תיובתא ד׳אמאל תיובתא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

תיובתא ד׳אמאל תיובתא

שליחה דורך פאליטיקאנט »

גענומען פון די טעלעגראם טשענעל פלוניש׳ל
https://t.me/ploinishl



"איינער וויל קומען אויף א רייד?״
״שאָר!״
היינט גיימיר באטראכטן וויאזוי עס קוקט אויס ווען מענטשן רעדן פון א סאביעקט אין וועלכע זיי האבן נישט קיין שום ידיעות אדער עקספיריענס.
די נושא איז: דער אלטער היים.
קיינער פון אונז האט דאס נישט בייגעוואוינט.
איין זאך ווייסן מיר אבער יא. אז ׳אמאל׳ איז אלעס געווען טאטאל אנדערש. אשר על כן, יעדע זאך וואס קען מעגליך זיין דער צווישנשייד צווישן ׳היינט׳ און ׳אמאל׳, וועט מען באשליסן אז עס איז טאקע ווירקליך געוועזן אזוי.

-

״אמאל איז נישט געווען ווי היינט" האט דער בעל דרשן מחדש געוועזן פאר צענליגע פּאָר פארגלאצטע אויערן, "אמאל, ווען א צדיק האט עפעס געזאגט אדער געהייסן, שט'קיין חילוק צו מען האט פארשטאנען צו נישט, האט דער פשוט'סטער איד געפאלגט! נישט געווען אזא זאך איבערפרעגן, אדער זיין מסופק. די אמונת צדיקים איז געווען אויף ס'העכסטע שטאפלען! מש"כ היינט. היינט צוטאג, א צדיק קען זאגן, א רב קען פסק'ענען. און וואס? גארנישט! יעדע שמויגער ווערט א גאנצער בר פלוגתא, מ'גייט פרעגן א סעקאנד-אפיניאן, מ'לאכט אפ, כאילו ביּזט גלייך מיטן רב".

וכן להיפך.

"ס'איז דא 'היינט', און ס'איז דא 'אמאל'" האט דער בעל מספר אויפגעוויזן זיינע קענטעניסן פאר די נייגעריגע המון, "היינטיגע צייטן האט יעדע רבי גאנצעטע גבאים, אפילו גאר קליינע רביים קענען אנפילן א ריזיגן ביהמ"ד מיט חסידים, זאגסט נאר איין קרום ווארט און מ'טראסקעט דיר ארויס בשן ועין! היינט צוטאגס האבן אלע רבנים אימפעריעס און כבוד מלכים אויף א גאלדענעם טאץ. אבער וויסן זאלט איר אז עס איז נישט אייביג געווען אזוי, אמאל האט א רבי געהאט זיינע צעהן תלמידים, די עניוות פון א צדיק איז געווען אזוי שטארק אזש מ'פלעגט זיך מתחצף זיין. געוועזן צדיקים וועלכע מען האט געלייגט אין חרם, און געוועזן גדולים וואס זייער גרויסקייט איז אנערקענט געווארן הערשט נאך זייער הסתלקות".

* * *

"בימים ההם איז נישט בזמן הזה. נישט." האט דער ראש ישיבה געוואוסט צו מחלק זיין. "אמאל איז דער 'טאג' געווען אן אנגעפילט חפץ, נישט געווען קיין דעליוועריס, נישט געווען קיין סערוויסעס אויף יעדע זאך וואס איז בייגעפאלן פאר סיי וועלכער בלוטס-טראפ. מען האט אליינס געאקערט, אליינס געזייט, און זיך זעלבסט קעיר גענומען. ווידעראום בזמן הזה. מען האט זיך געטראפן מיט א פראבלעם: צייט. וואס טוט מען מיט אזוי פיל איבריגע צייט? מען היינט זעהן אינגערלייט זיצן און שפילן געימס אויף זייערע סמארטפאונס. 'וואסי שלעכט?' העט ער דיר פרעגן 'וואס איז שלעכט פרעגסטו?? דו האסט צו סאך צייט! דאס איז שלעכט!' מענטשן האבן פשוט נישט וואס צו טוהן מיט די צייט".

וכן להיפך.

"'פארן קריג' און 'נאכן קריג', איז א חילוק ווי פון 'דומם' ביז 'מדבר'" האט דער יושב ראש גע'דבר'ט מיט עקסטאז "אמאל האט מען געמעלקט די קוען, גע'שחט'ן די הינער, און נאכדעם? מ'האט פארברענגט מיט די קינדערלעך, געלערנט מיט זיי, געזאגט תהלים, ס'איז געווען הרחות הדעת. היינט - אבער - איז אנדערע צייטן. א ביזי וועלט! יעדע שנה ראשונה אינגערמאנטשיק האט פופצן ביזנעסער, אלעס איילט זיך, נישטא קיין טראפ צייט פאר גארנישט! נישט פאר די ווייב! נישט פאר די קינדער!

* * *

"אינעם אלטן-היים איז נישט געווען ווי היינט" האט דער מגיד בליציג מודיע געווען פאר די פארזאמלטע. "היינט איז אן עפאכע ווי אלעס ׳מיז׳ געטון ווערן! אז דו האסט נישט 'אלעס', 'יעצט', 'גלייך', 'דא', און 'שוין', ווערסטו היסטעריש! 'דאס' איז גלות אמעריקע: עקשנות! מען קען נישט ארויסגיין פון אייגן וועג פאר גארנישט. ס'מער נישטא די אמאליגע סבלנות. אמאל האט מען נישט אגאנצן טאג נאכגעלאפן תענוגים, מען האט נישט געמיזט גיין קיין דרייסיג וואקאציעס א יאר, אדער האבן 'יעדע' נייע טעכנעלאגיע די מינוט וואס עס קומט ארויס".

וכן להיפך.

״׳אמאל׳ מיט ׳היינט׳ האבן שט׳קיין שיכות״ האט דער משפיע איבערגעגעבן טיפזיניג פאר די מקבלים. ״אמאל האט יעדער געהאט א פרינציפטליכער ציל, מען האט זיך נישט אוועקגעריקט קיין כי הוא זה פון סיי וואס האט נאר געהאט סיי וועלכע שייכות צו די לאנג טערמינער ציל. די עקשנות איז געווען דאס וואס האט זיי געהאלטן צו אידישקייט. דאקעגן היינט, היינט איז אלעס מיט א טויטקייט, ווער האט היינט א ציל? ווער ׳מוז׳ נאך היינט בכלל עפעס? מ׳קען זעהן היינט מענטשן וואס זיי זענען מלאכים מיט גלחים ביינזאם, יעדער איז א נאכגעשלעפער, דא שרייט ער: ׳נישט רעדן ביים דאווענען. נישט.׳ ווען אין די זעלבע צייט לויפט ער ארום און רעדט שטאקן לשון הרע, איר כאפט? אזא איד האט זערא רצון. נישט אהין און נישט אהער״.

וואס איז טאקע אמאל געווען ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער אז מען האט זיך דעמאלטס אויך געבענקט מיט נאסטאלגיע צו די ׳אלטער היים׳.

אם אין דעת הבדלה מנין?

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר