אל נא תהי כמת

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8115 מאל

אל נא תהי כמת

שליחה דורך ונבנתה העיר »

כ'האב לעצטענס געזאגט פאר א חשוב'ער דיין, אז דעם בעל התניא'ס נוסח אין מוסף פון שבת איז 'תקנת שבת' מיט א קוף, נישט 'תכנת' מיט א כף.

וואס איז דען א נפק"מ? פרעגט ער מיר, מ'זאגט עס דאך סייווי ארויס די זעלבע.

כ'האב אים געוואלט אראפלאזן א פראסק.

-----------

זאגענדיג פריער הלל, האביך מיר געטייטשט אזוי חסידיש, אודך כי עניתני, איך דאנק דיר וואס דו האסט מיר געפייניגט, ותהי לי לישועה.

ווייסט מען דאך די גמ' נדה, אויפן פסוק (הפטורת אחש"פ) אודך ה' כי אנפת בי ישוב אפך ותנחמני, במה הכתוב מדבר, בשני בני אדם שיצאו לסחורה, ישב לו קוץ לאחד מהן, התחיל מחרף ומגדף. לימים שמע שטבעה ספינתו של חבירו בים, התחיל מודה ומשבח. לכך נאמר ישוב אפך ותנחמני.

בגלגול זה או אחר האמיר אלע שוין געהאט די קשיא: ווער האט דיך געבעטן?

מי ביקש זאת מידך, אז יענער זאל יא דערטרונקען ווערן, אז פאר מיר זאל עס זיין א שמחה. ווער האט דיר געבעטן מאכן א האלאקאוסט, אז מיין הצלה איז מיר א גאנץ געשעפט. מי יאמר לך מאך א קאראונע, אז דער ערהוילטער איז דיר יעצט שולדיג לדורות. ווער האט דיר געצוואונגען מאכן א בריאה בכלל, אז וואס ס'גייט מיר שוין יא גוט איז דיין קרעדיט.

נאובאדי סעיד איט בעטער דען דע רבי ז"ל: דער צינדער איז דער לעשער...

-------------

וואס איז דער גדר פון 'לעבן'? וואס גענוי געפונט זיך נישט ביי א דומם, א שטיין למשל, אבער איז יא דא אין געוואוקסן, חיות און מענטשן, וואס מאכט זיי 'לעבעדיג'?

דער עיקר ווארט איז 'שינויים'. עס הייבט זיך ביים מיקראוסקאפישען לעוועל, און פון דארט בויעט עס זיך ארויף צום טעגליכען לעבן.

צעלן האלטן זיך אינאיין טוישן, זיי שטארבן, זיי קומען פריש אריין אין עקזיסטענץ. דער מין החי ריפראודוסט זיך. דאס זענען אלס זאכן וואס מאכט א דומם פאר א דומם. א שטיין איז א שטיין, ער רירט זיך נישט, ער טוישט זיך נישט.

עס איז נישט נאר אזוי ביאלאגיש, עס איז די פשוט'ע הבנה אז דאס מיינט 'לעבן'. אויב זאל א מענטש זיצן אכציג יאר אויף איין פלאץ, נישט עסן נישט טראכטן, נישט וויינען נישט לאכן, נישט גיין הכנות נישט באדינען די בעט – לעבט ער נישט. ער איז נישט אנדערש פון א סטאטוע אין א מוזעאום.

לעבן שאפט זיך פון שינויים.

תענוג תמידי אינו תענוג, נישט נאר ווייל ס'ווערט לאנגווייליג. ס'איז נישט קיין תענוג ווייל ס'פעלט אינעם שינוי. עסן אייזקריעם איז נאר געשמאק, ווייל פריער האסטו נישט געגעסן. שבת נחמו איז נאר געשמאק ווייל פריער איז געווען תשעה באב.

וואס גרעסער דער שינוי – אלץ מער געלעבט. אז א איד ווערט ניצול פונעם האלאוקאסט, איז עס געלעבט. ווי זענען די "גויים" מעיד, ווען מ'קראצט זיך מיט'ן טויט, דאן שפירט מען זיך דאס מערסטע 'עלייוו'.

------------

גאט האט נישט קיינע שינויים, און ער לעבט טאקע נישט. ער 'איז' לעבן, ווי דער רמב"ם שרייבט.

ער לעבט נישט, ווי א פעולה, ווייל ער גייט נישט אדורך שינויי מצבים. אבער אנדערש ווי א דומם וואס האט נישט קיין שייכות צו א צווייטע מצב, איז גאט אויפן גאנץ אנדערן עק פונעם ספעקטרום: ער איז כולל אלע מצבים אויפאמאל, 'פארדעם', לעבט ער נישט איין מצב נאכ'ן צווייטן, נאר איז דער עצם מושג פון לעבן.

אים איז קיינמאל בייגעפאלן צו מאכן א 'סטעטיק' בריאה, א טויטע בריאה. א בריאה וואו אידן געפונען זיך אייביג אין ארץ ישראל, און אלעס קלאפט ווי א זייגער, איז טויט. ס'איז גארנישט אנדערש ווי א מענטשליכע סטאטוע אין א מוזעאום וואס שטייט הונדערטער יאר אין איין פאזיציע.

'ומפני' חטאינו גלינו מארצינו, זאגט דער האלי רוזינער, נאך 'איידער' מיר האבן געזינדיגט איז שוין געווען דער בלופרינט אז מיר מוזן גיין אין גלות. הי ניעדס סאם עקשאן, זינדיג, טו תשובה, פלי ארויס, קום צוריק – ס'זאל זיין געלעבט!

מ'האט שוין ארומגערעדט דא ערגעץ דעם ווארט פון ישעיהו לייבאוויץ, אז משיח איז איינער וואס מ'דארף אלעמאל ווארטן אז ער זאל קומען, א משיח וואס איז שוין געקומען איז א משיח שקר.

מיר געפעלט בעיקר דעם צווייטן טייל פון זיין סטעיטמענט: א משיח וואס איז שוין געקומען, איז א משיח שקר. עס איז נישט אן היסטארישער סטעיטמענט, עס איז א פילאזאפישער. מען קען קיינמאל זיין פארטיג, מ'קען זיך נישט אויסציען אויפן היסב בעט און אפאטעמען, אר דזשאב איז דאן. דער תשעה באב בענקל מוז זיך אלץ געפונען אין קלאזעט. אז נישט, זענען מיר עז גוד עז דעד.

------------

רבותי, מ'דארף לעבן!

אז א דיינ'ס אידישקייט באשטייט פון מלקט זיין פון שבט הלוי וועלכע ברכה מ'מאכט אויף וועניעז קראנטש, קען ער פרעגן וואס איז א חילוק צי תכנת שבת, אדער תקנת שבת – אר יו קידינג מי?

אידישקייט דארף אנרירען דאס זעלע. יעדע פעולה, יעדע תקופה, יעדע פערזענליכע מעמד ומצב דארף זיך אפשפילען אינעם נפש, אינעם הרגש, אינעם געוויסן.

דער רמב"ם אין מורה (ח"א פ"נ) איז מסביר אז אמונה איז נישט וואס מ'זאגט מיט'ן מויל, ווי אסאך פון די "פתאים" מיינען, נאר אן ענין וואס איז זיך מצייר בנפש – זאגן קען מען אלעס. דאן איז ער מוסיף א געוואלדיגע שורה: וזה כמאמר הנוצרים, הוא אחד אבל הוא שלשה, והשלשה אחד ... כאילו כוונתנו וחיפושנו, "איך נאמר", לא "איך נאמין".

(כ'האב שוין לאנג בדעה צו שרייבן א מאמר איבער דעם רמב"ם'ס סארקאזם.)

---------------

שוין, כ'דארף זיך שוין גיין אנגרייטן די בוטס, אריבערצוגיין דעם ים. באט דאס איז די נקודה, לעבן! און טאקע די שינויים, זיי מאכן דאס לעבן. די צרות און ישועות, עליות וירידות.

און דאן, רבותי, וועט מען קענען זאגן בפה מלא, בלשונו של יאנקי: ס'איז געווען אזוי... א מחי'!
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר