וואס האבן מיר שוין געוואוסט וועגן קאראנא אום פורים תש"פ?

אין ליכט פון @תחכמוני'ס קריטיק אויף @קטלא קניא'ס ארטיקל אין @דער וועקער, דארפן מיר קלאר דאקומענטירן וואס אונזערע פירער האבן שוין געוואוסט און האבן שוין געקענט וויסן אום פורים תש"פ, ווען זיי האבן געפראוועט ריזיגע טישן מיט טויזנטער מענטשן צוזאמענגעדרוקט כמדי שנה בשנה -- וואס ווי מיר אלע ווייסן היינט אז דאס האט בלי שום ספק געקאסט קרבנות. אזוי אויך די טראגישע באשלוסן פון די מנהיגים אין דער וואך נאך פורים.
א. וואס גענוי די רעגירונג רעגולירט איז נאר א מינימום. די רעגירונג איז קיינמאל נישט די ערשטע צו ברענגען די בעסטע רעגולאציעס, ווייל זיי קענען נישט אלעס אסר'ן און זיי מוזן לאזן א פתח פאר מענטשן אויך צו נוצן דעם אייגענעם שכל. יעדער פארשטייט אז מ'דארף הערן וואס דאקטוירים און עקספערטן זאגן. רבנים האבן נישט קיין פראבלעם צו אסר'ן סמארטפאנס אפילו די רעגירונג לאזט; רבנים האבן נישט קיין פראבלעם צו אסר'ן מויסטשיור קיור אפילו די רעגירונג לאזט; רבנים האבן נישט קיין פראבלעם מתיר צו זיין קנאבל אויף פסח אפילו די רעגירונג (און מעדיצין) אנערקענט דאס נישט פאר קיין רפואה; רבנים האבן נישט קיין פראבלעם צו אסר'ן עסן פיש און פלייש צוזאמען, אדער צו רעדן אינמיטן א סעודה, מחמת סכנה, אפילו די רעגירונג לאזט.
ב. תענית אסתר תש"פ האט שוין יעדער געוואוסט אז דאקטוירים רעקאמענדירן אז מ'זאל זיך נישט געבן די הענט צוליב דעם וויירוס. אין דער זעלבער צייט האט דער מונקאטשער רבי חוזק געמאכט פון דעם. נאך האבן אפגעשפעט דערפון, נאר דער מונקאטשער רב איז אויף ווידעא. דער באבובער רבי האט זיך יא געהיטן פון געבן דעם האנט.
ג. מ'דארף נישט זיין קיין וויסנשאפטלער צו פארשטיין אז אויב מ'מעג נישט געבן די האנט (ווי האדמו"ר מבאבוב האט זיך געפירט) איז א סכנה נוראה אנצושטאפן א ביהמ"ד מיט הונדערטער אידן. בעצם יום הפורים האב איך גערעדט מיט פילע אידן וואס האבן פארשטאנען און געזאגט אז די טישן וועלן קאסטן טויטע. ווי ווייט איך ווייס האבן אלע גרויסע רבי'ס געפירט ריזיגע טישן, און געלאזט זייער עולם צוזאמענגעדרוקט טראץ די גרויסע סכנה.
ד. מערץ 8, א טאג פאר תענית אסתר, האבן מעיאר דעבלאזיא און גאווערנאר קאומא געבעטן מענטשן צו זיין פארזיכטיג נישט אריינצוגיין אין א באס אדער טרעין וואס איז פול. און האבן אויסגעשמועסט אז פלעצער וואס זענען אנגעפילט פארשפרייט די מחלה. דער פאקט אז די צוויי פאליטיקאנטן וועלכע זענען געווענליך אויף מעסער-שטעך זענען זיך צוזאמענגעקומען צו בעטן דעם עולם זיך צו היטן, האט אונטערגעשטראכן ווי סכנה'דיג דער מצב איז.
ה. דר. פאוטשי האט מערץ 8 געזאגט אויף דעם "60 מינוטס" פראגראם געזאגט אז אין געגנטער וואו עס זענען פאראן אינפעקטירטע (ווי ניו יארק סיטי) זאל מען טון "סאשעל דיסטענצינג".
ה. מערץ 9, תענית אסתר, האט מעיאר דעבלאזיא געבעטן אז ווער עס קען זאל נישט אריינגיין אין דער ארבעט, נאר זאל ארבעטן פון דער היים.
ו. מערץ 9 האט דעבלאזיא אויך גערעדט וועגן "סאשעל דיסטענצינג". אזוי אויך דר. אנטאני פאוטשי האט גערעדט וועגן דער וויכטיגקייט פון זיך האלטן ווייט פון מענטשן כדי צו פארמיידן דאס פארשפרייטונג פון דעם וויירוס.
ז. זונטאג נאך פורים, ווען דער מצב איז געווארן ערנסטער, און אפילו כמה קהילות האבן אנגעהויבן נעמען דעם מצב ערנסט יענעם שבת נאך פורים, האט זיך אנגעפאנגען א וואך פון צעגערן וואס האט ווידער געקאסט קרבנות. באבוב האט ענדליך גענומען דעם מצב ערנסט, אבער אנדערע קהילות האט נאך גענומען עטליכע טעג. יעדן טאג זענען אפגעראכטן געווארן חתונות און מסיבות וואס האבן ווייטער פארשפרייט די מחלה. גדולי הרבנים האבן נישט נאר נישט אפגעשטעלט די חתונות, נאר האבן זיך באטייליגט מיט סידור קידושין.
ח. שוין נאכדעם וואס די רעגירונג האט רעקאמענדירט צו פארשפארן שולעס, און האט פאקטיש אפגעשלאסן די פובליק שולעס, האבן אונזערע מנהיגים זיך נאך געשלאגן צו האלטן אפן אונזערע מוסדות. האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר האט געשריגן אז ער וועט זיך שלאגן צו האלטן די מוסדות אפן. עס האט גענומען 5 טעג ביז איינער איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק צו געבן פאר די רבי'ס פערזענליכע עטענטשן דורך זיי איינרעדן אז זיי באקומען א טעלעפאן רוף פונעם ווייסן הויז, און דאס האט ב"ה געהאלפן.
ט. הגאון רבי חיים קנייבסקי האט נישט געלאזט פארשפארן בתי מדרשים ביז בני ברק איז געווארן דער עפיצענטער פון דער מחלה אין ארץ ישראל.
י. די עדה החרדית האט ארויסגעגעבן א כרוז אז מ'טאר נישט פארשפארן בתי מדרשים.
י"א. עד היום הזה זענען נאך דא מנינים אין פילע בתי מדרשים, און עס איז נאך אלץ נישט ארויסגעקומען א קלארע הוראה פון היימישע רבנים אז עס איז אסור צו דאווענען מיט א מנין, און רוב פון זיי אליין דאווענען מיט מנין. סאטמאר ראדני האט געהאט מנינים נעכטן, שבת אינדערפרי. סאטמאר בארא פארק 52 האט מנינים יעדן טאג. דאס זעלבע סאטמאר-מאנסי, תולדות אהרן, ועוד.
י"ב. מ'שטייט יעצט דריי טעג פאר פסח, און רוב רבנים זענען שטיל. די זעלבע רבנים וואס רעדן און שטורעמען ווען עס מאכט זיך סיי וואספארא פירצה בחומת הדת, פארלאזן זיך אויף צעטלעך פון שמשים און גבאים ווען לעבנס ווערן פארשניטן. טויזנטער יונגעלייט פלאנען צו פראווען סדרים ביי זייערע עלטערן און זיי לייגן אין א סכנה, און עס הערשט א גענצליכע שטיל-שווייגעניש.
נישט אלע רבנים זענען שולדיג אויף אלעם. הג"ר אהרן שיף האט תיכף געכאפט דעם פראבלעם. כפי השמועה האט דער סטאלינער רבי תיכף געטון דאס מערסטע וואס איז שייך, און האט אויפגעפאדערט אלע זיינע חסידים שטרענג צו פאלגן אלע הוראות פון דאקטוירים. אפילו פון די שולדיגע רבנים וואס האבן גע'הרג'עט מענטשן דעם פארגאנגענעם פורים, זענען פאראן אזעלכע וואס האבן זיך כאטש תיכף נאכדעם געכאפט, און האבן זיך גענומען טון די ריכטיגע שריט (ווי האדמו"ר מבאבוב). אנדערע זענען אנגעגאנגען מיט זייער שפיכת דמים פאר נאך לאנגע בלוטיגע טעג, און מאנכע גייען נאך אן מיט די שפיכת דמים ביז'ן היינטיגן טאג.