עס איז מעגליך נוגע למעשה - די נעקסטע קאראנא קריזיס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

עס איז מעגליך נוגע למעשה - די נעקסטע קאראנא קריזיס

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 13, 2020 10:33 am

עס זעט שטארק אויס אז טראמפ גייט פטור ווערן פון פאוטשי, ווייל ער האט געזאגט אז דער רעגירונג האט נישט געטון צו דער זאך אין אנהייב, אדער האט ער צו דעם מרמז געווען. אלזא, זעט אויס אז ער גייט ברענגן נאך א דאקטאר, און יעדער דאקטאר מיט אן אומפאפהענגיגע (קרעדיט: סענדער דייטש) מיינונג גייט נישט אננעמן אזא דזשאב, וואס איז נישט קיין מעדיצינישע נאר א בעיביסיטינג דזשאב צו שטיצען דער עגא פון טראמפ. ממילא גייט ער ברענגן אן אידעאלאג, אפשר גאר דר זעלענקא....
דער פארשוין גייט אראפ נעמן די באגרעניצונגן וואס מיר האבען יעצט, כולל די אלע סאושעל דיסטענצינג געזעצן און פארמאכטע רשויות הרבים. וויבאלד דאס וויל טראמפ, און סיי וועלכע מענטש נעמט דער אמט ווייסט אז נאר מיט פאלגן טראמפ האט ער אויסזיכטן צו האלטן זיין דזשאב. אויב אזוי וועט זיכער אויסברעכן נאך א כוואליע פון חולים און טויטע ה״י.
אויף דער רעגירונג קען מען זיך נישט פארלאזען, אפילו ווען זיי נעמן עס עטוואס ערנסט, ווייל זיי קענען נישט אונזער לעבענסשטייגער און זיי ווייסען נישט וויפיל מענטשן קומען אין בארירונג איינער מיט די צווייטער יעדער טאג. ובפרט טאמער זיי מאכען נישט קיין שום געזעצן.
אלזא, דארף מען אן אייגענע סיסטעם, וואס נעמט אריין אין חשבון אונזער געברויכן און רעדט די שפראך פון אונזער געמיינדע. און מיר דארפן עס זאפארט, נישט ערגעץ אין די ווייטער צוקונפט.

וואס קען מען טון?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9360
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8866 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג אפריל 13, 2020 10:39 am

האלטסט טאקע אז טראמפ איז גרייט צו לאזן די לאנד פייפן?

דר. פאוטשי פארשטייט פיין צו דאקטאריי, אבער ער האט קיינמאל שטודירט עקאנאמיע. טראמפ האט אנדערע עקספערטן אינעם טיעם וואס היטן אויף די גאנצע לאנד, אין צייט וואז דער אלטער דאקטער פארשטייט נאר זיין פעלד.

אן עקאנאמישע צאמבראך מיינט אז מענטשן שטארבן פון הונגער, מענטשן ווערן דעפרעסט און די מענטעל העלט שטייגט פון מענטשן אן דזשאבס, מענטשן נעמען זיך דאס לעבן, וכו'. נישט אלעס איז בלויז קאראנע און סאשעל דינסטענס. טראמפ האט א סטעף און ער ווייסט אז ווידערוויילונג איז נעקסטע יאר, ער פרובירט זיין בעסטע.

איך גלייב אז אויב טראמפ שיקט אים, איז פארהאן דאקטוירים וואס האלטן ווי אים.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1435 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 13, 2020 11:12 am

יא! די לינקע מידיא פראבירט שוין זינט אנהייב מגיפה, צו שאפן א שפאלט צווישן דעם פרעזידענט און ד''ר פאדזשי. פאר זיי גייט אין לעבן אז דער פרעזידענט זאל דורכפאלן אין זיין העפטיגע קאמף קעגן די מגיפה. אפגעזען אז זייער נאצישע שריט קען קאסטן מענטשליכע לעבנס.זייער וויסטע האס צום פרעזידענט שטייגט ביי זיי איבער יעדער מענטשליכע געפיל.
ס'איז ראטזאם בלויז אויסצוהערן וואס דער פרעזידענט און זיי טעקס פארס מעלדן. און זיך אויף קיין פאל נישט צו הערן צו די לינקע מידיא וואס וויל בלויז זייען כאאס! אויב דער פרעזידענט וועט זאגן אז ער ווארפט ארויס ד''ר פאדזשי... וועט מען זיך שוין דעמאלס זארגן!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל

Re: עס איז מעגליך נוגע למעשה - די נעקסטע קאראנא קריזיס

הודעהדורך אונטער חכם » מאנטאג אפריל 13, 2020 1:31 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:האלטסט טאקע אז טראמפ איז גרייט צו לאזן די לאנד פייפן?

דר. פאוטשי פארשטייט פיין צו דאקטאריי, אבער ער האט קיינמאל שטודירט עקאנאמיע. טראמפ האט אנדערע עקספערטן אינעם טיעם וואס היטן אויף די גאנצע לאנד, אין צייט וואז דער אלטער דאקטער פארשטייט נאר זיין פעלד.

אן עקאנאמישע צאמבראך מיינט אז מענטשן שטארבן פון הונגער, מענטשן ווערן דעפרעסט און די מענטעל העלט שטייגט פון מענטשן אן דזשאבס, מענטשן נעמען זיך דאס לעבן, וכו'. נישט אלעס איז בלויז קאראנע און סאשעל דינסטענס. טראמפ האט א סטעף און ער ווייסט אז ווידערוויילונג איז נעקסטע יאר, ער פרובירט זיין בעסטע.
.


פאוטשי אליינס האט אויך דאס קלאר געזאגט, אז ער האט נאר געקוקט פון א געזונטהייט אספעקט, און נישט אויף די עקאנאמישע רעזולטאטן, איך ווייס נישט צו ער האט עס געמיינט ערנסט, אדער נאר געוואלט געבן פאר טראמפ א תירוץ, אבער למעשה זעהט נישט אויס אז טראמפ האט עס פארשטאנען, און ער איז יא זייער ברוגז.

סוכ''ס האט פאוטשי זייער שווער געארבעט נישט צו קריטיקירן דעם פרעזידענט און אויב ער פליט זעה איך נישט וויאזוי א צווייטער נארמאלער דאקטער זאל מסכים זיין איבערצונעמען, חוץ אויב יענער דארף גארנישט רעדן צו די מידיע.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 774
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 364 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 13, 2020 2:07 pm

White House hits back at media speculation on Fauci, says Trump 'not firing' him
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 13, 2020 2:15 pm

מיר דארפן קוקן די היסטוריה וויאזוי טראמפ ווערט פטור פון בא׳אמטע, און מיר וועלן זען וויאזוי די זאכן גיין. קודם א טוויט, אן אויסדרוק פון די אנהייב פון א טענטראם, און דערנאך א לייקענונג, און א קורצע וויילע שפעטער, ווערט ער פון יענעם פטור, און פלוצלונג הערט די וועלט די סודות, וואס יעדער מיט אויגן ווייסט סייווי, ווי אומקאמפעטענט איז דער ווייסע הויז און וויפיל עס קאסט פאר די מדינה צו האבען א טיפש בראש.

און בלייבן בלייבט נאך די איסר האיטלקי׳ס מיט די ליפא׳ס (וכל שום וחניכא דאית להו), וואס גלויבן נאך אין דעם. נישט מיט עפעס זאכליך, נאר איבערחזר׳ן (תרתי משמע) די זעלבע קוויטשעריי וועגן די לינקע, כאילו דער איינציגסטער וועג וואס אפילו זיי קענען נאך גלויבן איז נישט דורך די קענטעניס פון טראמפ נאר דורך רעדן וועגן לינקע.

אבער יעצט איז עס שוין נישט קיין געים. דער בית הקברות זאגט אונז אז טראמפ איז א סכנה פאר די מענטשהייט, מיר מוזן זיך באשיצן פון אים און זיין מהלך. נישט מיט געווען, נאר מיט אונזער שכל, וויאזוי היט מען אונזער געזעלשאפט, די זקנים וואס זענען נאך דא צווישען אונז, און שאר חולי ישראל?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9360
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8866 מאל

Re: עס איז מעגליך נוגע למעשה - די נעקסטע קאראנא קריזיס

הודעהדורך הנוי והנצח » מאנטאג אפריל 13, 2020 9:02 pm

אסאך האבן שפעקולירט, אז די גאנצע אטענשאן וואס טראמפ האט געגעבן פאר ד"ר פאוטשי די גאנצע צייט פונעם קריזיס (וואס איז שלא כדרך טראמפ, וואס האט ליב צו זיין אין די spotlight) איז נאר כדי אויב די זאך וועט עפעס אונטערהאקן וועט ער אים ווארפן, און אנלייגן די שולד אויפן דאקטאר (נוסח טראמפ).

באמת לייגט זיך טאקע נישט אויפן שכל פארוואס טראמפ זאל לאזן פאוטשי ארומגיין אויף אלע מידיא פראגראמס און כסדר אראפמאלן דעם פרעזידענט אין א נעגאטיווע ליכט, ובפרט אז זיין אויפגאבע איז צו פאלגן און אויספירן דעם פרעזידענטס אגענדע, נישט צו קריטיקירן און אונטערהאקן. נאר טראמפ שפילט מיט אים א שוי שפיל, זאל טאקע דער "עקספערט" אויסזעהן ווי א נאר ווען די זאך וועט אראפגיין פון די רעלסן.

מען דארף געדענקען, טראמפ האט קיינמאל נישט געטרויט דעם פאוטשי, טאקע ווייל ער איז א חלק פונעם זומפ און איז אן עסטאבלישמענט פיגור אין די סי.די.סי. וואס די חברה מיינען נישט די טובה פונעם פרעזידענט, נאר זייער עגא. זייער אסאך פון די פרעזידענטס טיעם קענען אים נישט דערליידן, און ס'זעהט טאקע אויס ווי הגיע יומו, פריער אדער שפעטער.
הנוי והנצח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 13, 2020 9:28 pm

עפ"י רוב איז פאוטשי זייער פארזיכטיג נישט צו טשעפן דער פרעזידענט, און אפילו אין די אינטערוויו וואס פון זיין ווערטער האט מען געזען ווי געפערליך דער פרעזידענט איז, האט ער עס נישט עכט געזאגט מיט די באק ציינער. זיין עיקר דזשאב איז דאך צו האלטן די עגא פון דער פרעזידענט אין האנט, און ער טוט עס גאנץ פיין, ווי ער פארענטפערט די וואנזיניגע מויל שלשול וואס דער סטעיבל דזשיניאוס האלט אין איין אראפ לאזן.

עמטליך דארף מען וויסען אז ער ארבעט נישט פאר דער פרעזידענט, און דער פרעזידענט קען אים נישט פייערן, ער קען נאר הייסן דער HHS אים פייערן, און זיי קענען עס נישט טון סיידענס אז זיי טרעפן עפעס א סבה, און לייקענן דער פרעזידענט איז נישט קיין סבה. ער איז נישט קיין קאבינעט מעמבער. ממילא מעג ער טון אסאך זאכען וואס אנדערע קענען נישט. נאר ווייל ער וויל אויפטון אויפ'ן אמת, ווייסט ער אז דער פרעזידענט מוז זיין מיט אים. ער טוט אים בעיביסיטן
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9360
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8866 מאל

Re: עס איז מעגליך נוגע למעשה - די נעקסטע קאראנא קריזיס

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג אפריל 14, 2020 1:15 pm

פארוואס גייט פאוטשי בכלל אזויפיל אויף די מידיא? ער טרעט אויף עטליכע מאל טעגליך, עס זעהט אויס ווי ער וואלט געווען דער הויפט פי אר באאמטער ווי איידער דער הויפט עקספערט.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 774
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 364 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט