תבשרינו בשורות טובות, במוצאי שבתות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

תבשרינו בשורות טובות, במוצאי שבתות

שליחה דורך העניך »

מיר האבן זיך שוין צוגעוואוינט אין די יעצטיגע ביטערע טעג, אז עס גייט נישט דורך קיין שעה-צוויי וואס עס קומען נישט אריין באריכטן איבער היימישע אידן וועלכע זענען ל"ע אומגעקומען פון דער שרעקליכער מגיפה. יעדן טאג איז דא אן אנגייענדער פלוס פון ביטערע באריכטן, וואס הערט נישט אויף שוין לאנגע פיר-פינף וואכן, ה"י.

מיר זענען געווארן הילפסלאז און רעזיגנירט צום מצב, אז נאך א איד וואס מיר קענען, נאך א קרוב, נאך א שכן, נאך א ברודער'ס א פעטער, נאך א היימישער פנים, איז געפאלן א קרבן צו קאָוויד-19. בשעת אונזער טאג מאכט זיין וועג פון אשמורת הבוקר צו ברכת המפיל גריזשעט אין אויער נאך א בשורה רעה, און נאך א טראגעדיע. א ברוטאלער טראפ-טראפ פון צרות וואס איז געווארן ווי א דענערווירנדער פליג וואס זשומעט תמיד אין אויער.

אנדערש איז אבער שבת קודש. בא שבת בא מנוחה. מיר זענען אויסגעשאלטערט פון קאמוניקאציע, די ערליכע פון אונז זענען איינגעשפארט אין שטוב, אין יוצא ואין בא, און די בשורות רעות שטעלן זיך אפ. דער שבת ווערט געפראוועט ווי אן אינזל פון שלוה. ווי דעם הייליגן בעלזער רב ז"ל, לייגט מען אן די ליארעמעס פון אמבולאנסן אויף אידישע שמחות, האפנטליך.

אבער ווי נאר די שבת'דיגע זון פאנגט זיך אן צו רוקן צו מערב זייט, פאנגט די אנגסט אן צו שפילן. אט קומט מוצאי שבת, און אנשטאט דער געווענליכער טראפ-טראפ, פלאטערט דאס הארץ וועגן א פלייץ פון בשורות רעות וואס ווערט נענטער. די מוצאי שבתים און מוצאי יום-טוב ברענגען אונז אנגעזאמלטע שלעכטס וועלכע רייסן זיך ארויס אויפאמאל ווי פון א צוזאמענגעפאלענער דאמבע. א טארענט פון יונגע און אלטע וועלכע זענען געשלאגן געווארן דורך דעם מלאך משחית.

באשעפער אין הימל, נעם שוין אוועק דעם צער און אנגסט. הייל שוין די וועלט, און נעם אוועק דעם קאראנא משחית. זאל דער שבת זיין א ריכטיגע מנוחה, און זאל דער מוצאי שבת ברענגען נאר בשורות פון ישועות און רפואות. ווי דער פייטן האט געזינגען:

תְּבַשְּׂרֵנוּ בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת;
תְּשַׂמְּחֵנוּ בָּנִים עַל אָבוֹת;
בְּמוצָאֵי שַׁבָּתוֹת.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר