די נפש פון א פרומער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

די נפש פון א פרומער

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

אלס איינער וואס האט אן אינטערעסע צו פארשטיין די הילוך ומחשבות בני אדם פון פארשידענע סארטן מענטשן, זייער אויפיהרונג, זייער טראכטונגן און זייער משוגעת'ן, האט מיר אייביג געווינדערט די פרומע סארט מענטעליטעט. מאז עמדתי על דעתי ועל דעת בני אדם, שטיי איך און שטוין איבער דער יעניגער וואס האט א געשמאק צו זיין פרומער ווי גאט.

לאמיר זיך נישט נארן, צו זיין א פרומער איז נישט קיין גרינגע עסק אדער געשמאקע זאך, נישט קיין נפקא מינא צו עס איז עס פרומע חיצונית, ווי למשל, גיין לאנג, שווארץ און ברייט. וואספארא תאוה פאר א גוט יאר, איז דאס אויסצוזעהן ווי א שווארצע זאק? אדער אפילו פרומקייט וואס האט אין זיך יא אביסעל תוך, ווי נישט עסן נאר אייגענע געמאכטע, געשחט'ענע, געבראנטענע, געמויזאכץ-עסן און שפירן אין דעם א טעם פונעם שור הבור אדער לויתן, אדער למשל שטיין אין פרעססן מאסט וואס האט א טעם פון זויערע אומגעצייטיגטע טאמאטעס, און זיך פארגלייזן די אויגן ביי קידוש און עס אויסטרונקען ווי איינער וואס טרונקט יין המשומר.

עס איש קלאר ווי די טאג אז די מענטשן נעמען ארויס עפעס א מין געשמאק פון טוען אדער זיך אויפיהרן מיט זאכן וואס ברענט פאר רוב בני אדם, עצבות, מרה שחורה, דערנידערקייט? בו בעת, וואס דער סייענטיפישער פאקט זאגט אז מענטשן טוען נישט עפס וואס ברענגט זיי דא פארקערטע ווי פלעזשור, אלא מאי?

נאך מער, אז מען באטראכט די סארט מענטשן זעט מען אויף זיי אזא מין גלאנציקייט, אין ענגליש זאגט מען אזא "גלאו" שלא מעלמא הדין. לולי דמיסתפינא וואלט איך געזאט אז די גלאנציגע אויגן פון א שפיצעל, אפגעגאלטע, בלאסע-אומגעפארבטע פרוי, שפיגעלט אפ די גלאנציקייט וואס מען זעט אין די אויגן פון א מאדעל וואס שפאצירט ארויס אין א פעשען שאו מיטן אויסגעשניטענע קלייד, ווען די האר הענגט איר ווי פון הר גלעד, די רויטע ליפן איז געפארבט ווי א חוט השני, און די שני שדים כשני עפרים שמייכלן צו די צוקוקער. און די שאלה פרעגטס זיך וואס איז די סוד ? וואס איז די גיהנום געשמאק אין פרומקייט?

ועוד יותר מזה, די מענטשן זענען אזוי איבעצייגט אין די אמת'קייט פון זייער געשמאק און זיי וועלן איבערטרעטן און איבערפארן אנדערע וואס שטייען אין וועג אבי נאכצוגעבן זייער תאוות פאר פרומקייט , גענוי ווי דער בעל תאוה'ניק פאר זייערע תאוות. און אויב חלילה א זון אדער א טאכטער איז משנה א זוז כל שהו, און נויגט אפ אביסעל פון זייער לעבנסוועג, ווערן זיי ביטער אנטוישט, עד כדי כך, אז זיי קראצען זיך די קאפ און קענען אין זייער לעבן נישט פארשטיין, ווי גענוי זיי האבן פארפאטשעקעט אין זייער חינוך, אז יוצאי חלציהם זעהן נישט די וועלט מיט זייער ברילן.

אבער יעדע שאלה האט א תשובה, און אמאל ברויך מען ווארטן ביז קאראנע טיים צו דערהערן א דערהער, און צו דערזעהן א זעה, א לעכטיקייט און עפעס א טונקעלע שאלה וואס ליגט שוין אוועקגעפאקט יארן.

אלס איינער וואס היט די קאראנע געזצען מיט אלע חומרות און הידורים, נישט ארויסגייענדיג בחוץ, און זיין איינגעשפארט בדלת, מנעול, ובריח, און פונעם פענסטער זעהן אידן גייען מיט נאסע פאות פון מקוה, און טלית ותפילין אונטער די ארעמעס, איז אנשטאט די בלוט פרעשור זאל ארויפגיין אויף די העכסטע נומערן, היתכן רוצחים וואס איר זענט? נעמט מיר איבער אזא גשמאק פון דערהויבענקייט, איך שפיר זיך ווי א קאפ העכער און הייליגער ווי מיין שכן, דער מיט די לאנגע בארד, באוואקסענע שוואנצען, שווארצע-ווייסע ברילן און פעלענע טלית בייטעל.

ווואס טייטש ? די בעלי תאוות קענע זיך נעבך נישט איינהאלטען פון פלאטשקענען אין מקוה, און פון סאצעליזירן און שול, אדער פון טוען זאכן וואס זיי זענען געווינט און מאכט זיי פיהלן הייליג, נישט קיין נפקא מינא אז עס איז געפארבט מיט גרויסע גראבע רויטע בלוט פלעקן. איך אויף דער אנדערע זייט, געלויבט גאט, האב די כוחות צו זיך שטעלן לכו נרננה ביים דייניג רום בענקעל, און הערן מיינע דריי מיידלעך זינגען מיט לכה דודי מיט לא תיבושו, ווען עס מישט זיך צאם מיט כגוונא און ברכו פונעם מנין אין חצר. ווי נעמט מען אזא דערהויבענקייט? ווי נעמט מען אזא געפיהל פון גדלות? וואס איז באמת ריין געבויט אויף קטנות פון אנדערע בעלי תאוה דקדושה, וואס האבן ל"ע נישט די כוחות וואב מיר האבן.

נו, אויב דאס איז די געפיהל וואס דער פרומער האט, ווען ער מיט ווייב גאלן זיך אויף טריפעל זירא, און ווען ער מאכט פסחדיג זיין קאר מיטן לאנגען פארפלעקטע געלע טלית קטן און משומר פאון אין וועסטעל, און מיט א פאראכטענדע שמירת ענים בליק בליקט ער אראפ אויפן שכן מיט זיין באקוואקסענע האר און זיין טלית קטן אונטערן העמעד און סמארט פאון אויפן הויזן פאסיק, דאן פארשטיי איך שוין אלעס.

פאר אזא געפיהל וואלט איך געקענט באשטיין צו בלייבען נאל פיר וואכן אין דערהיים
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר