בלאט 1 פון 1

געכאפט א מנין

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 20, 2020 9:33 pm
דורך Lexus
רבותי, איך האב געכאפט א שכן מיינע פירט אהן א מנין ביי זיך אינדערהיים
לכאורה אהן סאושעל דיסטענסינג
מיין שאלה איז, האב איך א חיוב דאס צו ריפארטן?

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 20, 2020 9:41 pm
דורך ביבער
מיין שכן איז א מלמד און האט זיין גאנצע חדר ביי זיך. שבת ויו"ט מאכט ער מנינים. יעדער זאל טהון וויאזוי ער וויל ווילאנג ער לאזט מיר טהון וואס איך וויל.

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 20, 2020 9:46 pm
דורך קורקלענד
שב ועל תעשה עדיף.

ווי זאגט יענער. אין צוויי פעלער דארף מען טוהן פארקערט. דארט וואו ס'איז א מצוה צו שלאגן, און דארט וואו ס'איז א עבירה צו העלפן......

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 20, 2020 9:50 pm
דורך Lexus
איך האלט פונקט ווי ענק, כ'האב נאר געוואלט זעהן אויב עס באשטייט נאך נארמאלע מענטשן אויף די וועלט וואס זענען נישט אגאנצן טאג פארנומען מיט יענעם

ענק האבן געפאסט די טעסט

Re: געכאפט א מנין

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 20, 2020 11:04 pm
דורך גימפל
מיין שכן פראדוצירט אומלעגאל גאנס ביי זיך אינדערהיים און פארקויפט דאס פאר מענטשען וואס בטעות פליען קוילען בעת די קונים גייען אהיים מיט די געקויפטע סחורה. זאל איך רופען די פאליציי, אדער זאל א יעדער טוען וואס זיי ווילען ביי זיך אינדערהיים?

Asking for a friend.

Sent from my LM-G710 using Tapatalk

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 20, 2020 11:30 pm
דורך איסר האטלקי
מיין שכן מאכט היימישע זכר באנדלעך און די קונים נפח'נען אויפן וועג ארויס פון זיין הויז.

מעג איך רופן אן עקסטערמינעיטאר?

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 20, 2020 11:38 pm
דורך שמערל
איך האב ביי מיר אין בעיסמענט א אפיציעלע מנין וואס גייט אן מידי יום ביומו זייט מ'האט פארמאכט די בתי מדרשים, ס'איז מיר קיינמאל נישט עולה על הדעת געווען זיי צו רעפארטן, נישט ווייל כ'האב מורא פון מסירה, נאר ווייל כ' האלט אז איר כל המעשיות האט א מענטש א רעכט צו זיין מיינונג אפילו ווען לשטתך לייגט עס אריין אנדערע אין א שטיקל סכנה.

בפרט לעת עתה וואס ווי מהערט פון די הצלה האבן זיך די קאולס היבש אפגעשטעלט, האט שוין ממש נישט קיין זין צו איבערדרייען און זיך צוהרג'נען מיט מענטשן וואס וועלן שוין ממילא נישט אויפהערן צו זיך דרייען ברבים, איז וואס איז די נקודה צו סתם אנדרייען שנאה ומחלוקת, און נאך ליידן פארדעם בישות אויך.

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 20, 2020 11:40 pm
דורך מאך זיכער
איסר האטלקי האט געשריבן:מיין שכן מאכט היימישע זכר באנדלעך און די קונים נפח'נען אויפן וועג ארויס פון זיין הויז.

מעג איך רופן אן עקסטערמינעיטאר?

רוף שוין פרעג נישט קיין קושיות...

Re: געכאפט א מנין

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 21, 2020 1:33 am
דורך זעקעל
איסר האטלקי האט געשריבן:מיין שכן מאכט היימישע זכר באנדלעך און די קונים נפח'נען אויפן וועג ארויס פון זיין הויז.

מעג איך רופן אן עקסטערמינעיטאר?


גיי אין קאמפעטישאן מיט׳ן שכן אין פאבריציער בעסערע ארבעס פון אים, וועלן זיינע קונים קומען צו דיר אנשטאט, אין דו וועסט פארדינען א פרנסה בדרך כבוד, און א דאפעלטע נקמה, גיב אים צו שפירן דעים טעם ע״כ מיין אדווייס