דער ציצית ליד [emoji444]

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טשילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:35 am
האט שוין געלייקט: 882 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

דער ציצית ליד [emoji444]

שליחה דורך טשילער »

מיך געקויפט פאר געלט טייער,
הערליך שיין אן קיין פלעק;
די גודל המצווה אין לשער,
פאר מיין בעל הבית, שכר אן קיין עק;

כ'הענג פון אלע 4 זייטן,
נאר מיך קושט א יוד;
מיט קאטאן קיינמאל מיך נישט בייטן,
זאל שוויצן, ער ווערט נישט מיד;

מהודר געפלאכטן זיך נישט שפארן,
ווייסע שטריק און בלויע חלזון;
שווארצע ליינס נישט אפגעפארן,
ערב פסח אנגעטוהן 'לזכרון';

'געב אכטונג' שרייעט די קאנשעס,
די ארבע כוסות מיט מיך נישט יוצא זיין;
כ'קום דאך נישט אין באנטשעס,
קאליר רויט, אינגאנצן נישט מיין טעם;

אופס! דעים ערשטן פלעק,
די קדושה אפגעקילט;
אינגאנצן פארשמירט פוי ס'שמעקט,
אין וואש מאשין, אדורך גענעצט.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר