די געפאר ביים המון עם.
וואלט איך פארשטאנען אז די היימישע חסידים דעי וואס דינען די עבודה זרה וואס הייסט טראמפ זאלן אביסל נאכלאזן זייער מיינוגענן און איינזעהן אז דער מענטש באלאנגט נישט אין ווייסן הויז און גארנישט מפטירין כדאתמול זיי ווערן נאך מער פארברענט און פארענטפערן עים
איינער פארשטייט?
חתן בחור האט געשריבן:איך קען ענק זאגן נאר איין זאך. נאך א מזל ביידען איז נישט פרעזידענט יעצט.
איסר האטלקי האט געשריבן:איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו ווייסט פון וועם דו דערמאנסט מיר @חתן בחור? ווען מיין רבי אין חדר האט מיר געפרעגט פארוואס איך האב נישט געטייטלט און איך שוטה האב נאך צוריקגעענטפערט, פאר'ן נישט טייטלען אליינס וואלט איך נאך אפשר נישט באקומען אזעלכע קלינגעדיגע פעטש ווי פאר'ן ענטפערן. "און ער ענטפערט נאך!" פראסק "דו מיינסט איך דארף דיין ענטפער?!" פראסק. שוין עמער גיין כאפן א טבילה פאר ס'ווערט צו שפעט, גוט שבת.
קאצקע ציקער האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען?
עגעין האבן די איבעריגע פרעזידענטען אוועקגעמאכט די געפאר ?
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט