לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

הודעהדורך מי אני » פרייטאג אפריל 24, 2020 2:19 pm

איך גיי מיר באציען צו ספרי פילאזאפיע בתוך יהדות, ווייל איך פארשטיי אז דאס איז די עיקר כוונה פון די שאלה [״מעשה מרכבה״. איך ווייס אז לפי הרמב״ם מיינט דאס בעצם מעטאפיזיקס בכלל, אבער...]. עכ״פ אויף אנצוהויבן וכדלהלן.

איך פארשטיי אויך אז מ׳האט שוין געלערענט די ערשטע 4 פרקים אין משנה תורה, ווי אויך די שמונה פרקים להרמב״ם (פאר מס׳ אבות).

במושכל ראשון וואלט איך מייעץ געווען דער מו״נ אין ענגליש (איך האב געליינט פריעדלענדער׳ס תרגום און איך האב הנאה געהאט). דאס זעלבע האב איך הנאה געהאט פון פעלדמאן׳ס תרגום און פירוש אויפ׳ן מלחמות ה׳, און ווייס׳נס תרגום ופירוש אויפ׳ן אור ה׳. איך פערזענליך וואלט געראטן אז מ׳זאל אבער כסדר קוקן אין די לשה״ק פון די ספרים אויך.

איך דערמאן דאס ווייל אין מיין עקספיריענס גיבט דאס א התחלה פאר׳ן חרדי׳שן אינגערמאן צו מיטל-אלטער פילאזאפיע פון א (ווי נישט דאך) תורה׳דיגן/רעליגיעזן פערספעקטיוו, מיט וואס ער איז שוין ווי נישט עטוואס היימיש מכח זיין אויפהאדעווינג, ישיבה יארן אא״וו. פון דארט (בפרט דורך די notes און די citations אא״וו) גיבט דאס שוין ווייטערדיגע רעפערענצן וכו׳ פון וואו צו פארשן און לערנען ווייטער אינדרויסן פון די דוקא רעליגיעזן מבט, און צו שפעטערע מער מאדערנע פילאזאפיע. למשל, אז מ׳זעהט א סארט מושג טוהט מען דאס ווייטער נאכשטודירן און פארשן קלאר צו ווערן וואס דאס מיינט וכו׳ וכו׳.

דאס זאג איך לפום ריהטא. אז איך וועל מיר דערמאנען פון פשוט׳ערע בוכער וכו׳ אין דעם, וועל איך אי״ה לאזן וויסן.

די צוויי אשכולות קענען סתם אזוי אויך בייהילפיג זיין צו די סארט בקשות/פראגעס.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1716
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7261 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1258 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » פרייטאג אפריל 24, 2020 4:39 pm

א גוטן ערב שבת

איינער קען מיר נאך דא?

פון צייט צו צייט באקום איך אזא נאטעפעקאציע פון דזשימעיל אז @מי אני האט מיר געלייקט. ווי עס קוקט אויס לערענט ער דורך בעיון גאנץ קאווע שטיבל. אזוי ווי @שש משזר האט געטוהן בשעתו (אגב שש, איך האב דיר געשיקט עפעס מעגסט ענטפערן)

די אינטערוויו האב איך נאכנישט געליינט אבער ס'איז ארויסגעפרינט און מ'וועט מעיין זיין דערין איבערן שבת

@כוכב איך שטעל דיר אויפן חזקה אז איך וועל הנאה דערפון


לאוו יו אלל
הק' שלום
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג אפריל 24, 2020 4:48 pm

יא. איינער דא קען אייך נאך.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2331
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1952 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1409 מאל

לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

הודעהדורך מי אני » פרייטאג אפריל 24, 2020 6:19 pm

@כוכב זאגט ״וועלטבארימט״, איז אז גברא רבה אמר למילתיה האב איך געטראכט אז די פסוק זאגט (אסתר ט ד) ושמעו הולך בכל המדינות. ״הולך בכל״ איז גימטריא ״מי אני״ עם התיבות...
טאקע א פורים תורה...
ביבער האט געשריבן:געוויסע מאוויס זענען אנגעפילט מיט מער חכמה ווי צען ביכלעך.

ס׳איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען דאס וואס ארעלע ווישוואנאט האט דערמאנט אין זיין אינטערוויו אין וועקער 17 בנוגע די לערע וואס ליגט אפילו אין די דזשאנרע פון הויך פאנטאזיע בוכער. דאס זעלבע קען מען לכאורה צושטעלן צו (פארשטייט זיך, תוכנ׳דיגע) פילמס.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1716
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7261 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1258 מאל

אינטערוויוס אויף קאווע שטיבל

הודעהדורך חוקר ודורש » מוצ"ש אפריל 25, 2020 11:11 pm

איך וויל צוצייכענען אז דאס איז נישט דער ערשטער אינטערוויו אויף קאווע שטיבל, דער ערשטער אינטערוויו וואס איך האב געטראפען איז טאקע פון אונזער באליבטע @כוכב ווי ער אינטערוויוט די קינדליין אויסגאבע.
די צווייטע אינטערוויו איז פון @שמעקעדיג ווי ער אינטערוויוט @ראשעקאל
די דריטע איז פון @העניך ווי ער אינטערוויוט א שרייבער פון די תהילים כולל
די פערדע איז פון @חקרן ווי ער אינטערוויוט יואל צימערמאן
די פיפטע איז פון שש משזר ווי ער אינטערוויוט @שמעקעדיג
די זעקסטע איז פון @שטילע אינגערמאן ווי ער אינטערוויוט @שש משזר איבערן אינטערוויו מיט שמעקעדיג
די זיבעטע איז פון @קל וחומר ווי ער אינטערוויוט @שטילע אינגערמאן איבערן אינטערוויו מיט @שש משזר
און צום לעצט איז דאס נישט אויף קאווע שטיבל אבער דאך ווערד צו צוצייכענען דאס איז די אינטערוויו פון @לאשיצער מיט @ראובן איבערן וועקער
איך האפ איר האט הנאה פון דעם ליסטע.
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 407
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 830 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 347 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מוצ"ש אפריל 25, 2020 11:56 pm

קורקלענד האט געשריבן:יא. איינער דא קען אייך נאך.

ווען גייט צושטאנד קומען דער שלום פלאן?...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15274
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18488 מאל

הודעהדורך כוכב » זונטאג אפריל 26, 2020 12:43 am

@חוקר ודורש אייזן!

כ'האב געטראפן נאך איין אינטערוויו:

אן אינטערוויו מיט קופערניקעס ז"ל
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2553
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7322 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אפריל 26, 2020 12:52 am

אייזן אינדיד!
איך קוק אזוי איבער די אלטע אינטערוויוס, עס איז דאך מלא חן, די ידיעות, די הומאר, די זיסקייט און געשמאק, די ליבליכקייט און שטעכערייען, איי עס בענקט זיך...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15274
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18488 מאל

הודעהדורך כוכב » זונטאג אפריל 26, 2020 12:55 am

חוקר, אז דו ווילסט וויסן אלטע פאליטיק...
דער אינטערוויו מיט קינדליין האט מיך א מנהל אריינגעשיקט פיקס פערטיג און געוואלט ס'זאל גיין אויף מיין נאמען.
דער אינטערוויו מיט ראשעקאל האב איך געשריבן און פאר א סיבה וואס איך געדענק נישט האט עס שמעקעדיג געפאוסט אונטער זיין נאמען.
ס'איז דא נאך סקעלעטנס אין קלאזעט, אבער נישט אלעס קען מען שרייבן...
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2553
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7322 מאל

Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי

הודעהדורך מי אני » זונטאג אפריל 26, 2020 9:23 pm

חתן בחור האט געשריבן:געוואלדיג! אלץ אן אינטראווערט וואס האט אויך די Affliction פון פארפאסן סאשיעל קלוס, וויל איך דיר דאנקן פאר'ן קוראזש עס ארויסצוברענגען און פובליק. איך בין אנציקט ווייל וויאזוי ס'זעהט אויס קוקסטו עס בכלל נישט אן ווי א פעלער, נאר פארקערט די נוצט עס אויס זיך צו אנזאפען מיט חכמה. א געוואלדיגע אויפטו!
מ׳קען אויך נעמען חיזוק אין דעם וואס ארטור שׁאָפּענהאוער האט געזאגט:
A high degree of intellect tends to make a man unsocial.

אגב, ער האט אויך געהאט געזאגט:
Almost all of our sorrows spring out of our relations with other people.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1716
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7261 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1258 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג אפריל 26, 2020 10:02 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:יא. איינער דא קען אייך נאך.

ווען גייט צושטאנד קומען דער שלום פלאן?...

יעך בין שוין גרייט אויף 'שלום'.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2331
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1952 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1409 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אפריל 26, 2020 10:29 pm

חול המועד איז מער געאייגענט דערצו, איך האב געהערט לעצטנס א מעשה רב דערוועגן.. העמיר בעטן "שלום" זאל דיר געבן א רוף אויף 2 מינוט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15274
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18488 מאל

לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אפריל 27, 2020 6:40 pm

דאס איז בפרט בחוה״מ פסח וואו עס איז נישט ״חלוקין״ בקרבנותיהן (ערכין י:)...

און נאכמער ווייל די ב״י (או״ח סימן תצ) לייגט צו דערצו [בנוגע למה אין גומרין בכל הפסח את ההלל] מהשבלי הלקט (סימן קעד) ווייל (משלי כד יז) בנפול אויבך [המצריים] אל תשמח ע״ש. אויך אן ענין פון שלום.

ווי אויך טרעפט מען כידוע אז ווען חוה״מ פסח דארף זיך אנצופאנגען ווערט עס אנגערופן ״ממחרת השבת״ (ביי ספירת העומר). און ביי מוצ״ש טרעפט מען דאך (רמ״א באו״ח סימן רצה סעיף א) דעם ענין צו דערמאנען ביאת אליהו לע״ל. ואליהו בא (לעתיד) לעשות שלום בעולם (עדיות ח ז).
מאך זיכער האט געשריבן:אזויווי איר זאגט אז איר זענט נישט סאצעאל קענען מיר נישט בעטן אז איר זאלט יא עפענען אשכולות און צייגן אייערע קענטעניסן, אבער פונעם אינטערוויו זעט אויס אז שריפטליך קענט איר זיך יא ארויסברענגען און דייקא גאר קלאר, דעריבער אויב קענט איר פרובירן אז מיר פשוט'ע מענטשן זאלן מער פארשטיין די קאנסעפטס וואס איר זענט מסביר מיטן שרייבן א טראפ קלארערע שפראך אז מיר זאלן אויך קענען טרונקען פון אייער מעיין החכמה.

א ריזיגן יישר כח.

IMG_6833.jpg


דאס איז נישט מיין כוונה מכל וכל בכלל (פשוט מער אלס אי-יכולת און שלאבערישע שרייבן...). איך צייכען דאס נאר צו אלס אינטרעסאנטקייט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1716
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7261 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1258 מאל

לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

הודעהדורך מי אני » מיטוואך אפריל 29, 2020 5:48 pm

מי אני האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:געוואלדיג! אלץ אן אינטראווערט וואס האט אויך די Affliction פון פארפאסן סאשיעל קלוס, וויל איך דיר דאנקן פאר'ן קוראזש עס ארויסצוברענגען און פובליק. איך בין אנציקט ווייל וויאזוי ס'זעהט אויס קוקסטו עס בכלל נישט אן ווי א פעלער, נאר פארקערט די נוצט עס אויס זיך צו אנזאפען מיט חכמה. א געוואלדיגע אויפטו!
מ׳קען אויך נעמען חיזוק אין דעם וואס ארטור שׁאָפּענהאוער האט געזאגט:
A high degree of intellect tends to make a man unsocial.

אגב, ער האט אויך געהאט געזאגט:
Almost all of our sorrows spring out of our relations with other people.
IMG_6864.jpg


ובנוגע דאס מער סאציאלע איינזאמקייט, איז לפי וואס איך האב געזאגט דא איבער פשט אין מיין ניק ובנוגע דאס פארמירונג פונ׳ם אידענטיטעט [דעם ״אני״] איז קען מען אין דעם זאגן נאך טיפער עפ״י די מהלך פונ׳ם סימבּאליק אינטערעקשאן טעאריע אין סאציאלאגיע. אין (גאר אין) קורצן לויטעט די מהלך אז די מעשים פון מענטשן (וואס אלע מעשים אין בּיהעיוויארס פון מענטשן פאסירן אין א סאציאלן קאנטעקסט) זענען באזירט אויף ״מיִניִנגס״/באדייטן וואס מענטשן גיבן דערצו אין די סאציאלע סעטינג/מצב. ולאור זה זאגט דער סאציאלאג דר. פּיטער בערגער איז דאס ״אידענטיטעט״ פונ׳ם מענטש נישט עפעס ״באהאלטן״ און (אזוי ווייט) אָנקאַנשׁעס, נאר עס ווערט ״געגעבן״ און ״ערהאלטן״ געזעלשאפטליך.

ואולי אפשר לומר לפי״ז אז פאר איינער וואס איז (אסאך) מער צוריקגעצויגן אין דעם פון געזעלשאפטליכע פארברענגונגען וכו׳, איז טאקע זיין אידענטיטעט טאקע מער ״פלוּאיד״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1716
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7261 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1258 מאל

Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש מאי 09, 2020 10:44 pm

מי אני האט געשריבן:לגבי דער חרדי׳שער געזעלשאפט באופן כללי איז פון מיין פערספעקטיוו זע איך אן אינטערעסאנטע פאראדאקס. פון איין זייט, פון א מעקרא לעוועל פערספעקטיוו, ציהט עס מער רעכטס, וכמבואר באריכות בספרי שמואל היילמאן ועוד, והחוש מוכיחו והמפורסם אינו צריך ראיה, אבער פון די אנדערע זייט, פון א מייקרא פערספעקטיוו ציהט עס מער לינקס. (איך וואלט געפרעגט א לעגיטימע פראגע צי, צי די אלטע טעמעס פון קאווע שטיבל זענען נאך היינט אזוי קאנטראווערסיאל?)
א דוגמא פון די פראצענט ״אויפגעקלערטע״, דאס הייסט לאו דוקא עכטע אינטעלעקטואלס; ווי אזוי דער טערמין ווערט גענוצט בסתם, אדער ״קילע״ וואס מ'זעט היינט אין דער היימישער געזעלשאפט וואס איך גלייב האט זיך געהעכערט.
דאס האט אויך א פרעצעדענט אין סאציאלאגיע, אז ווען א גרופע וואקסט פאלט די קאנפארמיטעט. למעשה ווייס איך נישט וויאזוי צו פאראייניגן די אינטערעסאנטע טענשאן.

viewtopic.php?p=448187#p448187
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1716
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7261 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1258 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » דינסטאג מאי 12, 2020 4:06 pm

כוכב האט געשריבן:חברה, כ'האב עס געמאכט אויף די לייקס ראנגען ליסטע.

יאפ יאפ, די אשכול שטייט שוין אויפן אויבערשטען העלפט פונעם לייקס ראנגען ליסטע, עוד יזכור לנו אהבת איתן ווען @שש משזר הארץ (הגם היפש אונטערדריקט פונעם גיגאנטישען מח זיינער וואס איז שליט על הלב) איז געווארן אנגעפילט מיט פרייד אז ער האט עס געמאכט צום ערשטען מאל צום עמוד ראשי און הגם @כוכב איז רגיל בכגון דא זייענדיג זיין פיפטן אשכול אויפן לייקס ראנגען ליסטע ברענג איך ארויס די נקודה בשבחו פונעם חכם הרזים @מי אני, לשיטתי לעיל.

וויאזוי אויך איז ווערט אנצומערקן אז ס'איז די איינציגסטער אשכול געשריבען נאך יארע 2016 (מיטן אויסנאם פון איינס אין 2017) וואס איז אנגעקומען אויפן ליסטע. אפשר האט דער גאון הגאונים מי אני באוויזן דאס אומגלויבליכע צוריקברענגען די גאלדענע עפאכע פונעם שטיבל? אדער גאר קאראנע?

מי אני חזק ואמץ, תורתך וחכמתך מגן לנו, הוא מאירת עינינו!
אינגערמאנטשיקל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג מאי 12, 2020 4:31 pm

כ'האב הנאה צו זען ווי א אינגערמאנטשיקל וואס איז קוים אנגעקומען דא אין שטיבל מיט אפאר וואכן צוריק איז שוין בקי בקביעותא דירחא אויף אזא הפלא'דיגן פארנעם ומכאן רמז וסתירה קצת לדברי הרש"ש הידועים במסכת בבא מציעא דף ק"ז עמוד א' אגמרא דברוך אתה בבואך ברוך אתה בצאתך.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2553
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7322 מאל

Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי

הודעהדורך מי אני » דינסטאג מאי 12, 2020 4:34 pm

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן: אפשר האט דער גאון הגאונים מי אני באוויזן דאס אומגלויבליכע צוריקברענגען די גאלדענע עפאכע פונעם שטיבל? אדער גאר קאראנע?

מי אני חזק ואמץ, תורתך וחכמתך מגן לנו, הוא מאירת עינינו!

א גרויסן ייש״כ פאר די שבחים!

״קַוֶה״ איז בגימטריא ״קאָוִד״ און איז אויך בגימטריא ״מי אני״. און דאס זאגסטו האט צוריקגעברענגט די ״כבוד״ פון שטיבל...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1716
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7261 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1258 מאל

Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי

הודעהדורך מי אני » מיטוואך יוני 03, 2020 8:01 pm

הוגה האט געשריבן:

וועסטווארלד איז א טיפע פילעזאפישע סייענס פיקשען שאו וואס איז מייסטערפול אראפ געלייגט מיט א ציענדע מעשה וואס גרייכט די גרעניצן פון בלי הגבלה, אין סוף, שכר ועונש, ריאליטי, אלוהות ועוד. שטארק רעקאמענדירט. (דיסקלעימער, כ'האב נאך נישט געזען די יעצטיגע דריטע סעזאן.)
א גאר אינטרעסאנטע (ווייכע) סייענס-פיקשין מיניסיריס וואס גייט (אויך) אריין אין די געדאנק פון דעטערמעניזם/בחירה חופשית (ווי אויך די מאלטי-ווערס המסתעף ממנה) איז דעווס אויף הוּלוּ פון אלעקס גארלאנד (וועלכער איז, אזוי ווי איך האב פריער געזאגט, גאר א גוטע און טיפע שרייבער).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1716
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7261 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1258 מאל

שיר בשבח 'מי אני'!

הודעהדורך לייבל שטילער » מאנטאג יוני 08, 2020 2:45 pm

מי זה ואיזה, כמעיין המתגבר,
בכוכבים חוזה, חכמה ובינה מצטבר,
על אף ברמיזה, דברו מסתבר,
פעם אנליזה, או מונח ומושג לחבר.

ב'כרם' מסתובב, מבין ה'אשכולות' מערה,
מאיר ומגיב, קולע אל השערה,
ידע מגבב, ממלא כל פערה,
גם בשפע מחבב (לייק), להחיות רוח נשברה!,

כן! זה "מי אני!", לא ככינויו - תיאורו,
''מי כמכה גאוני'', אשיר שירו,
לאריסטו רוגצ'ובי, ואיינשטיין אחברו,
יחי 'מי אני' יחי!, חכמתו ותפארתו.




נישט אז איך פארשטיי א ווארט פון זיינע תגובות, נאר דוגמת די נידריג-ראנקיגע קנעכט וואס ליבט דעם קעניג, ודו"ק.
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 150
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 214 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יוני 08, 2020 3:05 pm

WOW!

איך בין שפראכלאז! ייש״כ. זאלסט זיין געבענטשט.

ענליך צו ווי אזוי כ׳האב געהאט געשריבן אויבן, האף איך עכ״פ אמאל ווערט צו זיין אזא ווערק פון אַרט.

ס׳איז גראדע גאר גאר גוט און קונצלעריש. אבער איך בין דאך בּייעסד אין דעם...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1716
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7261 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1258 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » מאנטאג יוני 08, 2020 3:08 pm

מי אני: איך קען דיך נישט אבער כ'פגר פאר דיין חכמה, כ'האב זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן פון ארויסברענגען מיינע רוישיגע געפיהלן אויף פאפיר.
אמור לחכמה אחותי את.
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 150
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 214 מאל

Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 08, 2020 3:17 pm

וויי איז מיר, מי אני איז מקנה פראפעסארן, לייבל איז מקנה מי אני, און איך בין מקנה לייבל!

אזויפיל טאלאנט און חכמה דא, אז איך פיל ווי א גארנישט.

אזויפיל יא איך פרוביר נאכמאכן מי אני מיט'ן כאטש טיילן לייקס לרחצה...... ווייזט אויס אז עס איז א חלק פון חכמה נישט צו האלטן קיין לייק חשבונות.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 849
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 828 מאל

Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יוני 08, 2020 4:36 pm

אויב נעמט מען אן אז ס׳איז אזוי, דעמאלטס איז עפ״י טרענסיטיוויטי (כעין שיעבודא דר׳ נתן) ביסטו שוין אויך אטאמאטיש מקנא פראפעסארן.

פאליטיקאנט←לייבל←מי אני←פראפעסארן

פאליטיקאנט←פראפעסארן

אין לאגיק רופט זיך דאס א היפאטעטישע סילאגיזם (דא גענוצט צוויי מאל).

[דא וועט די ״←״ באדייטן די קנאה.]

שוין גארנישט קיין ״גארנישט״... (און אז מ'דערמאנט לאגיק איז דאס וואס מ'רופט א דאבל-נעגאטיוו וואס ווערט פארוואנדלט אין א פאזיטיוו.) ובפרט טאמער נעמט מען אין אכט און אריין אין חשבון דיינע תגובות און קענטעניסן דא אין שטיבל (בפרט בעניני טעכנאלאגיע).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1716
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7261 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1258 מאל

Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יולי 13, 2020 8:58 pm

IMG_7188.jpg

דאס קען אויך מחזק זיין @ביבער’ס פאזיציע פארוואס (אפילו ווען עס איז) פיקציע קען (עס) זיין שטערקער אין א וועג ווי נאן-פיקציע. דאס איז די געדאנק און שטארקייט פון ליטעראטור און די הומאניטיס.

און אין אן אינטערוויו מיט'ן פילאזאף דר. עריק שוויצגעבעל, פון דא:
Fiction Philosophy.png

(ער דערמאנט טאקע די סעריע בלעק מיראר וואס @הוגה האט דערמאנט.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1716
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7261 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1258 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט