בִמְקוֹם שֶׁאֵין אֲנָשִׁים, הִשְׁתַּדֵּל לִהְיוֹת אִישׁ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

בִמְקוֹם שֶׁאֵין אֲנָשִׁים, הִשְׁתַּדֵּל לִהְיוֹת אִישׁ

שליחה דורך גדליה »

הייליגע ברידער און שוועסטער, אחי ורעי, ידידים און גוטע פריינט, שלומכון יסגון.


הלוואי ווען מיר קענען דא קומען פרייליך מאכן יודן, מאכן א וויץ מיט בייסיגע היומאר און ארויפברענגען א שמייכעל אויף די לעפצען. אבער ס'שמייכעלט זיך נישט, ס'לאכט זיך נישט. יודן זענען פארציטערט און פארדאגהט. צענדליגע משפחות זענען פאר'אבל'ט, אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה, און רחמנא ליצלן די טרענד גייט דערווייל נישט אראפ. הונדרעטע משפחות גייען אפרעכטען די סדר אן די ראשי המשפחה, צי ווייל ער/זי ליגט אויף א רעספערעיטער אן קאנטשעס, צי ווייל ער/זי איז שוין אין עולם שכולו טוב און רעכט אפ א סדר מיט די צדיקים וקדושי עליון.
מ'ברויך קיינעם נישט מסביר זיין. ס'איז אין בית אשר אין שם חולה או מת. יעדע חרדישע יוד וואס איך קען פארמאגט נאנטע און באקאנטע וואס ראנגלען זיך מיט'ן מלאך המוות, ס'קומט טרערן ביים שרייבן די שורות. יא, ס'איז געווען צווישען אונז וואס האבען זיך געראכטען אויף א שווערע תקופה, אבער ווייניג האבען געוויסט וואס פארא חורבן דא קומט.
מורי ורבותי, מיר ברויכען זיך צאמנעמען און זיך שטארקן. מיר גייען האבן א לאנגע צייט פון אבילות און טרויער, אבער לעת עתה בשעת די קריזיס מיז מען זיין שטארק און פעלזען פעסט. אזוי ווי ליידער האט די שרעקליכע קריזיס באטראפן די שענסטע אין די בעסטע פון עם ישראל, די זקני הדור, די פארי העדה, די רבני העיר, די חשובסטע און טייערסטע, סיי די וואס זענען באטראפן געווארן בגוף, און סיי די וואס זענען באטראפן געווארן ביים דעת, און ס'איז נישט דא ווער ס'זאל זאגען דעם דבר ה' ברמה, וועל מיר זיך אונטערגארטלען מיט'ן כח הציבור און זאגן עטליכע חיזוק ווערטער, און לאמיר טאקע אליין נתחזק ווערן.
ברידער טייערע גלייבט מיר ס'רינט מיר טרערן ביים שרייבן די שורות, מיר האבן נישט ערווארטעט דאס. ניין און ניין. כ'מיין יא, מ'האט עס ערווארטעט, אבער נישט אויף אזוי שרעקליך. מיר האבן געהאפט ביז די לעצטע מינוט אז עפעס א נס וועט דא געשען, צי מ'וועט אויפקומען מיט א ווינדער מעדעצין, צו דר'עולם וועט זיך נעמען אין די הענט אריין, צו די וויירוס וועט פארשווינדן ווערען און פארלירען איהר כח, אבער ניין, ס'האט נישט פאסירט.
וואס קענען מיר זאגען אין אזא צייט? לאמיר געבען עטליכע הדרכות, און אויב וועט דאס העלפען אפילו איינעם והיה זה שכרי.

א. הוי דן את על האדם לכף זכות. ס'איז ליידער א מצב וואס אויזער די געפאר פון די וויירוס איז דא א געפאר פון מענטשען וואס מאכען אוועק די סכנה און פשוט לאכען זיך אויס, טייל פון זיי באקאנטע פונדיטן און אפילו אנשים באיצטלא דרבנן, רחמנא ליצלן. איך ווייס נישט פון וואס זיי לאכען, איך וויין און וויין, און אין אלגעמיינע צייטען קען איך זייער גוט לאכען און חוזק מאכן און אוועקמאכען. כ'האב נישט קיין אהנונג וואס זייער חשבון איז, כ'פארשטיי עס נישט, כ'באגרייף עס נישט.
עם כל זה פראביר איך שטארק דן צו זיין לכף זכות אזעלכע יודען. אפשר קען זיין אז צוליב די צרות זענען זיי נעבעך אראפ פון זינען ל"ע, ווי מ'האט געהערט ביי די מלחמה אזאלכע מעשיות, אפשר קען זיין אז זייער מאמע האט זיי נישט אויסגעלערענט לא תרצח, כ'ווייס נישט. אבער מ'ברויך געדענקען א וויכטיגע כלל: די קענסט נישט איבערמאכן די וועלט.
יעצט איז א צייט וואס יעדע מענטש מיז טון ככל מה שביכלתו פאר זיך אין זיינע נאנטסטע, סיי פאר די וואס זענען אין געפאר, און סיי פאר די אייגענע בני בית, צאמצוהאלטן די שטוב, זיין פרייליך פאר די פאמיליע, זיך אפגעבען מיט יעדען זייערע געברויכען, און מ'קען זיך נישט לאזען אריינפירען אין מחשבות פון כעס און שנאה. יעדער דארף טון תכלית וואס ער קען אפצוראטעווען אידן פון סכנה, און צו ראטעווען די אידען וואס זענען נישט אין סכנה פון אריינצופאלן אין מרה שחורה אדער ערגערס חלילה.
רבותי! איך בעט אייך טייערע יודן, לאזט זיך נישט איבערנעמען פון קלי דעת וריקים, מ'טאר נישט ווערען צעהיצט פון יעדע נערישע וואטסאפ מעסעזש ווייל ס'ליידער דא אסאך שרעקליכע מענטשען אויף די וועלט, מענטשען ווי איך און דו וואס טרינקען קאווע יעדע צופרי און טראגן א הוט און רעקעל, וואס שפיכות דמים איז ביי זיי נישט אזא וויכטיגע זאך אויף די אזשענדע, יא ס'דא אזעלכע מענטשען, ס'איז אלץ געווען און ס'וועט אייביג זיין. ביי די מלחמה זענען געועון יודן וואס האבן אקטיוו געהאלפן פארטיליגן זייערע ברידער, ביי די חורבן ביהמ"ק זענען געווען בריונים וואס זענען געגאנגען אויף א סואיסייד מישען און גורם געוען צו די חורבן פון כלל ישראל. די בריונים זענען דא און מ'דארף וויסען ווער זיי זענען און שטיין ווייט כמטחוי קשת. חוץ איינער וואס קען האבען א השפעה ברויך רעדען צו זיי און טון וואס מען קען, אבער מ'טאר זיך נישט לאזן ווערען איבערגענומען פון זייערע רציחה'שע מעסעזשעס און צעטלעך.

ב. די תורה איז ליידער היינטיגע צייטן כאבן שאין לו הופכים. ממש הלכות פסוקות וואס די גאנצע תורה שטייט אויף דעם זענען נעלם געווארן. לאמיר איבערגיין די פשוט'ע הלכות: וחי בהם איז א חיוב מדאורייתא, א מענטש האט נישט קיין רעכט זיך צו שטעלען אין א סכנה, אפילו אזא קליינע סכנה ווי עסן פיש און פלייש צוזאמען, אדער טרינקען וואסער וואס איז נתגלה געווארן ביינאכט, כל שכן א אמת'ע סכנה. די רמבם פסקעט אז איינער שטעלט זיך אין א סכנה איז ער חייב מכת מרדות.
לא תרצח איז א לאו מדאורייתא, פון די דריי עבירות וואס א מענטש ברויך זיך מוסר נפש זיין. דעס רעכענט אריין איינער וואס איז גורם צו רציחה, כל שכן א קרוב למזיד. מ'טאר נישט אריינשטעלען א צווייטען אין א ספק סכנה, אדער אין א מחלה. אפילו די וואס לעבען עס איבער, יעדער ווייסט שוין ליידער וואס דאס מיינט אז א משפחה האט א מיטגליד וואס איז אין שפיטאל אן קאנטשעס, ווי די הערצער זענען פארצאפעלט און מ'גייט ממש אראפ פון זין ל"ע.
פיקוח נפש שטייט אין חז"ל אז מ'גייט לויט די גרעסטע חומרא, אפילו אויף א מעגליכע ספק ספיקא צל של סכנה דארף מען עוקר זיין די תורה. אפילו ס'איז דא צוויי דאקטוירים וואס זאגען אז די מענטש איז אין א סכנה, אפילו הונדערט דאקטוירים זאגען פארקערט, אפילו די מענטש אליין זאגט פארקערט, ברויך מען מחלל זיין יום הכיפורים. ס'האט גארנישט מיט די גאווערמענט. אויב א דאקטאר זאגט אז יעדע מאל צוויי מענטשען זענען צוזאמען איז א סכנה די וויירוס זאל אריבערגיין, און אזוי זאגען כמעט אלע דאקטוירים פון די גאנצע וועלט, איז דאס א חיוב גמור על פי תורה אויסצופאלגען. No ifs and buts. נישט דא קיין מנין און נישט קיין סדר נאכט מיט די משפחה און נישט קיין גארנישט.
אבער דא איז נאך מער, ס'האנדלט זיך נישט נאר פון וחי בהם, נאר ס'האנדעלט זיך פשוט פון לא תרצח. א מענטש דארף עובר זיין יעדע איינציגע עבירה אין די תורה אבי נישט צו פארגיסען א צווייטענס בלוט. יא אפילו ער איז אלט און קראנק און שוואך. אדרבה די קראנקע און עלטערע איז דא א עקסטערע חיוב זיי צו באשיצען. כל שכן ווען די וויירוס האט שוין אפגעקאסט א גרויסע צאל געזונטע און יונגע מענטשען אחינו בני ישראל ר"ל. שפיכות דמים איז פון די דריי הארבסטע עבירות וואס קיין שום אנדערע עבירה איז נישט קיין פארגלייך צו דעם. געוואלד יודן, מאי חזית דדמא דידך סמיק מחברך??!! די פשוט'ע סברא איז שטערקער פון יעדע אנדערע מצוה אין די תורה.
ברוך ה' אז מיר לעבען אין א פארגעשריטענע וועלט און מיר ווייסען ווי אזוי א וויירוס ארבעט און ווי אזוי מען קען מקיים זיין אלע מצוות פון די תורה אן דעם וואס מ'זאל שטעלען איינעמ'ס לעבען אין א סכנה. די וויירוס גייט בעיקר אריבער פון מענטש צו מענטש,בעיקר פון מויל/נאז צו מויל/נאז, במילא אז מען שטייט ווייט פון א צווייטען מענטש, אויסער די בני בית וואס מ'וואוינט צוזאמען אין איין שטוב, און ווער ס'האט א מאסק טוט אן א מאסק יעדע מאל מ'גייט אין גאס, קען מען זיין בטוח אז מ'האט חלילה נישט געווען א מזיק און א רוצח נפש בשגגה.

ג. ס'איז פסח אויף די וועלט, וויל איך בעטן אלע וואס זענען סרים למשמעתי מ'זאל אויספאלגען אלע הלכות ביעור חמץ על פי תורה, און ישראל קדושים הם זאל מען אפילו נזהר זיין אין חומרות. מ'זאל אפווישן די ווענט, און אויסקערען די ערד פאר יום טוב, אויך זאל מען וואשען די טעפ וואס מ'נוצט פאר חמץ א גאנץ יאר. קוקטס אריין אין טוש"ע וועט איר זען אז דאס איז למהדרין מן המהדרין, לויט ווי איך פארשטיי דארף עס נישט נעמען מער ווי א האלבע טאג.
טייל רבנים פון די פרומסטע קרייזען האבען גע'פסק'עט אז מ'מעג עסען קנאבעל אן קיין התרת נדרים. וויל איך זאגען אז דאס איז א פאלטשע פסק, ווייל קנאבעל העלפט נישט פאר די וויירוס, במילא יעדער וואס וויל עסען קטניות זאל מאכען התרת נדרים אויפ'ן טעלפאן, און אזוי מעג מען עסען קנאבעל באנדלען און רייז אן קיין שום פראבלעם.
אסאך אידען האבען אנגעמערקט אז די פאניק קען גורם זיין שווערע פראבלעמען, טאקע נישט בגוף, אבער בנפש קען עס מאכען שווערע פראבלעמען, במילא זע איך נישט קיין שום היתר צו מחמיר זיין אויף קיין שום א. ג. חומרות שאין להם מקור בגמרא ושו"ע, ווי למשל נישט עסען פיש, עסען געבראקטס, כידוע די אלע זאכן ברענגען א אנגעצויגענקייט און נערוועזקייט, און אין אזא צייט וואס דער מלאך המוות שפאצירט אין די גאסען איז נישט דא קיין שום היתר צו מאכען א אנגעצויגענקייט.
מ'דארף "נישט" פארקויפען די חמץ. נישט דא אזא זאך פארקויפען די חמץ, חוץ אז איר זענט א געשעפטס מאן וואס וויל האלטן חמץ אויף נאך פסח. אז איר זענט פארט נישט רואיג, טוטס די אימעיל מכירת חמץ.

ד. ס'איז א שווערע ענין אבער מיר מוזען עס ארויסברענגען.
יעדע יוד איז א מעגליכע רוצח נפש בשגגה, יא איך און דו און יעדער וואס דאווענט אין דיין שוהל. מיר האבען אלע בלא יודעים (און צומאל אפילו ביודעים ליידער) גע'הרג'עט מענטשען. אפשר דו אליין נישט, אבער דו האסט עס געגעבן ווייטער און יעדער האט עס געשיקט ווייטער און לכאורה האסטו און איך גורם געווען צו מיתת בני אדם. רבותי, דאס דארף א תשובה. כ'ווייס נישט פונקטליך די תשובה, אבער מ'דארף אריינקוקען אין די ספרים וואס רעדען וועגען דעם, און ווען די מגיפה וועט זיך אפשטעלען דארף דאס א תיקון.
דאס איז זיכער אז לעת עתה איז די בעסטע זאך תשובת המשקל. מ'בלייבט אינדערהיים. נאך קיינמאל נישט געווען אין די לעצטע הונדערט יאר אז א פשוט'ע יושב בטל איז מקיים די סאמע גרעסטע מצוות אין די תורה. וחי בהם. לא תרצח. לא תעמוד על דם רעך. ווען נישט וואס ס'איז א עת צרה וואלטען מיר געדארפט טאנצען און זינגען אשרינו מה טוב חלקנו אז מיט טון גארנישט, מיט זיצען אויף וואטסעף אינדערהיים ביי זיך אין שטוב טוט מען די גרעסטע מצוה. דאס איז זיכער א גרויסע תיקון. כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, וההיפך בהיפך.
ווי אזוי ברויכען מיר זיך אומגיין מיט די רוצחי נפש בשגגה וואס הערען די שמועות מחרידות, אבער ווילען נישט תשובה טוהן און זענען עומד במורדם, דרייען אן מנינים, לויפען אין מקוה, גייען ארום צו סדרים, שטיפען זיך אין גראסעריי, כאטש זיי האבען געהערט פון אלע אזהרות? לכאורה זענען זיי א מומר על כל התורה כולה, און מ'טאר בכלל נישט האבען א שייכות מיט זיי, נישט יעצט און נישט קיינמאל, ביז זיי טוען תשובה און זענען מפרסם ברבים זייער חרטה.

ה. והחי יתן אל לבו. טראכט אביסעל אריין וואס דאס מיינט לעבען, וואס דאס מיינט אז מ'קען אטעמען! וואס דאס מיינט א געזונטע לונג וואס לאזט די מענטש אריינעמען לופט און ארויסטראגען קארבאן דיאקסייד צו ווייסעך וואס די דאקטוירים רופען עס אן. וואס מיינט אז מ'ברויך נישט קיין מאשינען פאר די קידניס. ווען האמער אונז א געלעגנהייט צו אפרישיעיטן די לעבענס וויכטיגע גלידער? יעצט איז די צייט! אטעמט אריין און ארויס און דאנקט די רבונו של עולם פאר יעדע ברעקעל לופט.
רבותי, לאזטס נישט די קריזיס צוברעכען אייער געמיהט, ניצט עס אויס צו אפרישעיטן וואס לעבען באדייט, ווי איין מינוט אויף די צווייטע קענסטו פארלירן די שענסטע און טייערסטע. און יעצט אז דו האסט עס יא, דו האסט געזונטע לונגען און א שטארקע גוף, נוץ עס אויס. יעדע רגע איז א מתנה. דער שטערקסטער מענטש גייט אמאל קראנק ווערען און שטארבען, אז מ'קומט פנים אל פנים מיט די מלאך המוות, ברויך מען כאטש אוועקנעמען עפעס א גוטע לעקציע וואס זאל בלייבען אין די ביינער.

ו. אינפארמאציע איז קריטיש וויכטיג אין אזא צייט, במילא פסק'ן איך אז ס'איז א חיוב גמור צו האבען צוטריט צו אינטערנעט, ווייל די מקוואות זענען דאך פארשפארט במילא קיין נייעס פון דארט קען מען נישט באקומען. מ'זעהט בחוש אז די מענטשען וואס האבן צוטריט צו אינטערנעט זענען מער נזהר און פארשטייען בעסער די סכנה, במילא איז דאס א חלק פון דעם וחי בהם, צו וויסען וואס מ'האט צו טון און וואס די עקספערטן זאגען, ווייל די פאקט האט געוויזען אז די היימישע טעלעפאן ליניעס און צייטונגען זענען נישט פולקאם פארלעסליך ווייל זיי האבען מורא פון די אפיקורסים וואס לאכען אפ פון די הארבסטע עבירות שבתורה.
די אידן וואס זענען מקיל און פארמאגען נישט קיין אינטערנעט, און זיי פארלאזען זיך אז אנדערע וועלען זיי שוין זאגען, דארפן אוודאי נזהר זיין אויסצוהערן די ווערטער פון די וואס האבען יא אינטערנעט און חלילה וחלילה נישט אפלאכען, כי בנפשנו הדבר. אזוי אויך די וואס פאלגען אויס מיין פסק און האבען אינטערנעט, זענען מחוייב צו אינפארמירען אזאלכע מענטשען, און זיי צו וויסען טון די פשוט'ע זאכען וואס די מעדצינישע עקספערטען זאגען.
מ'ברויך געדענקען אז ס'איז דא יודען וואס ווייסען פשוט נישט, און ס'ליגט א פליכט זיי צו מקרב זיין און פארשטיין געבען מיט א פשוט'ע צוגעלאזענע שפראך וואס דא טוט זיך. אפילו קודם לאכט ער אפ, צום סוף וועט אפשר עפעס אריינגיין, והנסיון מוכיח אז מ'מוז רעדן און רעדן און מ'טאר זיך נישט אפשטעלן.
(כמובן אז דא רעדט מען נישט פון די נידערטרעכטיגע לצים וואס האבען יא צוטריט צו אלעם און שטעלען אן א פנים כאילו זיי ווייסען נישט און הערען נישט און נאר אלע קאנספיראציעס קענען זיי נאכזאגען, פון אזאלכע מענטשען מוז מען שטיין ווייט, אויסער די מענטשען וואס זענען באהאווענט און ווייסען ווי אזוי מ'רעדט צו אזאלכע אפיקורסימ'לעך וואס שפאצירען אויף טויטע גופים און די הארץ גיבט זיי נישט קיין שאקעל, מ'רעדט דא פון יודן וואס זענען באמת אומוויסענד).

מורי ורבותי, ס'קומט א שבת אויף דער וועלט, מיר מוזען זיך אפשטעלען. ס'קומט א שבת הגדול, א גרויסע שבת, א שבת הגדול ווייל ס'איז געשען א גרויסע נס. ליידער אין אונזער דור איז נישט דא ווער זאל קענען זאגען אז ער גייט ברענגען א נס. מיר ווייסען ניטאמאל ווי אזוי א כזית קוקט אויס, און מיר ווייסען נישט וואס דריי שטערענס באדייטן. כל שכן אז ס'איז נישט דא ווער זאל קענען זאגען ווי ר' יהושע בן חנניה אז יא, מיין תורה איז גענוג חשוב און הייליג אז ס'גייט באשיצען יעדען איינעם. נישט דא א מענטש אין די וועלט וואס קען זאגען אז יא, איך ענטפער אמן בכל כוונתי במילא גייט מיין אמן יהא שמיה רבא צורייסען די גזירות. ניין! נישט דא אזא מענטש.
ס'איז אבער יא דא מענטשען וואס טוען די השתדלות, הצלה לייט, דאקטוירים, נורסעס, וואס צערייסען זיך כדי מענטשען זאלען איבערלעבען די שווערע מחלה פון Covid-19 וואס הרג'עט די שענסטע און די בעסטע. ועל כולם, פשוט'ע מענטשען וואס פאלגען די אזהרות און זיצען אינדערהיים ווייל דאס איז יעצט די ריכטיגע זאך. דאס זענען מענטשן וואס זענען העלדען, וואס מ'דארף ארויפקוקען אויף זיי. אזוי אויך אלע מענטשען וואס טוען וואס זיי קענען צו מעורר זיין די ציבור, צו שרייען געוואלד יודען ראטעוועט, שכרם הרבה מאוד.
ס'איז א זמן וואס מיר האבען פארלוירען די כח הציבור. יעדע יחיד ויחיד דארף ביי זיך אליין, ביי זיך אין שטוב, ביי זיינע נאענטע און ידידים, טוהן דאס בעסטע וואס ער אדער זי קען, יעדע מענטש זאל טוהן וואס האלט אים אין שווערע צייטן, און אמאל דארף מען זיך פארטוהן מיט עפעס אנדערש און נישט טראכטן אזויפיל פון די מתים און חולים ל"ע. ס'קען אפילו זיין שווער זיך אפצוהאקען אבער אמאל מוז מען עס טוהן.
הייליגע יודען, זייט מקבל דעם שבת, זייט מקבל דעם יום טוב מיט שמחה און פרייליכקייט, רעכט אן דעם סדר ביי זיך אינדערהיים ווי בני חורין, אפילו מיר זענען אין גלות ברוחניות ובגשמיות. דער אמת בלייבט אמת. האלט זיך שטארק און פעסט און זייט מחזק די ארומיגע.
לאמיר שעפטשען א תפילה צום בורא כל עולמים, הייליגער באשעפער, קוק אראפ אויף דיין פאלק, האב שוין רחמנות. זעה אונזער ביטערע מצב, זע אונזער שפלות, זע אונזער פארלוירענקייט, זע אונזער צובראכענקייט, מיר זענען כצאן בלי רועה, אין נביא ואין חוזה. קרב יום אשר הוא לא יום ולא לילה, העלף שוין אונזערע פארלוירענע ברידער און שוועסטער, מאך זיי זעהן דאס ליכטיגקייט, ברענג שוין די עכטע ישועה, ומלאה הארץ דעה את ד' כמים לים מכסים.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר