בלאט 2 פון 2

Re: וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 03, 2020 6:13 pm
דורך חוקר ודורש
געטס א קוק וואס די צוויי טראמפ שטיצער האבן צו זאגען:

https://youtu.be/hIVUpx8pawI
https://youtu.be/Kdcc46Z6znk


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 03, 2020 6:13 pm
דורך חתן בחור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו ווייסט פון וועם דו דערמאנסט מיר @חתן בחור? ווען מיין רבי אין חדר האט מיר געפרעגט פארוואס איך האב נישט געטייטלט און איך שוטה האב נאך צוריקגעענטפערט, פאר'ן נישט טייטלען אליינס וואלט איך נאך אפשר נישט באקומען אזעלכע קלינגעדיגע פעטש ווי פאר'ן ענטפערן. "און ער ענטפערט נאך!" פראסק "דו מיינסט איך דארף דיין ענטפער?!" פראסק. שוין עמער גיין כאפן א טבילה פאר ס'ווערט צו שפעט, גוט שבת.

ביזט גערעכט, כ'האב פשוט א שוואכקייט צו דעם.

ס'לאזט זיך נישט גלויבען אז מענטשן זאלן זיין אזוי פארלוירען אונעם אייגענעם באבל אסאך מאל. ס'טריגערט מיך.

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 03, 2020 6:17 pm
דורך וואלווי
איסר האטלקי האט געשריבן:איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען?


איך האף גייסטו נישט אריין אין שאק, אבער די איינציגסטע פרעזידענטיעל פאלאטישאן וואס האט גערעדט צום זאך איז געווען בערני סענדערס.

GO BERNIE GO!!

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 03, 2020 6:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט, מ׳פארכט אזוי פון די פאניק. יעצט האט מען פאניק און טויט.

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 03, 2020 6:45 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינטרעסאנט, מ׳פארכט אזוי פון די פאניק. יעצט האט מען פאניק און טויט.


כמאמר הידוע פון טשורטשיל אויף טשעמבערלין

“You were given the choice between war and dishonour. You chose dishonour, and you will have war. ' - To Neville Chamberlain

Re: וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?

הודעהפורסם: מוצ"ש אפריל 04, 2020 9:56 pm
דורך ישן מלא חדש
איסר האטלקי האט געשריבן:איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען?
ביבי נתניהו: יא הס אזי שארט אנגעקומען א סאך פריער פון דא און זיי זענען און א סאך א בעסרע מצב ווי דא

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

Re: וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 05, 2020 12:02 am
דורך היסטאריקער
קאצקע ציקער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר יָצַר אֶת הָאָדָם בְּחָכְמָה וּבָרָא בוֹ נְקָבִים נְקָבִים חֲלוּלִים חֲלוּלִים. גָּלוּי וְיָדוּעַ לִפְנֵי כִסֵּא כְבוֹדֶךָ, שֶׁאִם יִפָּתֵחַ אֶחָד מֵהֶם אוֹ יִסָּתֵם אֶחָד מֵהֶם, אִי אֶפְשַׁר לְהִתְקַיֵּם וְלַעֲמוֹד לְפָנֶיךָ אֲפִילוּ שָׁעָה אֶחָת. בָּרוּךְ אַתָּה אֲדֹנָי רוֹפֵא כָל בָּשָׂר וּמַפְלִיא לַעֲשׁוֹת.


דאס זאג איך ווען איך לייען נאר איין שורה פון דיין שטירען אפפאל געמויזאכץ...

אהרן מיט טראמפ- צוויי שלעכטע עקעלדיגע מענטשען. צוויי מענטשען וואס פארשטיין נאר זיך און נישט יענעם.
צוויי מענטשען וואס מיינען נאר זיך- זייער כבוד, געלט און רייכטום, זיי זענען נישט קיין פירער, זיי האבן נישט קיין שום קוואלעטיס פון קיין פירער. צוקריגן זיך מיט יעדעם איינעם וועגן זייער כבוד...

גרויליג!

פארוואס ענטפערסטו עים בכלל ער איז נישט ווערט מען זאל עים ענטפערן אזא גרויליגע תגובה נאכדעם וואס איך לייג פאר מיין צד אזוי קריסטל קלאר
יא איך ווייס די טראמפיסטען האבן נישט וואס צו ענטפערן חוץ פון אזוי גרויליג צו ענטפערן אדער זאגן "דו ביסט אנגעפיקוועט פון די מידיע"
נישט קיין פראבלעם צו ענטפערן, פארוואס דארף דער וויזניצער אקס אריין ווארפן זיין שנאה און באשמוצן א מנהיג ישראל וואס האט אים יעצט גארנישט שלעכט געטון, חוץ וואס ער טוט וויי אזויפיל יודן זיינע חסידים
אין אזא צייט זוכט ער זיך צרות? ווי איז דאס אריינגעקומען דא, שעם דיך

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 05, 2020 12:13 am
דורך ליב צו וויסן
וואלווי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען?


איך האף גייסטו נישט אריין אין שאק, אבער די איינציגסטע פרעזידענטיעל פאלאטישאן וואס האט גערעדט צום זאך איז געווען בערני סענדערס.

GO BERNIE GO!!


So בערני האט יא גערעדט גוט (וואטעווער דעט מינס..), לאמיר שנעל לויפן וואוטען פאר אים..

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 05, 2020 12:42 am
דורך איסר האטלקי
ישן מלא חדש האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען?
ביבי נתניהו: יא הס אזי שארט אנגעקומען א סאך פריער פון דא און זיי זענען און א סאך א בעסרע מצב ווי דא

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

גערעכט. אבער איך האלט נישט אז זיי גייען ענדיגן בעסער ווי אמעריקע.

מ'גייט נישט קענען האלט יעדעם פארשפארט אזוי לאנג, איין טאג גייט יעדער ארויסקומען פון די מייזן לעכער, אריינגערעכנט די אלטע, און דעמאלטס גייט עס יעדער כאפן.

דער סטראטעגיע פון אמעריקע, ענגלאנד און אנדערע לענדער איז, צו טיילווייז אפשפארן דאס לאנד, אז מענטשן זאלן דאס כאפן צוביסלעך נישט איבערצושטרענגען די שפיטעלער.

איינשפארן אינגאנצן איז א צייטווייליגע סאלאשען, וואס קען זיך אויסלאזן ערגער.

הודעהפורסם: מיטוואך אפריל 22, 2020 9:12 pm
דורך קאצקע ציקער
קורקלענד האט געשריבן:איך האב נישט קיין כח, געדולד און צייט אריינצוגיין אין אלע פרטים. אה''נ אז טראמפ האט פארזען געוויסע גאר וויכטיגע זאכן וואס האט גורם געווען צום חורבן. אבער פונקט אזוי האבן אלע זיינע קעגנער אויך פארזעהן דאס זעלבע.

.

זיינע קעגענער מעגן פארזעהן. ער איז דער פרעזידענט מיין פריינט

הודעהפורסם: מיטוואך אפריל 22, 2020 9:17 pm
דורך קורקלענד
אויב יעדער פארזעהט עס, וואס וואלט געהאלפן א אנדער פרעזידענט? ס'איז סייווי פארזעהן געווארן דורך סיי וועלכע אנדער פרעזידענט.

אין אנדערע ווערטער ס'איז זייער גרינג צו שרייען אז דער פרעזידענט איז נישט גוט. אבער אז איר האט נישט קיין אלטערנאטיוו, דאן וואס וועסטו אויפטוען. וועסט סתם ווערן הייזעריג.

ספעציעל ווען מ'רעדט פון א פאל ווען די 'גאנצע' וועלט שטייט נישט בעסער.

Re: וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?

הודעהפורסם: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 1:24 am
דורך פאליטיקאנט
קורקלענד האט געשריבן:
ספעציעל ווען מ'רעדט פון א פאל ווען די 'גאנצע' וועלט שטייט נישט בעסער.


געוויסע מדינות ווי טייוואן און דרום קארעא האבן זיך גאר גוט אנגעגרייט וויבאלד זיי האבן שוין געליטן פון די מירס פאנדעמיע אין 2013.

ווי אויך אלס פרעזידענט האט ער צוטריט צו אינטעליגענץ אינפארמאציע, און די אינטעליגענץ קאמיוניטי האט זיכער געוויסט וואס גייט פאר אין טשיינע.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 2:43 am
דורך מצפצף
Fwd: what if the test they keepgiving trump a is IQ test and not the coronavirus test
This will explain all the negative results...

Re: וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?

הודעהפורסם: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 5:41 am
דורך פאליטיקאנט
פאליטיקאנט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
ספעציעל ווען מ'רעדט פון א פאל ווען די 'גאנצע' וועלט שטייט נישט בעסער.


געוויסע מדינות ווי טייוואן און דרום קארעא האבן זיך גאר גוט אנגעגרייט וויבאלד זיי האבן שוין געליטן פון די מירס פאנדעמיע אין 2013.

ווי אויך אלס פרעזידענט האט ער צוטריט צו אינטעליגענץ אינפארמאציע, און די אינטעליגענץ קאמיוניטי האט זיכער געוויסט וואס גייט פאר אין טשיינע.
טייוואן איז גאר נאנט צו טשיינע און פירט זיך מיט די זעלבע קולטור (אזויווי אמעריקע און קאנאדע) וואס וואלט געדארפט העכערן די פארשפרייטונג ראטע.

אבער קוק ווי גוט זיי שטייען!!!
װעל כולם, איז די גאנצע לאנד געהעריג אפן אריינגערעכנט ביזנעסער און שולעס!!! בילד