בלאט 1 פון 1

עס איז מעגליך נוגע למעשה - די נעקסטע קאראנא קריזיס

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2020 10:33 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס זעט שטארק אויס אז טראמפ גייט פטור ווערן פון פאוטשי, ווייל ער האט געזאגט אז דער רעגירונג האט נישט געטון צו דער זאך אין אנהייב, אדער האט ער צו דעם מרמז געווען. אלזא, זעט אויס אז ער גייט ברענגן נאך א דאקטאר, און יעדער דאקטאר מיט אן אומפאפהענגיגע (קרעדיט: סענדער דייטש) מיינונג גייט נישט אננעמן אזא דזשאב, וואס איז נישט קיין מעדיצינישע נאר א בעיביסיטינג דזשאב צו שטיצען דער עגא פון טראמפ. ממילא גייט ער ברענגן אן אידעאלאג, אפשר גאר דר זעלענקא....
דער פארשוין גייט אראפ נעמן די באגרעניצונגן וואס מיר האבען יעצט, כולל די אלע סאושעל דיסטענצינג געזעצן און פארמאכטע רשויות הרבים. וויבאלד דאס וויל טראמפ, און סיי וועלכע מענטש נעמט דער אמט ווייסט אז נאר מיט פאלגן טראמפ האט ער אויסזיכטן צו האלטן זיין דזשאב. אויב אזוי וועט זיכער אויסברעכן נאך א כוואליע פון חולים און טויטע ה״י.
אויף דער רעגירונג קען מען זיך נישט פארלאזען, אפילו ווען זיי נעמן עס עטוואס ערנסט, ווייל זיי קענען נישט אונזער לעבענסשטייגער און זיי ווייסען נישט וויפיל מענטשן קומען אין בארירונג איינער מיט די צווייטער יעדער טאג. ובפרט טאמער זיי מאכען נישט קיין שום געזעצן.
אלזא, דארף מען אן אייגענע סיסטעם, וואס נעמט אריין אין חשבון אונזער געברויכן און רעדט די שפראך פון אונזער געמיינדע. און מיר דארפן עס זאפארט, נישט ערגעץ אין די ווייטער צוקונפט.

וואס קען מען טון?