די גוטע קאראנע נאכווייען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

די גוטע קאראנע נאכווייען

שליחה דורך יהורם »

מיר האלטן שוין אין די צייט ווען מען זעט שוין די ליכטיגקייט ביים עק טונעל, און ניין, ס'איז נישט קיין באן... עס איז די ליכטיגקייט פון די נארמע, פון די וועלט וועלכע וועט בקרוב בעז"ה צוריקגעשטעלט ווערן.

אבער ווען מען מאכט א חשבון וואו מיר שטייען שוין כאפט א שוידער, קוים נעכטן פארפאקט דעם שופר און יעצט לייגט מען שוין סילווער פעיפער אויף די קאונטערס... א האלב יאר פארגאנגען אין אן אויגנבליק.

אבער לאמיר קוקן וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין די שטורעמישע אבער קורצע האלבע יאר.

אנטיסעמיטיזם איז געשטיגן מיט פופציג פראצענט זיכער, אין א דעקעיד איז שוין נישט געווען די צאל טויטע פון אנטיסעמיטישע אטאקעס אין ניו יארק ווי אין די לעצטע האלבע יאר, יעדע פאר וואכן האט מען געהערט נאך א פאל, און די מושג פון נישט ארויסגיין פון שטוב איז לאו דוקא באנייט געווארן אין די צייט פון קאראנע, אזא דזשערסי סיטי, און אויב איז דאס צו ווייט פון די היימישע געגנטער דאן האט מאנסי געוויזן אז זי איז נישט הינטערשטעליג.

אזא געדעכטע וועלט, אלעס אזוי אומקלאר, מלחמות, סטראשונקעס, און שלום'ס, אלעס אין אזא קורצע צייט, און יעצט נאכדערצו ווען כלל ישראל פארמאגט נישט קיין איין רעכטדענקנדער מנהיג, אלעס איז פאליטיק, אלעס איז בלויזע כוונות פון מענטשן, די וועלט שפייט אויס אירע פארמיאוסטע איינוואוינער.

רוקט זיך אן דער קאוויד ניינצן און שטעלט אלעס אפ, נישטא מער קיין מלחמות, נישטא מער קיין אטאקעס, נישטא מער גארנישט, קוים וואס עס איז נאך פארהאן א וועלט, קוים וואס מען שטעקט ארויס דאס נעזל פון פענסטער, מען ציטערט זיך צו רירן, מען פארדעכטיגט די נענטסטע מענטשן, נישטא קיין טראסט אין דאקטורים, נישטא קיין טראסט אין קיינעם.

מענטשן וועלן מוזן האבן ערנסטע פסיכאלאגן, קיינער וועט שוין נישט זיין די זעלבע, זעלטן וואס מען וועט זען א מענטש פרייליך פונקט ווי בעפאר, ווייל אלע תושבי הארץ ליידן יעצט פון א מחלה אינאיינעם, יעדער שפירט זיך אומפארזיכערט, און זיין אומפארזיכערט איז א דירעקטע סכנה וואס דראעט אויפן וועלט.

און אין די חרדישע וועלט וועלן האנטוכער אין בתי מדרשים וועט מער נישט זיין, זייף וועט ווערן צוגעשטעלט אינאיינעם מיט שאלשעשידעס בולקעס, איינער וואס וויל נישט געבן די האנט פארן רבי'ן וועט נישט ווערן אנגערופן א קל, און קיין געשטופטע טישן וועט מער נישט זיין.

וויפיל האבן פארלוירן די אמונה אין די לעצטיגע פאר וואכן? אין די פאר וואכן איז די ניאוף אויפן וועלט שוואכער געווארן, אבער די כפירה האט זיך געהויבן, און מיט רעכט, ווער קען דען דן זיין מענטשן אין אזא וועלט?

פאר אונז אידן האט עס פונקט פארקערט אויפגעטאן, דער גרויזאמער וויירוס קאוויד דער נייצנסטער האט אונז אלע גאר געשטארקט אין אמונה, מער מענטשן האבן אנגעהויבן גלייבן אינעם איין איינציגסטן וויבאלד מען האט קלאר געזען ווי די גאנצע וועלט ווערט צונישט דורך אזא קליינע וויירוס.

שמחות וועלן געפראוועט ווערן מער פארזיכטיג, מענטשן וועלן טון וואס זיי באגערן, די פעיר פרעשור וועט פארטראסקעט ווערן פון פענסטער, מיין חבר גייט שוין היינט מיט א דאשיק אין וויליאמסבורג ווייל אלעס איז שוין לעגאליזירט געווארן דורך די באהערדע זינט קלויזענבורגער רבי האט זיך פארפאנצערט מיט מיליטערישע קליידונג און מאסקעס...

יעדער וועט זיך ליב האבן, די וועלט איז אינאיינעם אין פריידן פונקט ווי אין די קאוויד 19 ליידן.

אבער לאמיר שוין זוכה זיין...
רעאגיר