שטראַלן: אידישע בילדער פון אַ מגיפה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

שטראַלן: אידישע בילדער פון אַ מגיפה

הודעהדורך דוראק » מאנטאג יוני 01, 2020 5:18 pm

שוין אַ פיר חדשים צײַט וואָס די קאָראָנע – ימח שמה וזכרה – איז אַהער געקומען צו גאַסט. דאַכט זיך, דער עולם האָט זיך צוביסלאַך צוגעוואוינט צו די נײַע נאָרמעס: מ'האָט אײַנגעזען אַז זיצן אין דער היים איז שוין גאָרניט די עלפטע מכה, פון אַ מאַסקע האָט זיך נאָך קיינער ניט דערוואָרגן, און שפּאָרן טויזנטע דאָלאַרן בײַ די הײַנטיקע חתונות איז אויך אַ קנאַפּע עבירה.

און דאָך, לעקט מען ניט קיין האָניק. יעדערער קען זיכער לכל־הפחות איין משפחה וואָס איז נעבעך פאַריתומט געוואָרן, און נאָך פילע וואָס נייטיקן זיך אין רחמי שמים. שטאַרק וועט מען זיך ניט בענקען, ווען די קאָראָנע וועט זיך פאַרקוקן אויף דעם שאָדן וואָס זי האָט דאָ אָפּגעטאָן און זיך אָפּטראָגן פון דאַנעט – במהרה בימינו אמן.

און דווקא די פינצטערניש, רופט אויסעט שטראַלן ליכטיקײַט וועלכע שײַנען ניט אין געוויינליכע צײַטן. די קאָראָנע האָט אונז טאַקע צוקלאַפּט און צוהרגעט, אָבער זי האָט אונז אויך גשאַפן אַ פּאָר הערליך־שיינע מאָמענטן, טיף־מענטשליכע מאָמענטן, אידישע מאָמענטן. צי ס'רעדט זיך פון איינער וואָס גייט אײַנקויפן פאַר אַן אַלטן שכן זײַנעם, צי פון די דאָקטוירים און הצלה מיטגלידער וואָס ראַטעווען לעבנס טאָג־אײַן טאָג־אויס, אָדער פון אידן וואָס שטייען אויף זייערע גאַניקעס בשעת עס פּלאָכעט רעגן ניט צו מוותר זײַן אויף תפילה בציבור – די בילדער ווײַזן אויף אַז ניט אַלץ איז שוואַרץ.

וויל איך אײַך – מיט אײַער רשות – פאָרשטעלן אייניקע אַזוינע מאָמענטן.

***


שמחות האָט מען שוין אויפגעהערט צו פײַערן ווען די שולן און שולעס זײַנען נאָך געווען אָפן. הונדערטע אידן וואָס קומען זיך צוזאַמען אין אַזאַ צײַט וועט שוין מאַכן פון דער שמחה אַן אבילות רחמנא־ליצלן.
נו מילא, אידן זײַנען דאָך פאָרט אידן, און מ'גיט זיך אַן עצה – בר־מצוות קאָן מען פײַערן אויף „זום”, חתונות קאָן מען אָפּשטופּן אָדער נאָך בעסער – פײַערן מיט אַלעמען אין איינעם אויף די גאַסן.

אָבער וואָס טוט מען מיט אַ ברית? און וואָס זאָל טאָן איינער וואָס וואוינט אין אַ פאַרוואָרפענער שטעטל וואו קיין היגער מוהל איז ניט בנמצא? אָפּשטופּן? ווער האָט עס דען די האַרץ לאָזן אַ קינד ניט געאידישט אויף אַן אומבאַשטימטער צײַט?

און דאָ האָט די אידישע עקשנות געשײַנט אָבער אַ מאָל און ווידער אַ מאָל. אַן ארץ־ישראלדיקער מוהל האָט זיך אײַנגעוויליקט צו זיצן צוויי וואָכן אין קוואַראַנטין אײַנגעשפּאַרט כדי צו מל זײַן אַ קינד אין אינדיע; אַ פאַמיליע פון קיפּר (סײַפּרוס) האָט געפּראַוועט אַ ברית אין תל־אביבער לופטפעלד און – השיבנו נאַזאַד צוריק אַהיים; אין קאָוונע האָט מען געריסן וועלטן אַהינצוברענגען אַ מוהל פון ווין.
איין בילד האָט מיך דערנומען ביז גאָר, פון טיומען וואָס אין סיביר. דאָס האָט דער ליובאַוויטשער שליח און רב דאָרט, ר' ירחמיאל גאָרעליק, אַראָפּגעבראַכט אַ מוהל אַזש פון מאָסקווע מל צו זײַן זײַן זונדל. די „קוואַטער” זײַנען אַ ברודער און שוועסטער פון קינד ווײַל קיין שום אַנדערע באַטייליקער זײַנען הפּנים ניטאָ.

בילד

יעדע זאַך אויף דער וועלט מוז קומען אויף איר תיקון, אַזוי האָב איך געטראַכט דערזעענדיק דעם בילד. ניט לאַנג איז עס געוועזן, ווען אין אַ היפּשן טייל פון די בריתן אין רוסלאַנד האָבן זיך אויס מורא פאַר דער רעגירונג באַטייליקט נישט מער ווי דער פאָטער אָדער מוטער פון קינד, אָדער גאָר דער זיידע צי באָבע (עלטערע האָט מען בכלל ווייניקער געשטראָפן, און די עלטערן האָבן געטענהט אַז זיי האָבן ניט געוואוסט פון דערפון און אַז דאָס איז כלומרשט קעגן זייער ווילן). אפשר איז מיט אָט־אָ דעם ברית רוסלאַנד געקומען ענדליך אויף איר תיקון.

***


אַז ס'גייט שוין די רייד וועגן רוסלאַנד, דערמאָנט מען זיך אָן נאָך אַ ליכט־שטראַל וואָס האָט פון דאָרטן געשײַנט.

צווישן אירע אַלע עוולות, קומט מען מיט טענות צו דער קאָראָנע הלמאי זי האָט צושטערט דעם געזעלשאַפטליכן לעבן? וואָס גייט איר אָנעט ווען אידן זיצן ווי אין פסוק שטייט „שבת אחים גם יחד”?

נאָר גראַדע אין דעם פרט, האָט די קאָראָנע דערלעבט אַ גרויסע מפלה. דער איניציאַטיוו איז געווען פון דער רוסישער הויפּט־רב, ר' בערל לאַזאַר, און האָט זיך צושפּרייט אין אַלע עקן פון דער וועלט:

ווי עס גייט אַ גאַנג, קאָנען קיין צוויי אידן קיינמאָל ניט קומען צו קיין עמק־השווה, ווי זאָגט מען? „צוויי אידן – דרײַ דיעות”. ווען עס בלײַבט בײַ חילוקי דיעות איז נישקשה, אָבער כאָטש אַז אין משיחס צײַטן וועט מען קאָנען לעבן בשלום אויך מיט איינעם אויף וועלכן מ'איז חלוק, איז אָבער אונז פשוטע מענטשן קומט עס אָן אַמאָל שווער. פאַרשטייט זיך אַז דאָ האָט זיך ניט גערעדט פון קיין מחלוקתן פון פּראָסטן „שנאת חינם” חלילה, אַזאַ מחלוקה וואָלט מען אויסגלײַכן טשיק־טשאַק. דאָ רעדט זיך פון די ריכטיקע „מחלוקת לשם שמים” אויף קיינעם ניט געדאַכט, וואָס געוויינליך פון אַזאַ קרענק ווערט מען גאָרניט פטור אַזוי גרינג.

אָבער דווקא אין דער צײַט, ווען יעדער דאַרף זיך האַלטן װײַט פון אַנדערע, האָט דער מאָסקווער שלום־רוף פון דערגאַנגען מענטשן טיף אין זייערע הערצער. מענטשן וואָס האָבן שוין העכער צוואַנציק יאָר איינער דעם אַנדערן אפילו קיין שפּײַ ניט געטאָן, מאַכן שלום און באַגיין זיך ווי די בעסטע גוטע פרײַנט. אין אַלע עקן פון דער וועלט האָט געקלונגען די שלום בשורה, פון אַמעריקע ביזל אַפריקע, פון ישראל ביזל אַווסטראַליע.

איין זאַך איז מיר ניט קלאָר, צו וואָס דאַרף מען וואַרטן אויף אַ מגיפה אויף דערויף?

***


רבנים ווערן אָנגערופן „עיני העדה” (די אויגן פון דער עדה) דערפאַר וואָס זיי פירן אָנעט מיט דער געמיינדע. אין דער שווערער צײַט, ווען די וועלטלעכע פירער מעגן זיך גיכער רופן „פאַרפירער”, האָבן דווקא די רבנים פעסט געהאַלטן די לייצעס אויף אַ פאַראַנטוואָרטלעכן אופן.

אין אַנדערע ערטער ווייס איך ניט וואָס עס טוט זיך, אָבער דאָ אין קראַון הײַטס זײַנען די רבנים געווען מיט אונז אויף יעדן טריט און שריט. קלאָר אַרויסגעזאָגט דעם דעת תורה, אַז איצט איז ניט די צײַט צו איבערנעמען זיך מיט פרומקײַט. זיי האָבן פאַרשפּאַרט די שולן און מקוואות ווען די רעגירונג האָט עס נאָך געלאָזן.

ווי די וועלט גייט, ווען עס קומט אַ נײַער מצב וואָס איז ניט ווי אונזער רגילות איז, געפינט מען ניט די הענט און די פיס. די רבנים האָבן געהאַלטן טעלעפאָנישע רעדעס, ערקלערנדיק פאַר פסח ווי אַזוי דאַרף מען ריכטיק אָפּריכטן דעם סדר איינער אַליין, ווי אַזוי צו מאַכן מכירת חמץ פון דער ווײַטנס, און וואָס זאָל טאָן איינער וואָס קאָן ניט פאַרברענען זײַנע חמץ. ווען מ'האָט דערלאָזט מאַכן מנינים אויף דער גאַס, האָבן די רבנים אַרויסגעגעבן קלאָרע אָנווײַזונגען ווי אַזוי דאָס צו טאָן אײַנשטימיק מיט דער הלכה.

אויך גײַסטיקן חיזוק האָבן אונז די רבנים געגעבן. אויך ווען די קאָראָנע האָט פון אונז צוגערויבט דעם באַליבטן רב ר' יעקב שוויי – אַ פאַרצײַטישער איד, וואָס אַחוץ זײַן גאונות איז ער אויכעט געווען אַ זעלטנער בעל־מידה – האָבן די אַנדערע צוויי רבנים (זאָל ער פון זיי זײַן ווײַט אָפּגעשיידט) אונז געשטאַרקט און געטרייסט.

***


אָט האָב איך אײַך געגעבן עטליכע ליכט שטראַלן, אײַך זאָל ניט זײַן אַזוי קאַלעמוטנע אויפן האַרצן. אָבער נאָך הונדערטע זײַנען פאַראַנען, און איר קאָנט זיי זען אויב איר וועט נאָר וועלן. טוט זיך אַליין אַ טובה, טראַכט אַרײַנעט אַביסל און זעט דעם גוטן, אפשר וועט בזכות דעם דער אויבערשטער דערבאַרעמען זײַן פאָלק און אונז שוין שיקן משיח בן דוד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך דוראק אום מאנטאג יוני 01, 2020 6:01 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 01, 2020 5:46 pm

אה, דער אלט היימישער יידיש... ס'איז זיך צו באלעקן די פינגער. שרייבט ביטע מער!

יישר כוח
קאך
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג יוני 01, 2020 10:53 pm

כבוד הרב דוראק,
מיר האבן זיך מחי' געווען מיט אייער זיסע רייד,
זיך באסמאקעוועט
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דינסטאג יוני 02, 2020 9:36 am

הערליך!
וואס איז יעצט די מצב אין קראון הייטס, מ'מאכט שוין מנינים?
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 987
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 793 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1018 מאל

הודעהדורך דוראק » דינסטאג יוני 02, 2020 10:32 pm

מ'מאַכט שוין מנינים, די קלענערע שולן האָט מען געעפנט, אין 770 לאָזט מען אַרײַן אַ מנין מצומצם (על פי הגורל).
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מיטוואך יוני 03, 2020 2:18 am

מתוק לחיך! הוד שבהוד!
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 590
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 403 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 277 מאל

הודעהדורך דוראק » דינסטאג יוני 23, 2020 5:02 am

אַ יישר כח פאַר אַלע אויף די וואַרעמע ווערטער.

אויב איר האָט הנאה געהאַט פון דעם אַרטיקל, אפשר עט איר אויך הנאה האָבן פון נאָך אַן אַרטיקל וואָס איך האָב געשריבן אין אָנהויב פון דער תקופה (יעמאָלט פאַרעפנטליכט אין פאָרווערטס), און אָט האָט איר:

מעבירין את המת מלפני הכלה

אין די הײַנטיגע טעג פילן מיר אַלע דאָ אין קראַון־הײַטס דעם שרעק פאַר דער קאָראָנע־מגיפה וואָס בושעוועט אין די גאַסן. אפילו אויף יונגע געזונטע מענטשן האָט די נײַע צרה געהאַט אַ טיפן אײַנדרוק, שוין אָפּגערעדט פון די קראַנקע אַליין מיט זייערע פאַמיליעס (זאָל זיי דער אויבערשטער צושיקן אַ רפואה־שלמה), אָדער פון די יעניקע וועלכע די קרענק קאָן זיי זײַן גאָר שעדליך.

אָבער דער גרעסטער בראָך איז באַפאַלן גראַדע דעם געזעלשאַפטליכן לעבן. ווער וואָלט זיך קאָנען פאָרשטעלן, אַז קראַון־הײַטס וועלכע שלאָפט קיינמאָל ניט, וואו מען קאָן צונויפקלײַבן אַ מנין מעריב פיר אַזייגער פאַרטאָג, זאָל זיך שיר ניט פאַרוואַנדלען אין אַ געשפּענסט־שטעטל? און נאָך אַזוי גיך!

ווען אפילו איינער זאָל גאָרניט קיין מורא האָבן פאַר דער קאָראָנע און וויל שוין יע אַביסל אַרויס (צי מצד ביטחון, צי מצד טיפּשות, צי אפשר גאָר איינער וואָס ווייס טאַקע בעסער), האָט ער ניט וואוהין; די שולן זײַנען פאַרשפּאַרט מיט זיבן שלעסער, די גאַס איז פּוסט, און אפילו דאַווענען בציבור אינדרויסן האָבן די רבנים פאַרווערט. זיצט מען אין דער היים און ס’איז שטאַרק סקוטשנע. מזמן לזמן הילכט אָפּ דער ליאַמער פון אַן אַמבולאַנס, און דער קול דערגרייכט אַזש אין די ביינער…

די מרה־שחורה עסט זיך אײַן אין האַרצן, עס ווילט זיך שטאַרק זיצן פאַרברענגען צווישן חברים, זינגען צוזאַמען אַ חסידישן ניגון, גיין אַ ריקודל (ס’איז דאָך פאָרט אָדר אויף דער וועלט!)… איז ווילט זיך! אַ איד טאָר דאָך קיינמאָל ניט אַרײַנפאַלן אין עצבות, אָבער פאָרט…

און זיצנדיק מיט אָט־אָ די סומנע מחשבות, האָב איך געהערט די בשורה. הײַנט פּראַוועט מען אַ חתונה, און אַזוי ווי אויף דעם געוויינליכן שטייגער – אין אַ זאַל מיט אַ פולע געסט – טאָר מען דאָך ניט פײַערן, דעריבער בעט די משפחה אַז דער גאַנצער עולם זאָל אַרויס אויף די גאַניקעס, מ’עט אַדורכפירן חתן־כלה איבער אַלע גאַסן, און אַזוי אַרום וועט אַיעדער קאָנען משמח זײַן חתן־כלה.

איך וועל ניט אַריבערטרײַבן, ווען איך זאָל זאָגן אַז גאַנץ קראַון־הײַטס האָט אַרויסגעקוקט אויף די חתן־כלה, כמעט ווי מען קוקט אויס אויף דעם סוף פון דער מגיפה… אין די שוואַרצע צײַטן, האָט אונז די בשורה אויפגעלעבט אונזערע הערצער. אַלע זײַנען אַרויס – ווער אין שבתדיקע קליידער – און ווי נאָר מ’האָט דערהערט פון דער ווײַטן די מוזיק, האָבן די קינדער אַזש אָנגעהויבן שפּרינגען פון פרייד.

איך שטיי מיר אויף מײַן גאַניק, און די האַרץ פּלאַצט שוין פון התרגשות. אָט פאָרן זיי… איך טאַנץ מיט מײַן משפחה, און אויף אַ קליינטשיקער מינוט דערשפּירט מען וואָס עס הייסט אַזוינס אַן אמתע אידישע שמחה, אַ לויטערע שמחה, וואָס מ’פילט ניט אויף רוב אידישע חתונות.

אַ טרערל באַווײַזט זיך אין מײַן אויג, און עס קלינגט מיר אין קאָפּ אַ לידל פון יום־טוב ערליך, וועגן אַ חתונה אין סאַמאַרקאַנד אין דעם ראַטן פאַרבאַנד: „מזל־טוב! מזל־טוב! טאַטעניו זאָג אונז שוין, ווען וועט זײַן דער סוף? אַ ביסל שנאַפּס, מע נעמט אין האַלדז, פריילעכער ווערט מען דאַן פאַרגעסט מען זיך פון אַלץ.‟

ניט מער ווי דרײַסיק סעקונדעס האָט געדויערט די גאַנצע מעשה, אַרײַנגעפאָרן אויף אונזער גאַס – און שוין אָפּגעפאָרן װײַטער. אָבער דרײַסיק סעקונדעס פון מקיים זײַן די מצוה פון משמח זײַן חתן־כלה, איז איין קלייניקײט!

אָבער דעם אמת געזאָגט, איך מיין אַז ניט אַזוי פיל האָבן מיר משמח געווען חתן־כלה, ווי זיי האָבן אונז משמח געוועזן.

אַ דאַנק אײַך, טײַערע חתן־כלה, וואָס אין אַזוינע פינצטערע צײַטן האָט איר געבראַכט אַ שטראַל פון ליכטיקײַט אין הונדערטע אידישע הערצער. איך בין זיכער, אַז אָט־אָ די זכות וועט אײַך בײַשטיין, אַז איר זאָלט זען נאָר ליכטיקײַט אין אײַער געמיינזאַמען לעבן.

אַ ברכה אויף אײַערע קעפּ, זאָל דער אויבערשטער אײַך באַגליקן מיט אַלע גוטע זאַכן. זאָל די היים וואָס איר בויט זײַן אַ שטאַרקע און אַ פרייליכע.

און דער עיקר – זאָל שוין אָפּהילכן אין די גאַסן פון ירושלים און אויף די בערג פון יהודה די מוזיק פון חתונה פּראָצעסיעס – קול ששון וקול שמחה, קול חתן וקול כלה, בביאת המשיח תיכף ומיד ממש!
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron