רוף צו קלוגע יודן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

רוף צו קלוגע יודן

הודעהדורך ישעיה » פרייטאג אפריל 24, 2020 2:45 pm

א גוטן טייערע יודן
קאווע שטיבל פארמאגט א שיינא פאר קלוגע יודן, וואס זענען אויך ערליך (אורתודוכסיש יודיש), און איך טוה מיך ווענדן צו זיי
כלל ישראל דארף אייך
ווי ברייט באקאנט, פאדערן זיך געוויסע רעפארמען אינעם הלכה פעלד
דא עקא, אז כדי דאס אויסצופיהרן דארף מען רבנים
כלל ישראל דארף קלוגע רבנים
אפשר נעמט איר זיך לערנען און מחבר זיין ספרים כדרכה של תורה (דוקא, נישט קיין סתם געשרייבעכצער)
איך בין נישט ממש באקאנט, אבער איך מיין אז היינט צו טאגס קען מען שוין זיין א רב אין אמעריקא אויך אהן קאץ ברילן, איז, יאללה לעבודה
א דאנק
ישעיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

הודעהדורך וואולקאן עראפציע » פרייטאג אפריל 24, 2020 5:24 pm

רעדסט צו קלוגע אידן, און זאגסט א קלוגע זאך.
זאלסט אבער וויסן אז ס'דא אסאך דרגות אין חכמה. עס איז אסאך א גרעסערע דרגא צו רעפארמירן די הלכה, ביז צו געוויסע שטאפלען, אבער נאר "פאר זיך אליין".
ס'איז א חכמה צו פאררעכטן די וועלט, אבער נאך א גרעסערע חכמה איז צו לאזן די וועלט לויפן, און טון בעסערס מיט די טייערע צייט. לעב פאר זיך, זיי קלאר אין וואס דו האסט צו טון, און לאז אנדערע מיט זייער פארשלייערטן מוח אנגיין מיט דאס זייעריגע.

וכן אני נוהג.
וואולקאן עראפציע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 07, 2020 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 24, 2020 5:29 pm

זעהט מיר אויס ווי @ישעיה איז א גילגול פון מיר ביי די אכצן יאר, און @וואולקאן עראפציע איז א גילגול פון מיר ביי די דרייסיג. הרבה עשו כישעיהו ולא עלתה בידם, ראה שלא תמות כמו שמת פלוני...
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3715
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2881 מאל

הודעהדורך ישעיה » פרייטאג אפריל 24, 2020 5:34 pm

ס'דא זאכן וואס מען קען נישט זאגן ביי דעם טוה פאר דיר אליינס וואס דו ווילסט, ווייל ווילאנג די הלכה איז נישט געטוישט קען מען נישט טוהן אנדערש.
איך בין מודה אז נישט ביי אלעס איז אזוי, (למשל תגלחת נשים איז לכאורה נישט קיין 'הלכה', נאר מ'קען דן זיין מצד נדר, בקיצור, דאס אליינס דארף א בירור הלכה...)
ותו, ווער וויל דען נישט זיין א חלק אין 'לתקן עולם במלכות שדי'.
מי לה'!!
ישעיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 24, 2020 5:50 pm

ישעיה: לאמיר זאגן אז דו ביסט גערעכט. כאטש דיין ..."וויזיע"... איז צו ברייט. נאר דו דארפסט געדענקען אז די פרייז וואס דו גייסט צאלן. (אלס דער גרינדער און הויפט אנפיהרער פון די מאוומענט) וועט זיין צו הויעך. ווייל דו וועסט דיך שטענדיג געפונען אריינגעמישט אין מערכות. אן קיין מינוט פון מנוחה...!

ס'זענען געווען צדיקים וועלכע זענען געווען פון אזא כאראקטער. שטאטס זיצן במנוחה און דינען דעם אייבערשטן, האבן זיי אויסגעוועלט א וועג פון קעמפן, אפילו אקעגן די גאנצע וועלט. האבן זיי זיך געפונען זייער גאנצן לעבן אין מערכות. און מלחמות. איינער פון זיי איז געווען דער יעב"ץ. ר' יעקב עמדין. און זיין טאטע דער חכם צבי.

היום קצר והמלאכה מרובה א גוטן שבת און א גוטן חודש...א סאך הצלחה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14005
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9111 מאל

הודעהדורך וואולקאן עראפציע » פרייטאג אפריל 24, 2020 6:07 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:ס'זענען געווען צדיקים וועלכע זענען געווען פון אזא כאראקטער. שטאטס זיצן במנוחה און דינען דעם אייבערשטן, האבן זיי אויסגעוועלט א וועג פון קעמפן, אפילו אקעגן די גאנצע וועלט. האבן זיי זיך געפונען זייער גאנצן לעבן אין מערכות. און מלחמות. איינער פון זיי איז געווען דער יעב"ץ. ר' יעקב עמדין. און זיין טאטע דער חכם צבי.

זייער פאסיג, שטייענדיג דא אינעם בין השמשות (?) צווישן די צוויי יא"צ פונעם יעב"ץ (היינט) און חכ"צ (מארגן).
וואולקאן עראפציע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 07, 2020 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

הודעהדורך במדבר » מוצ"ש אפריל 25, 2020 9:24 pm

''אלו ואלו דברי חכמים ובנחת מדרבנים''. (שם.שם.)

@ישעיה. זיי זענען אלע גערעכט מיט דעם;אז......

........ ''לעב פאר זיך''. ''הרבה עשו ולא עלתה''. ''דו וועסט דיך שטענדיג געפונען אריינגעמישט אין מערכות. אן קיין מינוט פון מנוחה...!''. וכו'.

אבער! אויב טוסטו עס סינטעזירען: דאס מיינט דו גייסט זיך קאנצעטרירען, אויף זאכען וואס דו האסט א פערזענדליכע אינטערעסן, אין און זאכען וואס וועט צו דער זעלבער צייט, ברענגען א ''גזעלשאפטליכע טויש''. דאן הייבסטו זייער הויעך, דיינע מעגליכקייטען פאר סוקסעס.


און אויף דיין ריף; ספרים וועט נישט ברענגען א טויש, עס איז וויירשיינדליך פארהאן ספרים ומאמרים, אויף יעדע נושא וואס דו ווילסט אזוי וויכטיג זעהן א טויש, די מחברים האבען געמיינט, אז דאס איז זיכער שטאף פאר א רעוועלאציע, אבער אנשטאט פולווער; זאמעלט עס שטויב.


איך בעט אייך, גלייבט אין א טויש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך במדבר אום מאנטאג אפריל 27, 2020 10:34 am, רעדאגירט געווארן 5 מאל בסך הכל.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 371 מאל

הודעהדורך אמת וצדק » מוצ"ש אפריל 25, 2020 9:42 pm

א גוטן @ישעיה, גערעכט ביסטו אז א יעדער ת״ח ובער דעת וואס קען משפיע זיין לטובה איז א גוואלדיגע זאך, און נישט דוקא רבנים ות״ח נאר אפי׳ א פשוטע שרייבער אויף קאווע שטיבל וואס שרייבט אן ארטיקל אויף סיי וואספארא ענין וואס דארף א תיקון אדער סיי וואס פאר אן ארטיקל וואס מאכט דער מענטש טראכטען טיפער, דער האט אויך א חלק אין מאכן אונזער קאמיוניטי א בעסערע פלאץ, ברוך השם מיר האבן דא ת״ח ואנשי בר דעת וואס זענען משפיע לטובה, לדוגמה @מי אני וואס באלייכט דעם שטיבל און האט אפגעשריבען אינעם וועקער נומבער 15 א גאנצע בירור להלכה בנוגע הדפסת תמונות נשים בעיתונים. און הרב @לעיקוואד לויפט ארום אויף סאשעל מידיע זאל עס זיין אפי׳ יוטוב און פייסבוק צו פארקויפן לכל מאן דבעי תורה ודעת אשרי שלו ככה, בכלל האבן מיר דא שרייבער וואס פארקויפן תורה וחכמה ודעת. געדענקן דארפען מיר אז יעדער הלכה ומנהג ווערט נקבע ביים ציבור סיי דורכען רב/רבי און סיי דורכען ציבור וואס דארף עס למעשה אננעמען און טוהן, די זעלבע פארקערט א שינוי לטובה קען קומען סיי דורכען רב, רבי, משפיע, און פונקט אזוי דורכען כח היחיד.
אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף
הגדה של פסח ״מדרש הגדה״ ווער איז די מחבר
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 345 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 25, 2020 10:43 pm

אמת וצדק: איך ווילל נאר צולייגן צו דיינע ווערטער. למשל, אויב איינעם'ס רבי האט געהאט א מנהג צו (איך וואלט דאס געזאגט מיט 70 יאר צוריק. ס'איז אבער דאמאלס נאכנישט געווען קיין אינטערנעט אדער קאמפיוטער קיעבאורדס.) רייכערן א ציגאר א יעדן מוצאי שבת. וואלטן די חסידים אריינגעטייטשט הויכע כוונות אין דעם. און זיי וואלטן זיך משתדל געווען א יעדער איינער, צו פאררויכערן א ציגאר אום מוצאי שבת. און ס'וואלט שוין באשאפן געווארן א גאנצע אינדוסטרי ארום דעם. דער מקוה איד און דער משמש און אפילו דער ספרים פאקער וואלטן פארקויפט ציגארן.אויב דו וועסט אריינקוקן אין די שו"ת ספרים פון בערך 100 יאר צוריק וועסטו זעהן זייער א סאך תשובות אויב, און ווען מ'מעג פאררייכערן. ווייל אין יענע צייטן האבן די דאקטוירים געהאלטן אז רייכערן איז געזונט. קוק אריין אין דעם (נארישן, קינדערישן) ספר ..."מעשה טוביה"...דארט איז ער מסביר אז רייכערן איז געזונט פאר'ן גוף. ס'רייניגט אויס דעם קערפער און עפנט דעם מח...!

אין די פארצייטיגע שו"ת ספרים ווערט עס אנגערופן מיט'ן לשון..."שתיית טיטון"...! ס'איז דא גאנצע תשובות איבער אויב, און ווען מ'מעג רייכערן...! אבער היינט אז מ'ווייסט שוין אז רייכערן אלע מיני טאבעקקא פראדוקטן איז שעדליך. און אקעגן געזעץ וועט קיין שום רבי נישט איינפיהרן אזא מנהג.

ס'קען זיין אז דאס וואס א טייל חסידים ואנשי מעשה פיהרן זיך צו עסן פיצא אום מוצש"ק פאר מלוה מלכה נעמט זיך פון דעם וואס א געוויסער רבי זכותו יגון עלינו האט געהאט א מנהג צו פיהרן א מלוה מלכה וואו פיצא איז געווען דער הויפט מאכל, אלס "חמין במוצאי שבת, מלוגמא"... און עסן "דגים" ביי מלוה מלכה האט מען יוצא געווען מיט סושי...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מוצ"ש אפריל 25, 2020 11:28 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14005
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9111 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מוצ"ש אפריל 25, 2020 10:49 pm

גראדע האט דער ישעיה א פאונט, ווען מען שרייבט ווען אויס בירורים אויף די ענינים וואס זענען פאלש וואלט עס געמאכט א דענט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 25, 2020 11:36 pm

אישתישבי: די זאכן און מנהגים וועלכע זענען פאלש איז פארשטענדליך אז מ'האט זיי נישט געדארפט אויס שמועסן אין די תשובה ספרים. ווייל די מחברים פון די ספרים האבן נישט געקענט טראכטן פון א יעדן מנהג של שטות און עמי הארצות וואס מענטשן וועלן איינפיהרן אין פארלויף פון די צייט. נאר די עצם נאכמאכן מיט וואס דער המון עם פיהרט זיך. דאס דארף מען טוישן. ס'הייבט זיך אן מיט דעם וואס איין מענטש, למשל האט א פערזענליכע חומרא וואס איז נישט קיין שום הלכה אדער מנהג. און וויבאלד ער פיהרט זיך אזוי אין פאבליק. און עטליכע מענטשן מאכן אים נאך אן פארשטיין פארוואס ער פיהרט זיך אזוי. ביז ס'ווערט שוין א נחלת הכלל. און ווען איינער טוט אנדערש הייסט ער שוין א שייגעץ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14005
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9111 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג אפריל 26, 2020 3:10 am

במדבר האט געשריבן:
און אויף דיין ריף; ספרים וועט נישט ברענגען א טויש, עס איז וויירשיינדליך פארהאן ספרים ומאמרים, אויף יעדע נושא וואס דו ווילסט אזוי וויכטיג זעהן א טויש, די מחברים האבען געמיינט, אז דאס איז זיכער שטאף פאר א רעוועלאציע, אבער אנשטאט פולווער; זאמעלט עס שטויב.

עקזעקטלי.
טאמער זיכט איינער א היתר אויף וואס אימער, קען מען מיט א קוועטש אויף גוגל זיין א געהאלפענער, און נאך מער, מ'וועט גאר געוואר ווערן אז די וואס זענען מקיל זענען מער אויסגעהאלטען.

מיר קוקט אויס אז @ישעיה וויל בלייבן וואינען אין וויליאמסבורג, שיקן די קינדער קיין סאטמאר (נאר א משל) און די געזעלשאפט זאל נידערן די סטאנדארטן זיך צוצושטעלן צו זיינע תאוות.
פארוואס? איז דאס יושר?

ווען איינער פארפירט פארוואס מ'אדאפט פרישע חומרות חדשים לבקרים, איז דאס א גערעכטע טענה. אבער צו פארלאנגן אז א געמיינדע זאל רעפארמירן זייערע מנהגים איז ראונג. די ביסט נישט צופרידן וויאזוי דיין קהילה פירט זיך? הארץ רחבת ידים, קענסט מופן כאטש ווי דיין הארץ באגערט (חוץ אין די מייל ארום שיכון סקווירא) און טרעפן א קהילה לויט דיין געשמאק. לאז אפ די גילטי קאנשעס אז טאמער די פירסט דיך אנדערש ווי מ'האט דיך אויפגעצויגן איז א פראבלעם. טו וואס די פארשטייסט איז ריכטיג ואל יתבייש מפני המלעיגים. די זעלבע ווי דאס וואס דיר באדערט אז מ' צווינגט ארויף פרומקייטן אויף דיר אין דיינע קינדער וואס די ווילסט נישט, טארסטי נישט טון פאר א צווייטן. אנדערע ווילן לעבן ווי זייערע עלטערן אין זיידעס אן פארשטיין טאמער ס'איז ריכטיג אדער נישט. ס'איז נישט גערעכט זיי צו פארדרייען א קאפ.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2645
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2741 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג אפריל 26, 2020 5:36 am

אויב איז דא צווישן אונז איינער מיט הוראה (און כ'גלייב אז ס'דא מער ווי איינער) דאן אפשר מאכט מען א שטיקל שו"ת אשכול ווי מען קען פרעגן דעם דיין בתוכינו און אזוי זיין אויסגעהאלטן ווי ס'דארף צו זיין?

הרב לעיקוואד, איר האט אפשר הוראה?
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 523
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 578 מאל

הודעהדורך במדבר » זונטאג אפריל 26, 2020 7:40 am

מאך זיכער האט געשריבן:אויב איז דא צווישן אונז איינער מיט הוראה (און כ'גלייב אז ס'דא מער ווי איינער) דאן אפשר מאכט מען א שטיקל שו"ת אשכול ווי מען קען פרעגן דעם דיין בתוכינו און אזוי זיין אויסגעהאלטן ווי ס'דארף צו זיין?

הרב לעיקוואד, איר האט אפשר הוראה?


יא. אגיטען איך בין רבנית שרה לעמעל תליט''א. איך האב באקריגען הוראה, דארוך א צען שעה'איגע אנליין קורס, צוגעשטלט דארוך די, האנערבלי ראביי אירווין פריעד (קאנסערוואטיוו טעמפעל אוף בעינסשאור). די סערטיפעקעט קען מען זעהן אנליין (y'now paper is a waste for the environment). פילטס פריי אריינצושיקן אייערע פראגעס.


צו אייער דינסט

רבנית שרה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך במדבר אום זונטאג אפריל 26, 2020 11:41 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 371 מאל

הודעהדורך במדבר » זונטאג אפריל 26, 2020 10:54 am

שמעון וואלף האט געשריבן:
ווען איינער פארפירט פארוואס מ'אדאפט פרישע חומרות חדשים לבקרים, איז דאס א גערעכטע טענה. אבער צו פארלאנגן אז א געמיינדע זאל רעפארמירן זייערע מנהגים איז ראונג. די ביסט נישט צופרידן וויאזוי דיין קהילה פירט זיך? הארץ רחבת ידים, קענסט מופן כאטש ווי דיין הארץ באגערט (חוץ אין די מייל ארום שיכון סקווירא) און טרעפן א קהילה לויט דיין געשמאק. לאז אפ די גילטי קאנשעס אז טאמער די פירסט דיך אנדערש ווי מ'האט דיך אויפגעצויגן איז א פראבלעם. טו וואס די פארשטייסט איז ריכטיג ואל יתבייש מפני המלעיגים. די זעלבע ווי דאס וואס דיר באדערט אז מ' צווינגט ארויף פרומקייטן אויף דיר אין דיינע קינדער וואס די ווילסט נישט, טארסטי נישט טון פאר א צווייטן. אנדערע ווילן לעבן ווי זייערע עלטערן אין זיידעס אן פארשטיין טאמער ס'איז ריכטיג אדער נישט. ס'איז נישט גערעכט זיי צו פארדרייען א קאפ.


@שמעון וואלף, איך הער! הייסט עס, דאס איז דיין ''טעראפי-מענטרא'' צו בארויאיגען דיין געוויסען.

אבער לאמיר זיך נישט פאפען: ווי טריב און קאלמוטנע ס'הערט זיך, מיר זענען פארטשעעפעט אין א ''שפין גוועב'', און בלויז ווער ס'איז גרייט צו רייסן ''לעבעדיגע גלידער''(משפחה/חברים), קען זיך ארויסזעהן.
והשנית: ס'קאסט צו א טייערע פרייז (גייסטיש ווי מאטעריעליסטיש), אין ווי באקאנט איז אויף יענע זייט נישט דא קיין ''גמ''חים''.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 371 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 26, 2020 11:17 am

כמעט קיינער האט נישט געצאלט א טייערע פרייז פאר'ן ארויסמופן פון געטאו, אויב צאלן צאלט מען פאר'ן בלייבן אינעווייניג און פרובירן טוישן מענטשן. מענטשן האלטן נישט ביים טוישן זייערע אמונות און דעות, פאר יעדע פרואוו זיי איבערצוצייגן אין זייערע קרומקייטן באצאלט מען זייער טייער. אז דו ציעסט זיך ארויס פון געטאו וועלן די משפחה און חברים צום סוף שלום מאכן מיט'ן מצב, אז דו פרובירסט אבער איבערצומאכן זייער געטאו וועסטו טיעף חרטה האבן.
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3715
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2881 מאל

Re: רוף צו קלוגע יודן

הודעהדורך אונטער חכם » זונטאג אפריל 26, 2020 1:49 pm

געב עס אביסל צייט און עס וועט אנקומען, נישט לשם שמים, נאר פשוט ווייל עס פארקויפט זיך גוט, קוקט אן ר' שמואל ניימאנס הצלחה, שטעלט אייך פאר אן עכט געלונגענער מענטש וואס נעמט זיין מהלך.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

Re: רוף צו קלוגע יודן

הודעהדורך פאליטיקאנט » זונטאג אפריל 26, 2020 2:16 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:
אבער לאמיר זיך נישט פאפען: ווי טריב און קאלמוטנע ס'הערט זיך, מיר זענען פארטשעעפעט אין א ''שפין גוועב'', און בלויז ווער ס'איז גרייט צו רייסן ''לעבעדיגע גלידער''(משפחה/חברים), קען זיך ארויסזעהן.
והשנית: ס'קאסט צו א טייערע פרייז (גייסטיש ווי מאטעריעליסטיש), אין ווי באקאנט איז אויף יענע זייט נישט דא קיין ''גמ''חים''.


נישט אז איך האלט אז ס'איז נישט מעגליך ארויסצוגיין, אבער ביסט טויזנט פראצענט גערעכט, מ'וואקסט אויף אויף אזא אופן אז אז עס איז געפערליך שווער ארויסצוגיין פונעם קאמיוניטי, 'און נישט אייביג לוינט זיך עס טאקע!' אסאך מאל איז די שאדן פון חברים, משפחה, און אנדערע זאכן שטערקער ווי די בענעפיט פון פרייהייט.


כ'פארשטיי אז "למעשה קען מען טון וואס מ'וויל אויב מ'ווייסט וויאזוי", אבער דאס בארעכטיגט נישט די אינטערדריקונג מעיקרא.

איך האב א מיטארבעטער וואס האלט א היפשע צייט נאכן חתונה מיט א סמארטפון למעלה משנתיים, און דאך באהאלט ער עס פון זיין שווער און שוויגער ווייל ער האט מורא פאר זיין שלום בית (זיי האבן נאך אלס א "גריפ" אויף זייער טאכטער)......!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 793
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 778 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג אפריל 26, 2020 6:05 pm

מאך זיכער האט געשריבן:אויב איז דא צווישן אונז איינער מיט הוראה (און כ'גלייב אז ס'דא מער ווי איינער) דאן אפשר מאכט מען א שטיקל שו"ת אשכול ווי מען קען פרעגן דעם דיין בתוכינו און אזוי זיין אויסגעהאלטן ווי ס'דארף צו זיין?

הרב לעיקוואד, איר האט אפשר הוראה?


איך האב נישט קיין "הוראה" איך קען זיך אבער אינטרנעמן דורכטוהן די פוסקים פון א שאלה און פסקנען אויב מען וועט מיר צאלן א געהאלט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3895
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6146 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג אפריל 26, 2020 6:51 pm

לעיקוואד האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:אויב איז דא צווישן אונז איינער מיט הוראה (און כ'גלייב אז ס'דא מער ווי איינער) דאן אפשר מאכט מען א שטיקל שו"ת אשכול ווי מען קען פרעגן דעם דיין בתוכינו און אזוי זיין אויסגעהאלטן ווי ס'דארף צו זיין?

הרב לעיקוואד, איר האט אפשר הוראה?


איך האב נישט קיין "הוראה" איך קען זיך אבער אינטרנעמן דורכטוהן די פוסקים פון א שאלה און פסקנען אויב מען וועט מיר צאלן א געהאלט.


אויב אזוי פארוואס זאגט די וועלט אז מרע"ה האט נישט געקענט טרעפען קיינע דיינים שונאי בצע פאר די ריכטיגע פרייז...?

On a serious note, כ'קען א מורה הוראה בתוכינו וואס איז וויליג איבער צו קוקען די ארבעט און געבן זיין חותם אויף הלכה למעשה.

אפשר וועט נאך געלונגען צו מסדר זיין עפעס א תמכין דאורייתא אויך ....
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3315 מאל

הודעהדורך במדבר » מאנטאג אפריל 27, 2020 8:05 am

לעיקוואד האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:אויב איז דא צווישן אונז איינער מיט הוראה (און כ'גלייב אז ס'דא מער ווי איינער) דאן אפשר מאכט מען א שטיקל שו"ת אשכול ווי מען קען פרעגן דעם דיין בתוכינו און אזוי זיין אויסגעהאלטן ווי ס'דארף צו זיין?

הרב לעיקוואד, איר האט אפשר הוראה?


איך האב נישט קיין "הוראה" איך קען זיך אבער אינטרנעמן דורכטוהן די פוסקים פון א שאלה און פסקנען אויב מען וועט מיר צאלן א געהאלט.

לייק'ס איז דיר א גיטע מטבע, און אויב יא וואס איז די מינעמום וועידש?
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 371 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot], Majestic-12 [Bot] און 3 געסט