וואס האבן מיר שוין געוואוסט וועגן קאראנא אום פורים תש"פ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

וואס האבן מיר שוין געוואוסט וועגן קאראנא אום פורים תש"פ?

הודעהדורך ראובן » זונטאג אפריל 05, 2020 3:37 pm

אין ליכט פון @תחכמוניקריטיק אויף @קטלא קניאארטיקל אין @דער וועקער, דארפן מיר קלאר דאקומענטירן וואס אונזערע פירער האבן שוין געוואוסט און האבן שוין געקענט וויסן אום פורים תש"פ, ווען זיי האבן געפראוועט ריזיגע טישן מיט טויזנטער מענטשן צוזאמענגעדרוקט כמדי שנה בשנה -- וואס ווי מיר אלע ווייסן היינט אז דאס האט בלי שום ספק געקאסט קרבנות. אזוי אויך די טראגישע באשלוסן פון די מנהיגים אין דער וואך נאך פורים.

א. וואס גענוי די רעגירונג רעגולירט איז נאר א מינימום. די רעגירונג איז קיינמאל נישט די ערשטע צו ברענגען די בעסטע רעגולאציעס, ווייל זיי קענען נישט אלעס אסר'ן און זיי מוזן לאזן א פתח פאר מענטשן אויך צו נוצן דעם אייגענעם שכל. יעדער פארשטייט אז מ'דארף הערן וואס דאקטוירים און עקספערטן זאגן. רבנים האבן נישט קיין פראבלעם צו אסר'ן סמארטפאנס אפילו די רעגירונג לאזט; רבנים האבן נישט קיין פראבלעם צו אסר'ן מויסטשיור קיור אפילו די רעגירונג לאזט; רבנים האבן נישט קיין פראבלעם מתיר צו זיין קנאבל אויף פסח אפילו די רעגירונג (און מעדיצין) אנערקענט דאס נישט פאר קיין רפואה; רבנים האבן נישט קיין פראבלעם צו אסר'ן עסן פיש און פלייש צוזאמען, אדער צו רעדן אינמיטן א סעודה, מחמת סכנה, אפילו די רעגירונג לאזט.

ב. תענית אסתר תש"פ האט שוין יעדער געוואוסט אז דאקטוירים רעקאמענדירן אז מ'זאל זיך נישט געבן די הענט צוליב דעם וויירוס. אין דער זעלבער צייט האט דער מונקאטשער רבי חוזק געמאכט פון דעם. נאך האבן אפגעשפעט דערפון, נאר דער מונקאטשער רב איז אויף ווידעא. דער באבובער רבי האט זיך יא געהיטן פון געבן דעם האנט.

ג. מ'דארף נישט זיין קיין וויסנשאפטלער צו פארשטיין אז אויב מ'מעג נישט געבן די האנט (ווי האדמו"ר מבאבוב האט זיך געפירט) איז א סכנה נוראה אנצושטאפן א ביהמ"ד מיט הונדערטער אידן. בעצם יום הפורים האב איך גערעדט מיט פילע אידן וואס האבן פארשטאנען און געזאגט אז די טישן וועלן קאסטן טויטע. ווי ווייט איך ווייס האבן אלע גרויסע רבי'ס געפירט ריזיגע טישן, און געלאזט זייער עולם צוזאמענגעדרוקט טראץ די גרויסע סכנה.

ד. מערץ 8, א טאג פאר תענית אסתר, האבן מעיאר דעבלאזיא און גאווערנאר קאומא געבעטן מענטשן צו זיין פארזיכטיג נישט אריינצוגיין אין א באס אדער טרעין וואס איז פול. און האבן אויסגעשמועסט אז פלעצער וואס זענען אנגעפילט פארשפרייט די מחלה. דער פאקט אז די צוויי פאליטיקאנטן וועלכע זענען געווענליך אויף מעסער-שטעך זענען זיך צוזאמענגעקומען צו בעטן דעם עולם זיך צו היטן, האט אונטערגעשטראכן ווי סכנה'דיג דער מצב איז.

ה. דר. פאוטשי האט מערץ 8 געזאגט אויף דעם "60 מינוטס" פראגראם געזאגט אז אין געגנטער וואו עס זענען פאראן אינפעקטירטע (ווי ניו יארק סיטי) זאל מען טון "סאשעל דיסטענצינג".

ה. מערץ 9, תענית אסתר, האט מעיאר דעבלאזיא געבעטן אז ווער עס קען זאל נישט אריינגיין אין דער ארבעט, נאר זאל ארבעטן פון דער היים.

ו. מערץ 9 האט דעבלאזיא אויך גערעדט וועגן "סאשעל דיסטענצינג". אזוי אויך דר. אנטאני פאוטשי האט גערעדט וועגן דער וויכטיגקייט פון זיך האלטן ווייט פון מענטשן כדי צו פארמיידן דאס פארשפרייטונג פון דעם וויירוס.

ז. זונטאג נאך פורים, ווען דער מצב איז געווארן ערנסטער, און אפילו כמה קהילות האבן אנגעהויבן נעמען דעם מצב ערנסט יענעם שבת נאך פורים, האט זיך אנגעפאנגען א וואך פון צעגערן וואס האט ווידער געקאסט קרבנות. באבוב האט ענדליך גענומען דעם מצב ערנסט, אבער אנדערע קהילות האט נאך גענומען עטליכע טעג. יעדן טאג זענען אפגעראכטן געווארן חתונות און מסיבות וואס האבן ווייטער פארשפרייט די מחלה. גדולי הרבנים האבן נישט נאר נישט אפגעשטעלט די חתונות, נאר האבן זיך באטייליגט מיט סידור קידושין.

ח. שוין נאכדעם וואס די רעגירונג האט רעקאמענדירט צו פארשפארן שולעס, און האט פאקטיש אפגעשלאסן די פובליק שולעס, האבן אונזערע מנהיגים זיך נאך געשלאגן צו האלטן אפן אונזערע מוסדות. האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר האט געשריגן אז ער וועט זיך שלאגן צו האלטן די מוסדות אפן. עס האט גענומען 5 טעג ביז איינער איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק צו געבן פאר די רבי'ס פערזענליכע עטענטשן דורך זיי איינרעדן אז זיי באקומען א טעלעפאן רוף פונעם ווייסן הויז, און דאס האט ב"ה געהאלפן.

ט. הגאון רבי חיים קנייבסקי האט נישט געלאזט פארשפארן בתי מדרשים ביז בני ברק איז געווארן דער עפיצענטער פון דער מחלה אין ארץ ישראל.

י. די עדה החרדית האט ארויסגעגעבן א כרוז אז מ'טאר נישט פארשפארן בתי מדרשים.

י"א. עד היום הזה זענען נאך דא מנינים אין פילע בתי מדרשים, און עס איז נאך אלץ נישט ארויסגעקומען א קלארע הוראה פון היימישע רבנים אז עס איז אסור צו דאווענען מיט א מנין, און רוב פון זיי אליין דאווענען מיט מנין. סאטמאר ראדני האט געהאט מנינים נעכטן, שבת אינדערפרי. סאטמאר בארא פארק 52 האט מנינים יעדן טאג. דאס זעלבע סאטמאר-מאנסי, תולדות אהרן, ועוד.

י"ב. מ'שטייט יעצט דריי טעג פאר פסח, און רוב רבנים זענען שטיל. די זעלבע רבנים וואס רעדן און שטורעמען ווען עס מאכט זיך סיי וואספארא פירצה בחומת הדת, פארלאזן זיך אויף צעטלעך פון שמשים און גבאים ווען לעבנס ווערן פארשניטן. טויזנטער יונגעלייט פלאנען צו פראווען סדרים ביי זייערע עלטערן און זיי לייגן אין א סכנה, און עס הערשט א גענצליכע שטיל-שווייגעניש.

נישט אלע רבנים זענען שולדיג אויף אלעם. הג"ר אהרן שיף האט תיכף געכאפט דעם פראבלעם. כפי השמועה האט דער סטאלינער רבי תיכף געטון דאס מערסטע וואס איז שייך, און האט אויפגעפאדערט אלע זיינע חסידים שטרענג צו פאלגן אלע הוראות פון דאקטוירים. אפילו פון די שולדיגע רבנים וואס האבן גע'הרג'עט מענטשן דעם פארגאנגענעם פורים, זענען פאראן אזעלכע וואס האבן זיך כאטש תיכף נאכדעם געכאפט, און האבן זיך גענומען טון די ריכטיגע שריט (ווי האדמו"ר מבאבוב). אנדערע זענען אנגעגאנגען מיט זייער שפיכת דמים פאר נאך לאנגע בלוטיגע טעג, און מאנכע גייען נאך אן מיט די שפיכת דמים ביז'ן היינטיגן טאג.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2624
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10320 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג אפריל 05, 2020 3:43 pm

קוק וואס ראובן האט שוין אויפגעטון...
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20200405_154326.jpg
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1439 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג אפריל 05, 2020 3:47 pm

איך גיי נישט איבערזאגן דעם זעלבן מציאות נאכאמאל אין יעדן אשכול, ר' אהרן שיף האט גארנישט געכאפט פריער, נאר די רעגירונג אין אנטווערפן האט פארשפארט בתי מדרשים פריער. שבת פרה האט שוין אלעס געדארפט זיין פארשלאסן, און דעמאלטס האט ער גערעדט צום ערשטן מאל.

סטאלין, גור און באבוב האבן געגעבן קלארע הוראות שבת פאר פורים זיך צו האלטן אין די ראמען און העכער 60 זאל בלייבן אין שטוב. אויסער זיי קומט זיך פאר קיינעם נישט קיין קרעדיט.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1439 מאל

הודעהדורך תחכמוני » זונטאג אפריל 05, 2020 3:56 pm

זייער א וויכטיגער אשכול.

איך ציטיר דא וואס איך האב געשריבן אין אן אנדערן אשכול. ווער עס ווייסט מער אינפארמאציע איז מכובד ארויפצושטעלן.

תחכמוני האט געשריבן:אזוי ווי איר קענט דא זעהן האט דער גאווערנער ערשט באפוילן אויף מערץ 12 (2 טעג נאך פורים) אז מען זאל נישט האלטן קיין מסיבות מיט מער ווי 500! מענטשן. ערשט אויף מערץ 15 האט מען פארשפארט די שולעס. הגם עס זענען שוין ארומגעגאנגען אנווייזונגען פון הצלה פון פאר פורים צו פארמינערן גרויסע סעודות, איז עס געווען מער ווי א גיידליין און עס איז פארשטענדליך אז געוויסע מענטשן האבן דאס נישט אנגענומען מיט דער ריכטיגער ערענסטקייט. איך קום נישט דא פארענטפערן די רבנים. געוויסע האבן דאס טאקע נישט גענומען ערענסט (זעה די קליפ פונעם מונקאטשער), אבער איך מיין אז רוב פון זיי האבן גאר שנעל איינגעזעהן אין דעם און האבן געפאלגט די גאווערמענטס באפעלונגען.

על כל פנים, אויב דאס איז נישט אמת פארלאנגט זיך עס כאטש א בעסערע באהאנדלונג. וועלכע רבנים האבן זיך אויסגעלאכט און ווען?
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"

Thomas Paine -
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג אפריל 05, 2020 4:02 pm

איך קען צולייגען מידיעה אז די היימישע רפואה עסקנים הצלה וכדומה האבן שוין פאר פורים געהאלטן אסיפות און גערעדט מיט רבנים וואס צו טוהן, אבער קיינער האט נישט געהאלטן ביים זיך נעמען אין די האנט אריין און ארויסגעבן די מידנסטע הוראה. חוץ די ממש געציילטע זאכן וואס מיר האבן דא געזעהן.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3896
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6147 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 05, 2020 4:04 pm

ווער ווייסט צו ווען נישט דעם מיסטעריערזן פארשוין פונעם ווייסן הויז וועלכע האט פארדרייט א קוטשמע איבער א קאנפערענץ קאל מיט'ן פרעזידענט צו די מוסדות און קהילה צענטערן וואלטן נאך געווען געהעריג אפן.
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3722
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

וואס האבן מיר שוין געוואוסט וועגן קאראנא אום פורים תש"פ?

הודעהדורך מי אני » זונטאג אפריל 05, 2020 7:21 pm

זיי וואלטן ווען געדארפט טוהן אויף פורים דאס פארקערטע פון "לך כנוס את כל היהודים".
ראובן האט געשריבן: רבנים האבן נישט קיין פראבלעם מתיר צו זיין קנאבל אויף פסח אפילו די רעגירונג (און מעדיצין) אנערקענט דאס נישט פאר קיין רפואה.
מיט דעם קען מען אפשר זאגן (בדרך צחות?) א סארט פשט אין דאס אז די פסוק זאגט (קהלת ז טז-יז) אל תהי צדיק הרבה וגו׳ אל תרשע הרבה וגו׳. און אויף דעם דרש׳נט די גמרא (שבת לא:) אלא מי שאכל שום וריחו נודף יחזור ויאכל שום אחר ויהא ריחו נודף ע״ש. והיינו, ערשט איז מען א ״צדיק הרבה״ וואו מען דארף נישט און וואו מען דארף ווען אפשטעלן דאס אידישע ציבור׳ישע לעבן [״אל תהי צדיק הרבה״], און דערנאך איז מען מציע אויף נאך און נאך שום.

ובסתם דער פרימ״ג זאגט סתם אזוי (או״ח סימן תסד באשל אברהם ס״ק א) אז פאר ת״ח בצינעה איז שום בפסח מעולם נישט א פראבלעם ע״ש. נו, וואו איז (ליידער) דא א מער ״צינעה״ בביתו ווי היי יאר?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום זונטאג אפריל 05, 2020 9:55 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1662
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1227 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » זונטאג אפריל 05, 2020 7:42 pm

רבי יוסי בן אלישע אומר אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל שכל פרענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל

ביים האלאקאוסט קען מען נאך טענהן אז די רבנים האבן אליינס נישט געוויסט דעם מצב און דערפאר געלאזט אידן גיין כצאן לטבח, אבער דא האט מען דאך געשריגן און געווארנט!

כהאב אליינס מיטגעהאלטן ווי א הצלה מעמבער האט זיך פרובירט איינבעטן ביי א רב ער זאל פארשפארן דעם ביהמ״ד און דער אנגעזעענער רב האט נישט געהאט דעם חוט השדרה צו טון למעשה

ווי וועלן די אזויגערופענע זקני העדה קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה???!!!
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 604
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

הודעהדורך ביבער » זונטאג אפריל 05, 2020 8:01 pm

נישט קיין שאלה אז אלע רבנים האבן שוין געוואוסט וואס די גאווערמענטס און דאקטוירים רעקאמענדן. היינט מיט די היימישע נייעס וועבסייטס און סאשעל מידיע איז אלעס דאקומענטעד און ס'איז זייער גרינג נאכצוגיין. זעה אייוועלט און אומצאליגע היימישע טוויטער פאוסטס און נאך.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 809 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג אפריל 06, 2020 12:23 am

פני הדור כפני הכלב (סוטה מ"ט ע"ב)

מ'קען אריין לערנען אין דעם ע"פ דרוש, רמז, און סוד.

אבער אין יוצא מידי פשוטו: פני הדור כפני הכלב.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3316 מאל

הודעהדורך מתוק מדבש » דינסטאג אפריל 07, 2020 11:48 pm

איך מיין אז תחכמוני'ס טענה איז נאך בעינה עומדת.

מיר קענען נישט דזשענערעלייזן אלע אדמורים צוליב'ן מונקאטשער, פונקט ווי עס איז נישט ריכטיג צו ריינוואשן אלע אדמורים צוליב'ן סטאלינער.
מ'קען רעדן לגופו של עניין, לגופו של אדם.

אגב, @ראובן פון וואו נעמסטו דאס אז די עדה החרדית האט געשריבן אז מזאל נישט פארשפארן שוהלן?
מתוק מדבש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2020 12:38 am
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » זונטאג אפריל 12, 2020 10:29 pm

נא להתפלל עבור ירוחם פישל בן נחמה פערל הזקוק לרחמי שמים מרובים (בן אדמו"ר ממונקאטש)
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 604
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

Re: וואס האבן מיר שוין געוואוסט וועגן קאראנא אום פורים תש"פ?

הודעהדורך אונטער חכם » מאנטאג אפריל 13, 2020 2:18 pm

לענ''ד איז דא צוויי נקודות דא, איין שאלה איז צו עס איז א חסרון אין פירערשאפט, און אויף דעם איז דער תירוץ זיכער יא, אבער למעשה האב איך קיינמאל נישט געהאלטן אז מיר חרדישע אידן האבן אן ערנסטע פירערשאפט, עס וואלט געווען א שיינע זאך אויב מיר האבן, אבער מיר זענען נישט מחויב צו האבן, מיר האבן די זעלבע פירערשאפט ווי די איבריגע באפעלקערונג, מיר האבן דעם מעיאר מיט דעם גאווערנאר אא''וו, די רבנים זענען נישט מער ווי גייסטישע פירער, און ווען זיי פעילן אויף דעם פראנט קען מען האבן טענות אויף דעם, אבער ווען זיי פעילן אויף קעיר נעמען פון אונזער געזונט קען מען נישט האבן קיין טענות אויף זיי, (אפשר על פי תורה יא, איך רעד על פי דעת בעל הבית).

די צווייטע נקודה איז צו עס איז א חסרון אין מענטשליכקייט, דאס הייסט אז די רבנים האבן פשוט אלס יחידים זיך אויפגעפירט לייכטזיניג, נישט געטון וואס זיי האבן געקענט אפצוהאלטן וואס עס איז געשען , און אויף דעם איז דער מציאות אז מיר אלע, סיי אידן, סיי גוים האבן גענומען די זאך מורא'דיג לייכטזיניג ביז דאנערשטאג נאך פורים, און אפי' שפעטער, די טעאטערס זענען געווען פיל, גרויסע פארזאמלונגען זענען אנגעגאנגען כאילו לא היה, ביז די רעגירונג האט דאס נישט אפגעשטעלט, איך גלייב אז רובא דרובא פון די יעצטיגע שרייערס דא זענען געהעריג ארומגעגאנגען צו משפּחה דעם פורים, און מסתמא צו עלטערע אידן אויך, כאטש מיר האבן געוויסט מער ווי די רבנים וועגן די ערנסטקייט פונעם מצב, פארוואס עס איז אזוי געווען איז א גוטע קשיא, אבער צו נעמען נאר די רבנים און זיי באשולדיגן אלס רוצחים האט נישט קיין פשט, אדער זענען מיר אלע רוצחים, אדער קיינער נישט.

פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון די וואס זענען נאך עד היום זיך נישט גרייט צוצושטעלן און האלטן נאך אפן די בתי מדרשים געהעריג.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

Re: וואס האבן מיר שוין געוואוסט וועגן קאראנא אום פורים תש"פ?

הודעהדורך מיינונגזאגער » זונטאג יוני 07, 2020 4:24 pm

אונטער חכם האט געשריבן:לענ''ד איז דא צוויי נקודות דא, איין שאלה איז צו עס איז א חסרון אין פירערשאפט, און אויף דעם איז דער תירוץ זיכער יא, אבער למעשה האב איך קיינמאל נישט געהאלטן אז מיר חרדישע אידן האבן אן ערנסטע פירערשאפט, עס וואלט געווען א שיינע זאך אויב מיר האבן, אבער מיר זענען נישט מחויב צו האבן, מיר האבן די זעלבע פירערשאפט ווי די איבריגע באפעלקערונג, מיר האבן דעם מעיאר מיט דעם גאווערנאר אא''וו, די רבנים זענען נישט מער ווי גייסטישע פירער, און ווען זיי פעילן אויף דעם פראנט קען מען האבן טענות אויף דעם, אבער ווען זיי פעילן אויף קעיר נעמען פון אונזער געזונט קען מען נישט האבן קיין טענות אויף זיי, (אפשר על פי תורה יא, איך רעד על פי דעת בעל הבית).

די צווייטע נקודה איז צו עס איז א חסרון אין מענטשליכקייט, דאס הייסט אז די רבנים האבן פשוט אלס יחידים זיך אויפגעפירט לייכטזיניג, נישט געטון וואס זיי האבן געקענט אפצוהאלטן וואס עס איז געשען , און אויף דעם איז דער מציאות אז מיר אלע, סיי אידן, סיי גוים האבן גענומען די זאך מורא'דיג לייכטזיניג ביז דאנערשטאג נאך פורים, און אפי' שפעטער, די טעאטערס זענען געווען פיל, גרויסע פארזאמלונגען זענען אנגעגאנגען כאילו לא היה, ביז די רעגירונג האט דאס נישט אפגעשטעלט, איך גלייב אז רובא דרובא פון די יעצטיגע שרייערס דא זענען געהעריג ארומגעגאנגען צו משפּחה דעם פורים, און מסתמא צו עלטערע אידן אויך, כאטש מיר האבן געוויסט מער ווי די רבנים וועגן די ערנסטקייט פונעם מצב, פארוואס עס איז אזוי געווען איז א גוטע קשיא, אבער צו נעמען נאר די רבנים און זיי באשולדיגן אלס רוצחים האט נישט קיין פשט, אדער זענען מיר אלע רוצחים, אדער קיינער נישט.

פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון די וואס זענען נאך עד היום זיך נישט גרייט צוצושטעלן און האלטן נאך אפן די בתי מדרשים געהעריג.



Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

Re: וואס האבן מיר שוין געוואוסט וועגן קאראנא אום פורים תש"פ?

הודעהדורך מיינונגזאגער » זונטאג יוני 07, 2020 4:26 pm

א שטארקע און גוטער פירער ווערט נישט נתפאל פון וואס מען הייסט נאר וואס מען האלט אליין.

איך גיי נישט אריין אין די דיסקאסיע יא פארמאכן נישט פארמאכן יא ריכטיג נישט ריכטיג. וואס איז אן עקסטערע דיבעיט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יוני 08, 2020 12:58 am

אױב חלילה געשעהט עס איבער א יאר נאכאמאל, ווער וועט זיך אויפירן אנדרעש?

די רבנים?
די גאווערמענט?
די יחידים?

אדער עס וועט זיין עולם כמנהגו נוהג און ראובן ווען שרייבן דער זעלבער אשכול נאכאמאל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

Re: וואס האבן מיר שוין געוואוסט וועגן קאראנא אום פורים תש"פ?

הודעהדורך מיינונגזאגער » מאנטאג יוני 08, 2020 3:15 am

אישתישבי האט געשריבן:אױב חלילה געשעהט עס איבער א יאר נאכאמאל, ווער וועט זיך אויפירן אנדרעש?

די רבנים?
די גאווערמענט?
די יחידים?

אדער עס וועט זיין עולם כמנהגו נוהג און ראובן ווען שרייבן דער זעלבער אשכול נאכאמאל.



Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

Re: וואס האבן מיר שוין געוואוסט וועגן קאראנא אום פורים תש"פ?

הודעהדורך מיינונגזאגער » מאנטאג יוני 08, 2020 3:30 am

מיינונגזאגער האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אױב חלילה געשעהט עס איבער א יאר נאכאמאל, ווער וועט זיך אויפירן אנדרעש?

די רבנים?
די גאווערמענט?
די יחידים?

אדער עס וועט זיין עולם כמנהגו נוהג און ראובן ווען שרייבן דער זעלבער אשכול נאכאמאל.



Sent from my iPhone using Tapatalk
זייער א גוטער שאלה פרעגסטו, און עס איז זייער שווער עס פאר אויס שאצן.
אבער איך קליר עס וועט אזוי זיין.
איינס האפענטליך וועט שוין זיין א וואקסין פונקט ווי אלע אנדערע וויירעסן ווי ביז אהער פון די לעצטע 100 יאר.

די סי.די.סי וועט זיכער אנדערש האנדלען

די גאווערמענט ווענד זיך ווער עס גייט זיצן ביים רעדל דאס איז קלאר אז זיי האבן זיך זייער מיס פאררעכנט, און עס איז אויך קלאר אז געוויסע סטעיטס האבן זיך בעסער אויפגעפירט ווי אנדערע סטעיטס.

יעצט איז זייער קלאר געווארן אז די פעדס האבן נישט קיין שום קאנטראל אויף די לאקעל פארפיגערשאפט, און זיי קענען נישט צווינגען ווי אזוי די לאקאלער סטעיט זאל הענדלען סיי וואספארא אמערדזשענסי

די רבנים וועט זיך אויך ווענדן אין די לאקאלער ביוראקראטיע עס וועט זיך ווענדן אין די פאנדיג וואס זיין קענען פארלירן מיטן נישט פאלגן.

דער עמך איד, וועט זיכער ווייטער פרובירן זיך צו דראפעווען אויף די גראדע ווענט נישט נאך צו לאזן קיין זוז כל שהוא פון אפי׳ איין קליינער מנהג כקיצו של יוד ווייל דאס זענען געווען ערליכע אידן אלע דורות. מסירת נפש פאר א קליינער מנהג אפי׳

כל מה שאומר בעה״ב עשה חוץ מצא. ארויס גיין פון ביהמ״ד אדער כוללים וועט מען זיך ווייטער שלאגן עד סוף כל הדורות אפי דיר בעה״ב דער רובש״ע זאגט יעצט צא וועל מיר זיך ווייטער דראפן און מאכן מינינים אא״וו.

דאס איז דער איינציגער וועג ווי אזוי מיר אידן האבן זיך די אלון אין אלע דורות.

נ.ב.
איך נעם עס נישט פאר לייכט איך האב פארלוירן איינער פון שבעה קרובים וואס מען זיצט שבעה נאך אים/איר (נאך נאכמער פון דעם איך בין אין שנה אבילות) אין די קאראנא עפאכע.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 08, 2020 5:06 am

אישתישבי האט געשריבן:אױב חלילה געשעהט עס איבער א יאר נאכאמאל, ווער וועט זיך אויפירן אנדרעש?

די רבנים?
די גאווערמענט?
די יחידים?

אדער עס וועט זיין עולם כמנהגו נוהג און ראובן ווען שרייבן דער זעלבער אשכול נאכאמאל.

אזוי ווי דו זאגסט, איך גלייב שווערליך אז זאכן גייען זיך טוישן אבער איך האף אז די סי.די.סי. גייט כאטש לערנען לעקציעס פון אנדערע מדינות, א שטייגער ווי טייוואן און דרום קארעא.

אדרבה זוכט אויף גוגל טייוואן קאראנע קעיסעס און ווערט דערשטוינט, דאס איז אלעס מיט אן אפענע עקאנאמיע די גאנצע צייט!!!!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 787 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט