טראמפ מיט זיינע חסידישע טראמפייטערס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

טראמפ מיט זיינע חסידישע טראמפייטערס

שליחה דורך יהורם »

טראמפ!

גלייבט אין זיין מאכט ווייל ער גלייבט אין זיין געלט גלייבט אין זיין קלוגשאפט ווייל ער גלייבט אין זיין געלט גלייבט אין זיין שיינקייט ווייל ער גלייבט אין זיין געלט גלייבט אין זיינע ווירדן ווייל ער גלייבט אין זיין געלט גלייבט אין די מיליטער ווייל ער גלייבט אין זיין געלט גלייבט אין זיינע קינדער ווייל ער גלייבט אין זיין געלט.

אין קורצע ווערטער, גלייבט ער נאר אין זיין געלט, עס איז זייער שווער פאר א מענטש מיט געפילן זיך צו קענען אזוי פארגלייבן אין געלט אן זיך זארגן פאר די ארומיגע.

קוק אויף אזא איינעם ווי טראמפ, אין יעדע לאנד וואלט ער געווען דער ערשטער ארויסגעפאלענער, נישט פון די פרעזידענט רעיס, נאר פון פובליק סקול, אבער כ'מיין אז דאס איז איי פון די חורבנות טאקע פון די געדאנק פון רויעל פעמילי'ס, אז זיי קומען אן צו העכערע שטאפלען ווי די מיטעלע קלאסן נאר אין זכות פון זייערע עלטערנס געלט, א זאך וואס איז ווערד פארדאמונג פון רעכטדענקנדע.

אויף די סיבה פארוואס טראמפ האט גענאסן פון שטיצע ביי חסידים און חרדישע אידן, האט שוין יעדע צייטונג פארגאסן טינט, אבער הצד השוה שביניהם איז ווייל חסידים זענען גאר געלטגייציג, און די סיבה דערצו איז קלאר, ווייל זיי האבן נישט קיין געשמאקע וועלט, נאר געלט רעדט צו זיי.

חתונה האבן ביי חסידים איז א ביזנעס, נישט קיין ליבע שפיל, דעריבער געבן זיי זיך אויס די **** דרייוו אין די דזשאב, זיי ארבעטן אווערטיים און קומען קוים אהיים ווייל זיי האבן נישט ליב די ווייב, עס איז נאר א מיטל צו די קינדער פראדוקציע וואס יעדער פירט ביי זיך אין שטוב.

רעד צו א חסיד וועגן גיין פארברענגען אין א פארק אליין, אדער מיט די ווייב, אן קיין 'חבירים מיט בארביקיו'ס און גיטארס' און עס זאל נישט זיין 'ליל שישי', נאר סתם א דינסטאג נאכמיטאג, ער וועט נישט וויסן וואס איר ווילט פון אים, פארוואס זאל ער גיין אין פארק? ס'גייט אים ברענגען געלט?

דעריבער איז די נקודה המשותפת פון טראמפ און די חסידים וויבאלד ביידע גלייבן נישט אין די שיינקייט םון די וועלט, און אז מען קען אינדזשויען לייף, ביי זיי איז עס נאר געלט מיט געלט, ווייל דאס איז די איינציגסטע טעם וואס זיי שפירן.

אין אייראפע איז געווען א קלער לעצטנס צו שניידן די שעות פון ווארקדעיס צו פיר טעג א וואך און זעקס שעה א טאג, די סיבה דערצו איז ווייל דער אייראפעאישער איז מער פאמיליע געשטימט, און ער איז מער אינטערסירט צו אינדזשויען זיין לעבן ווי אזנזיין עקאנאמיע זאל בומען און אז זיין פרעזידענט זאל רעדן ווי א טויטע פייגל. דער אייראפעאישער איז מער אויסגעשטעלט צו גיין פארברענגען און פשוט זיך ליב האבן מיט די בריאה, ווי דער אמעריקאנער כולירע וואס לויפט נאך דעם דאלער ווי א קעצל נאכן מייזל.

ס'נאך דא א סאך צו שרייבן, דאס איז פאר יעצט.

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר